הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם - ר”ח אייר תפ”ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם - ר”ח אייר תפ”ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

די יוגנט און די חתונה
רבי שלמה אאיליון איז געבוירן צו זיין טאטע רבי יעקב ז"ל, בערך אין יאר תכ"ד לפ"ק אין שאלונקי – טערקיי, (עס איז דא וואס זאגן אז ער איז געבוירן אין צפת, און אלס קליין קינד געקומען קיין שאלונקי). די משפחה זענען געווען פון די גולי ספרד פון די שטאט איילאן וואס אויף דעם איז די משפחה גערופן געווארן "אאיליון". דארט אין שאלונקי האט ער געלערנט ביי דעם נביא שקר נתן העזתי שר"י, פון די גרויסע נאכהענגער פונעם משיח שקר שבתי צבי שר"י, אזוי אויך האט ער דארט זיך גע'חבר'ט מיט א פארשוין מיט'ן נאמען קירידי, א פלוסוף פון כת ש"ץ, וואס האט אפגעלאכט פון די תורה ומצוות.
נאך די חתונה האט ער געוואוינט און צפת, און ווארשיינדליך האט ער חרטה געהאט פון זיינע מעשים.
פון צפת איז ער געפארן אויף א שליחות צו חו"ל, צו ברענגען געלט פאר תושבי צפת (שד"ר), און איז במשך דעם נסיעה געווען אין אזמיר-טערקיי, איטאליע און אמסטערדאם. אין שנת תמ"ט לפ"ק האט ער דערגרייכט לאנדאן.
אלס רב אין לאנדאן
די ספרד – פארטיגעזישע קהילה "קהל קדוש שערי שמים" אין לאנדאן איז געגרינדעט געווארן -גלייך נאכן ערלויבן די אידן צו וואוינען אין ענגלאנד נאכן גירוש אין יאר תכ"ד לפ"ק- דורך אנוסים וואס זענען אנגעקומען פון פארטיגאל, דער ערשטע רב פון די ק"ק שערי שמים שע"י יוצאי ספרד און פארטיגאל איז געווען הגאון רבי יעקב ששפורטיש זצ"ל מח"ס אוהל יעקב (זיין יארצייט געפאלט אויס ביום ד' אייר). אין יאר תכ"ו לפ"ק האט הגאון רבי יעקב פארלאזט לאנדאן, דעמאלטס האט די ספרדישע קהלה אויפגענומען אלס רב הגאון רבי יהושע דא סולה זצ"ל. רבי יהושע איז געווען רב ביז זיין פטירה אין יאר תכ"ט לפ"ק, שפעטער איז געווען רב הג"מ רבי יעקב אבעדאנא ז"ל, וואס איז אוועק פון די וועלט אין יאר תל"ה לפ"ק, און די קומענדיגע פיר יאר האט די קהילה נישט געהאט קיין רב. ווען רבי שלמה איז אנגעקומען קיין לאנדאן, האבן די פרנסי ומעמדי הקהלה אים געבעטן צו פארבלייבן אין לאנדאן און דינען אלס רב אין זייער קהילה.
די רדיפות אין לאנדאן
אין לאנדאן האט רבי שלמה געליטן גאר אסאך פון די בני הקהילה. בעיקר פון איינער מיטן נאמען יעקב פינדאקה אין זיין זוהן אברהם, וואס האבן אים חושד געווען אין שבתאות, די סכסוך אין לאנדאן האט דערגרייכט ביז אנדערע קהילות, און גרויסע רבנים מפורסמים האבן זיך דאן אנגענומען פאר רבי שלמה, צווישן זיי אפי' פון די גרעסטע מתנגדים קעגן ש"ץ וממשיכיו, א שטייגער ווי הגאון רבי יעקב ששפורטיש זצ"ל, הגאון רבי חיים צבי אשכנזי זצ"ל דער חכם צבי און הגאון רבי יחזקאל קאצינעלפויגען זצ"ל בעל שו"ת כנסת יחזקאל און רב אין אה"ו (די דריי קהילות אלטנא האנבורג וואנזבעק). אין יאר ת"נ לפ"ק האט די קהלה ארויף געלייגט א חרם אויף יעקב פינדאקה און זיין זון אברהם, ביז זיי בעטן נישט מחילה פונעם רב רבי שלמה ביים ארון הקודש.
און יאר תנ"ט לפ"ק האט זיך ווידער אמאל אויף געפאלקערט די התנגדות, און אין יאר ת"ס לפ"ק האט רבי שלמה פארלאזט לאנדאן צוליב די רדיפות און איז געגאנגען צום שטאט אמסטערדאם – האלאנד.
