וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... פינטעלעך...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... פינטעלעך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

בס"ד

מיין הארץ איז שיעור נישט אויסגעגאנגען פאר שרעק און אנגסט...

איך דריי מיך שוין ארום מיט מיין וויהיקל אין די אלטע צוהאקטע ראודס און כ'טרעף נישט קיין וועג ארויס... ווי די טייוול'ס מעיז... ווי פרעה אין זיינע פידשאמעס... ווי א פליג אין א פלעסטיק קאפ... ווי דשאני פיקלסאו"ס אויף א טרעמפעלין... (נעעע... דאס איז שוין איבערגעטריבן... נישט אויף אזוי ווייט, אבער די פוינט איז זיכער אמת.)

אויב מיין איך ביי יעדן דריי אז דא קומט די אזוי-געגארטע ישועה, זעה איך אז נאופ!... איך קום א גאנצע צייט צוריק צו סקווער איינס... סאם האו... משום מה, ווען כ'מאך א רעכטס, נאך א רעכטס, א לינקס, און נאך א שארפע רעכטס, קום איך אן דארט ווי כ'האב אנגעהויבן... כ'זאג דיר צו... כ'ווייס אז ס'שטימט נישט מיט פיזיקס, אבער דאס איז די מאדנע מציאות...

וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט.... (קענסט דעי שורה פון ערגעץ?... יא... די עדווערטייזמענט פון בלעכן שפרייי... אוי... ניין... ברעכן שפליי... וואטעווער... שפרעכן בליי... בקיצור, ער נעמט דעי סלאגאן פון מיך).

איך קוק נאכאמאל אויף די האנט געשריבענע וועיז וואס מיין חבר האט אויסגעמאלן אויף די בעעק פון א גראסערי רעסיט, און איך קען נישט כאפן ווי די טעות הייבט זיך אן און ווי ס'ענדיגט זיך... אין וועלכע בעק יארד האט ער מיר אריינגעצויגן? רבוינע שעלוילעם...

(ביז דא איז דא משל... קיינער זאל נישט פרעגן אין אישי וואס איז צום סוף געשעהן ווייל כ'האב עס נאך נישט אויסגעטראכט ביז'ן ענדע... כ'קען נאר געבן א ספוילער אז דעי געטרייע חבר וואס האט מיר דארט אהינגעשיקט האט עס איבערלעבט... מיט מילדע וואונדן...)

-----

עניוועי, איך בין נישט אין די שרייבן גוסטע איצטער... מיר זענען זיך נישט דא צאמגעקומען צו הערן מאסעס... נאר וואזשע דען?

איך רעד פון אלע געטרייע חאוויירעם אויף אייוועלט.

דו שרייבסט אן ארטיקל, שטארקע תוכן ליגט אין דעם... האסט אסאך געטראכט וואס דו ווילסט שרייבן און אויפקלערן אנטשיי שלוימייני.

אינוועסטיר נאך צעהן מינוט אז די ארטיקל זאל געבן גוטע דיירעקציעס!...

כ'מיין צו זאגן, למשל, לייג פינטלעך און שטרעכלעך ווען נעסעסערי... (דא האסטו אפאר ביז דו קויפסט אייגענע .,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,.,., אויב ווייסטו נישט ווי און ווען מ'באניצט זיך מיט זיי, לייג אראפ דיין פעדער און טוה עס אביסל דורך.

ס'איז האר-אויפשטעלנד וויכטיג צו געבן גוטע דיירעקציעס פאר'ן ליינער, צו וויסן ווי הייבט זיך אן א שטיקל, ווי ענדיגט זיך א קאשע און ווי שטייט די טערעץ...

איך בין שוין מיד פון זיך דרייען אויף א שורה הין און צוריק, אויבן און אראפ, צו פראבירן פארשטיין וואס די טיפע כוונה פונעם שרייבער איז געווען.

בקיצור, כאפסט די געדאנק?

זיי געזונט, וועסט נאך וואקסן א גוטע באליבטע שרייבער.
לעצט פארראכטן דורך יוסעלע השלישי אום דינסטאג מאי 14, 2024 7:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... ווי אזוי דאס צו פארמיידן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אין אמעריקע זאגט מען good save.
אוי כ'האב עס געוואלט שרייבן מיט מיין שרייבערישע ניק, שוין נעם עס מיט דעם, פאר כ'צו אינגאנצן צוריק.
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
Popstick
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:10 pm

Re: וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... ווי אזוי דאס צו פארמיידן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Popstick »

יוסעלע השלישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:54 pm
זייער א שטארקע נקודה איך מיין אבער א גרויסע עולם איז נישט אזוי באהאוונט אין די שרייבעריי כללים.

אפשר הייבסטו אן א מיט א קאלום פון טעגליכע שרייבעריי כללים, איין כלל א טאג, ווער עס איז אינטערעסירט צו אינוועסטירן אין זיין טאלאנט וועט עס אדורך ליינען און אנהייבן צו פראקטאצירן.

בלויז אן אפפער נישט קיין אבליגעשאנס
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... ווי אזוי דאס צו פארמיידן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

Popstick האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 4:24 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:54 pm
זייער א שטארקע נקודה איך מיין אבער א גרויסע עולם איז נישט אזוי באהאוונט אין די שרייבעריי כללים.

אפשר הייבסטו אן א מיט א קאלום פון טעגליכע שרייבעריי כללים, איין כלל א טאג, ווער עס איז אינטערעסירט צו אינוועסטירן אין זיין טאלאנט וועט עס אדורך ליינען און אנהייבן צו פראקטאצירן.

בלויז אן אפפער נישט קיין אבליגעשאנס
כ'הער. קוקט אויס אינטערסאנט. לאמיר זעהן.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: וויפיל מ'פרובירט ווערט פארהאנקערט... ווי אזוי דאס צו פארמיידן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

אמת ויציב!

ס'דא פון מאל צומאל מ'טאפט א וואנט, זאכן שפירן נישט און ארדענונג..
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”