ווען רבי שלמה האט פארלאזט לאנדאן האט די קהילה אים געגעבן פופציג ליש"ט אפטרעט געלט, אזוי אויך האט די קהלה געקויפט פון רבי שלמה זיין אוצר הספרים, צווישן זיי האט זיך דארט געפינען רבי שלמה'ס ספרים אויף קבלה. היינט געפינט זיך עס און די לייבער"י פון דזשאו"ס קאלעדז"ש אין לאנדאן.
זיין רבנות אין אמסטערדאם
אין אמסטערדאם איז אין יענע צייט געווען רב אין די ספרדישע קהלה, הגאון רבי שלמה די אוליוירה זצ"ל מחבר ספר אילת אהבים, און ווי נאר רבי שלמה איז אנגעקומען קיין אמסטערדאם, איז ער נתמנה געווארן אלס דיין אין די קהלה הספרדית.
נאכן פטירה פון הגאון רבי שלמה די אוליוירה זצ"ל אין יאר תס"ח לפ"ק, האט די ספרדישע קהלה אויפגענומען רבי שלמה אלס רב אין אמסטערדאם. אויך האט ער געדינט אלס ראש ישבת עץ חיים אין אמסטערדאם.
אין אמסטערדאם איז אין יענע יארן געווען גרויסע דרוקן פרימעס פילע ספרי קודש זענען אין יענע תקופה געדיקט געווארן אין אמסטערדאם, און דעריבער איז דער רב רבי שלמה געווארן ווי דער 'שר המשכים' וואס האט געגבן הסכמות אויף מערערע ספרים, זייענדיג צווישען די סאמע יחידים וואס האט געגבן אזויפיל הסכמות אויף ספרי קודש אין יענע יארן. צווישען די הסכמות זענען די ספרים של"ה, מנורת המאור, נזר הקודש על מדרש רבה, ראשית חכמה, שו"ת רמ"א, פרקי דרבי אליעזר, שיטה מקובצת און נאך, ביי די אלע הסכמות ווערט רבי שלמה דערמאנט מיטן טיטל אבד"ק ור"מ ספרדים, און דערצו שטייט אויף געשריבן שיינע תוארים, ממש ווי איינער פון די גדולי הדור, לדוגמא "הרב החכם הכולל הגאון הגדול".
און יאר ת"ע לפ"ק האט די אשכנז'שע קהלה אין אמסטערדאם, אויפגענומען דער חכם צבי אלס רב. די אשכנזים פון אמסטערדאם זענען פון אייביג אן געווען נכנע אינטער די ספרדים, היות די ספרדים זענען אנגעקומען קיין אמסטערדאם פאר די אשכנזים, און רוב מנין ובנין פון די אידן אין אמסטערדאם זענען געווען ספרדים, אזוי אויך זענען די ספרדים געווען רייכע לייט, משא"כ די אשכנזים זענען געווען מער ארימע, ממילה האבן די ספרדים געהאט אן אויבער האנט העכער די אשכנזים.
נאך דעם וואס דער חכם צבי איז געקומען קיין אמסטערדאם, איז אביסל איינגעשטילט געווארן די שיינקייט פון רבי שלמה, און רבי שלמה האט ארויסגעוויזן א געוויסע הכנעה אונטער די אויטאריטעט פון דער חכם צבי.
מען איז חושד רבי שלמה מיט שבתאות
אין חודש סיון, יאר תע"ב לפ"ק, האבן די רבנים פון שטאט אזמיר אין טערקיי, זיך געמאלדן צו די ראשי הקהלה פון די ספרדישע קהלה אין אמסטערדאם מיט א בקשה צו גוזר זיין צו פארברענען די כתבים פון אברהם מיכאל קרדוזו, א באקאנטע שבתאי, (וועגן אומבאקאנטע סיבות האבן די ראשי קהלה פון אזמיר זיך געוואנדן צו די ראשי הקהלה אין אמסטערדאם און נישט צום רב רבי שלמה אאיליון ז"ל. מעגליך וועגן זיי האבן געוויסט זיין נייגונג צו שבתאות). דער רב רבי שלמה האט געזען אין דעם א פגיעה אין זיין כבוד, אז מען האט אים נישט געפרעגט, און ער האט גע'פסק'נט אז עס איז נישטא מיט די כתבים קיין שמץ פסול. אבער די פרנסים האבן עס מיט דעם אלעם פארברענט, און פון דעמאלטס האבן טייל פון די קהלה אנגעהויבן צו חושד זיין רבי שלמה מיט שבתאות.
דער שבתאי נחמי' חיון שר"י
אום ט' תמוז, אין יאר תע"ג לפ"ק, איז אנגעקומען קיין אמסטערדאם, א נאכהענגער פון דעם מסית ומדיח שבתי צבי שר"י מיטן נאמען נחמי' חיון שר"י.
נחמי' חיון איז געבוירן געווארן בערך אין יאר תכ"ט לפ"ק, און אין זיינע קינדער יארן האט ער געוואוינט אין סאראיעווא באסניע. ווען ער עלטער געווארן איז ער געגאנגען קיין שלאנקי ווי ער האט זיך דארט געדרייט מיט תלמידים פון ש"ץ שר"י, און ובפרט ביי אברהם מיכאל קרדוזו פון די גרויסע תלמידים פון ש"ץ. שפעטער איז ער געווארן רב אין שטאט סאקופיה. למעשה נאך קוים אפאר יאר דארט זיין איז פון דארט אוועק מיט גרויסע בזיונות, מען האט אים חושד געווען מיט כל מיני עבירות און אין פורץ זיין גדרי קדושה.
שבתי צבי ימ"ש האט נאך דעם וואס ער האט זיך גע'שמד צום איסלאם, געשריבן א ספר אויף קבלה מיטן נאמען רזא דמהמינותא. נחמי חיון האט געטוישט די נאמען פון די ספר צו מהימנותא דכולא, און ער האט מחבר געווען צוויי פירושים אויף דעם מיטן נאמען עוז לאלהים און בית קדש הקדשים.
חיון האט אין יאר תס"ח לפ"ק גערייזט קיין איזמיר טערקיי, צו זאמלן געלט צו דריקן זיין ספר. למעשה האט מען אים פארטריבן פון דארט, איז ער געפארן קיין ארץ ישראל. דארט איז ער אויך גערודפט געווארן דורכן ראשון לציון הגאון רבי אברהם יצחקי זצ"ל. בשנת תס"ט לפ"ק איז ער געפארן קיין איטאליא, דארט האט ער זיך פארגעשטעלט אלס א מקובל פון ארץ ישראל און ער האט פראבירט באהאלטן זיין שבתאות. ווען חיון האט דערגרייכט די שטאט לווארנא, האט ער געבעטן אן הסכמה אויף זיין ספר פון דער מקובל הגאון רבי יוסף אירגס זצ"ל מח"ס שומר אמונים, אבער רבי יוסף האט גלייך באמערקט אז דאס איז סך הכל אן ההעתקה פון ספר רזא דמהמינותא, האט ער פאטריבן חיון פון שטאט לווארנא, שפעטער האבן די חכמי לווארנא ארויס מיט א חרם קעגן נחמי חיון.
דערנאך איז חיון געווען און פראג. דארט האט ער באקומען א הסכמה אויף זיין ספר דברי נחמי' על התורה פון הגאון רבי דוד אפנהיים זצ"ל. למעשה האט נחמי' חיון געניצט די הסכמה אויף זיין ספר עוז לאלהים. אויפן עוז לאלהים האט ער אויך באקומען א הסכמה פונעם בעל סמיכות חכמים הגאון רבי נפתלי כ"ץ זצ"ל. למעשה האבן זיי געזאגט פאר חיון אז די הסכמות איז געגעבן געווארן בטעות, אבער חיון האט עס מיט דעם אלעם געדריקט אין בערלין אין יאר תע"ג לפ"ק.
נחמי' חיון שר"י קומט אויף אמסטערדאם
אום ט' תמוז אין יאר תע"ג לפ"ק, איז נחמי' חיון שר"י ווי דערמאנט אנגעקומען קיין אמסטערדאם.
אין אמסטערדאם האט חיון אנגעהויבן צו פארפירן, ספעציעל אין די ספרדישע קהלה, די ספרדישע ראשי הקהילה האבן זיך דעמאלטס געוואנדן צו די אשכנזישע רב דער חכם צבי, (צו די ספרדישע רב רבי שלמה, האבן זיי נישט געוואלט גיין וועגן זיין פסק פון א יאר פריער, אדער איז דא וואס זאגן, אז רבי שלמה האט געענטפערט אז ער נעמט נישט קיין צד און ער האט נישט קיין מיינונג אויף חיון). דער חכם צבי האט נאך געדענקט נחמי' חיון פון ווען דער חכם צבי האט געוואוינט אין סאראיעווא. אזוי אויך האט דער חכם צבי באקומען א בריוו פון ירושלים פונעם ראשון לציון הגאון רבי אברהם יצחקי זצ"ל, אז א שבתאי רייזט ארום איבער אייראפא און ער גרייט זיך צו קומען קיין אמסטערדאם. דער חכם צבי האט פארשטייט זיך געענטפערט אז מען זאל אים פארטרייבן.
אין יענע צייט האט זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם איינע פון די גרויסע לחומים קעגן די ממשכי פון ש"ץ ימ"ש. דער שד"ר הגאון רבי משה חגית זצ"ל פון ירושלים עיה"ק ת"ו. ער האט געהאט זיין אכסניה אין שטוב פונעם חכם צבי. ווען רבי משה האט געהערט אז נחמי חיון אז געקומען קיין אמסטערדאם, האט ער גלייך געזאגט פאר די ראשי און פרנסי פון די ספרדישע קהילה אז מען זאל פארטרייבן נחמי חיון.
אין אנהייב האבן די ספרדים געפאלגט, און זיי האבן פארטריבן דעם אפיקורס נחמי' חיון פון זייער בית הכנסת מיט א גרויסע בזיון.
די מערכה און שטאט
דער כיטרער חיון שר"י האט עס נישט אנגענומען אזוי לייכט, איז ער געגאנגען צום חכם צבי און האט אים משכנע געווען, און געטענה'ט אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיט כת ש"ץ שר"י, און אז ער איז שוין נישט דער זעלבער מענטש וואס ער איז געווען אין סאראיעווא. ווען דער חכם צבי האט דאס געהערט, האט ער מודיע געווען פאר די ספרדישע פרנסים אז ער ציעט צוריק פון זיין איסור אויף חיון.
רבי משה חגית האט דעמאלטס אנגעהויבן צו פארפירן, און האט געבעטן פון די ספרדישע פרנסים אז זיי זאלן בודק זיין די כתבים פון נחמי' חיון. אבער נחמי האט עס זיי נישט געוואלט געבן. בלויז איינס האט ער געגעבן פאר רבי ספרדישע רב רבי שלמה, אבער רבי שלמה האט אפגעזאגט די פרנסים פון זיי ארויסגעבן. איינע פון די פרנסים וואס האט מיט געארבעט מיט רבי משה חגית, האט מיט חכמה ארויס געריקט די ספר און עס איבערגעגעבן פאר רבי משה. רבי משה האט עס איבערגעגעבן פארן חכם צבי. דער לחום מלחמת ה', דער חכם צבי, האט גלייך פארשטאנען פון וואס עס האנדלט זיך, האט ער פארלאנגט פון די ספרדישע רב רבי שלמה אאילון אז מען זאל פארטרייבן נחמי חיון.
חיון האט אבער מיט זיין געשליפן צינגל געווירקט איבערצודרייען די דעת פון דער ספרדישע רב רבי שלמה. חיון האט געטענה'ט פאר רבי שלמה אז ער האט נישט קיין שום שייכות מיט כת ש"ץ שר"י, און רבי שלמה האט באשלאסן אים יא אריינצולאזן אין די קהלה.
רבי שלמה האט געשטעלט א בית דין וואס איז באשטאנען פון די דיינים פון די ספרדים. הג"מ רבי דוד אבן עטר מילו, הג"מ רבי שמאול צרפתי און פיר בעל בתים פון די קהלה; רבי דוד עטיאש, רבי שלמה מינדיס דא סילווא, רבי שלמה אברבנאל סוסי און דער רופא רבי שלמה די מיזא. בשעת ווען בי"ד האט דן געווען האט דער חכם צבי ארויסגעגעבן זיין פסק "לעני כל ישראל", אז לפי דעתו איז נחמי' חיון א כופר און מען דארף פארברענען זיינע ספרים. די בית דין האט זיך צוזאמגעזעצט עטליכע מאל, איינע פון די טענות פון די ספרדישע רב רבי שלמה איז געווען אז אפילו עס איז אמת אז דער חיון טויג נישט, איז אויב מען גייט אבער אויספאלגן די פסק פונם חכם צבי, וועט אויסקומען אז א אשכנזשע רב וועט זיך האבן גובר געווען אויף א ספרדישע רב, און עס וועט זיין א מורא'דיגע בזיון פאר אים – רבי שלמה - אין פאר די גאנצע ספרדישע געמיינדע. (ווי דערמאנט אויבן, זענען די אשכנזים געווען נכנע פאר די ספרדים). רבי שלמה האט געטענה'ט אז דער גאנצע ציל פון דער חכם צבי, איז צו צוברעכן די כח פון די ספרדים. די בית דין פון די ספרדים האבן ארויס געגעבן זייער פסק אז חיון איז ריין פון חשד מינות פון כת ש"ץ שר"י.
פארשטייט זיך אז דא האט זיך אנגעהויבן א ביטערע און מיאוס'ע קריג צווישן די אשכנזישע קהלה און די ספרדישע. די ספרדישע האבן געזען די פסק פונעם חכם צבי ווי א חוצפה קעגן זייער רב רבי שלמה, און זיי האבן גוזר געווען צו פארברענען די קונטרס "לעני כל ישראל".
רבי משה חגית האט דעמאלטס געפירט א ביטערע קאמפ קעגן רבי שלמה. אין זיינע ספרים (מלחמה לה' און שבר פושעים) וואס ער האט ארויסגעגעבן אין יענע תקופה, גיסט ער פעך און שוועבל קעגן רבי שלמה, און דעקט דארט אויף אלע אלטער שמוץ אויף רבי שלמה פון לאנדאן און פון שלונקי. (ער שרייבט אין זיין ספר שבר פשעים סי' ל"ד אז כפי השמועה, האט רבי שלמה חתונה געהאט אין טערקיי מיט א אשה שלא נתגרשה כדת). ער דריקט זיך אויס אויף רבי שלמה, "שהיה ארס נחש הקדמוני מובלע באבריו, שנשתמד לפני כ"ז שנה בשאלוניקי מכוח אמונה רעה זו",
נחמי' חיון האט דעמאטלס ארויסגעגעבן זיין ספר הצד צבי, קעגן דער חכם צבי און רבי משה.
אונמיטן די מערכה איז אנגעקומען פון לווארנא א ספר קעגן נחמי' חיון מיטן נאמען תוכחת מגולה פון הגאון המקובל רבי יוסף אירגס. דאס איז א שארפער ספר קעגן חיון און זיינע מעשים. חיון ימ"ש האט ארויסגעגעבן א ספר אנטקעגן דעם תוכחת מגולה מיטן נאמען שלהבתיה. שפעטער האט רבי יוסף ארויסגעגבן א ספר הצד נחש (אנשטאט די ספר הצד צבי פון חיון, און חיון אין אראמיש מיינט שלאנג-נחש), די ספר איז געדריקט געווארן אין לאנדאן דורך רבי משה חגית אין יאר תע"ה לפ"ק. (אויך די ספר תוכחת מגולה איז געדריקט אין לאנדאן, צוליב דעם וואס אין אמסטערדאם האבן די שטיצערס פון נחמי חיון ימ"ש נישט געלאזט דריקן די ספרים).
דער חכם צבי מוז אנטלויפן.
די מערכה איז געווארן שטערקער און שטערקער און וויבאלד אין די אשכנזשע קהלה זענען געווען אזעלכע וועלכע האבן נישט געגליכן דער חכם צבי, האבן זיי זיך אנגעשלאסן מיט די ספרדישע קהלה און זייער התנגדות צום חכם צבי זצ"ל, אזוי האט זיך אנגעהויבן א ביטערע מחלוקה אין שטאט. די ראשי ופרנסי פון די ספרדישע קהלה, ובפרט איינער מיטן נאמען אהרן די פינטו, האבן זיך אנגענומען פארן כבוד פון זייער רב רבי שלמה, צום סוף האט מען פאר'מסר'ט פאר די רעגירונג דער חכם צבי און רבי משה חגית, און זיי האבן געמוזט אנטלויפן פון אמסטערדאם.
פון אמסטערדאם איז דער חכם צבי און רבי משה חגית אנטלאפן קיין לאנדאן. דארט האבן זיי געטראפן שוץ ביים לאנדאנע רב הגאון רבי דוד ניעטו זצ"ל, אב"ד ק"ק שערי שמים שע"י יוצאי ספרד ופארטיגאל, וואס ער איז אויך געווען פון די גדולי הלוחים קעגן די ממשיכי כת ש"ץ שר"י. רבי דוד האט ארויסגעגעבן א ספר אש דת קעגן די ספרי פון נחמי' חיון שר"י.
די ביטערע סוף פון נחמי' חיון ימ"ש.
שפעטער האט אויך נחמי' חיון געמוזט פארלאזן אמסטערדאם צוליב די רדיפות. פון דארט איז ער געפארן קיין טערקיי און דערנאך קיין דייטשלאנד. אויף וועלכע ארט ער איז נאר אנגעקומען האט מען אים נישט אריין געלאזט.
אין יאר תפ"ו לפ"ק איז נאכמאל נחמי חיון שר"י אנגעקומען קיין אמסטערדאם. דעמאלטס האט אים שוין קיינער נישט אויפגענומען, און אפי' רבי שלמה האט אים געבעטן צו פארלאזן די שטאט.
ווען ער האט געזען אז קיינער קוקט מער נישט אויף זיין זייט, האט ער אפגעטראגן קיין צפון אפריקא און געשטארבן איינער אליין.
(די פרשה פון נחמי' חיון האט זיך לאנג פארצויגן, און עס איז געווען פארמישט דערין אסאך רבנים פון ווייטער לענדער און שטעט. מיר האבן נאר אנגערירט די חלק וואס רבי שלמה איז געווען פארמישט דערין).
רבי שלמה האט חרטה .
לויט ווי דער יעב"ץ שרייבט האט רבי שלמה מיט א צייט שפעטער חרטה געהאט אויף זיינע מעשים, און נאכן פטירה פונעם חכם צבי זצ"ל אין יאר תע"ח לפ"ק, בעת ווען מען האט מספיד געווען דער חכם צבי אין שטאט אמסטערדאם, האט הגאון רבי שלמה געשריגן "אמנה אנכי חטאתי לחכם צבי ז"ל".
די שפעטערדיגע גדולי ישראל ברעגן אראפ דברי תורה פון רבי שלמה איז זיי שרייבן אויף אים מיט גרויס רעספעקט ווי דער חת"ס (שו"ת או"ח סי'פ"ט וחידושי חת"ס על הש"ס עירובין דף ח' ועוד), דער חיד"א אין שיורי ברכה (יו"ד סי' קט"ו), און נאך פילע גדולים.
אין יאר תפ"ו לפ"ק איז ווי ערווענט, נאכמאל נחמי חיון שר"י אנגעקומען קיין אמסטערדאם, קיינער האט אים דאן נישט אויפגענומן און אפי' רבי שלמה האט אים געבעטן צו פארלאזן די שטאט.
רבי שלמה איז נסתלק געווארן אין טאג ר"ח אייר תפ"ח לפ"ק אין שטאט אמסטערדאם.


.
לעצט פארראכטן דורך Black and yellow אום מאנטאג מאי 13, 2024 2:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוי! איך שוויץ...
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואסטערדאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

ומשנה לא זזה ממקומו
דער חוקר רבי יחזקאל דוקס ז"ל אינעם ספר אוה למושב – תולדות רבני אה"ו (ערך החכ"צ דף 15) מערקט אן, אז ווען דער חכם צבי האט דערנאך געדריקט זיין ספר שו"ת. איז די ערשטע תשובה געשריבן צו רבי שלמה אאיליון, דער חכם צבי האט אים געשריבן די תשובה ווען רבי שלמה האט נאך געוואוינט אין לאנדאן, און דער חכם צבי איז דאן געווען בידידות מיט רבי שלמה, דער חכם צבי שרייבט "תשובה זו השבתי להאלוף המרומם הרב הגדול מוהר"ר שלמה אאיליון אב"ד ור"מ דק"ק ספרדיים יע"א שבאמסטרדם בימי חרפו בהיותו אב"ד בק"ק לונדון שבארץ ענגליטיירא הנקראת ענגיל לנד בשנת תי"ו נו"ן וא"ו לפ"ק, ומשנה לא זזה ממקומה". פון די ווערטער 'ומשנה לא זזה במקומו' קוקט אויס ווי דער חכם צבי האט קודם נישט געוואלט מעתיק זיין די תשובה, אבער צום סוף האט ער געטרכט אז 'משנה לא זזה במקומו' און ער האט עס יא אריין געלייגט אין זיין ספר. [דער חכם צבי דערמאנט אויך רבי שלמה אין סימן קל"ד -קל"ה ועוד].
אוי! איך שוויץ...
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

אטעטשמענטס
רבי שלמה אאיליון
רבי שלמה אאיליון
download.jpeg (11.73 KiB) געזען 71 מאל
אוי! איך שוויץ...
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

בית המדרש שערי שמים הספרדי לאנדאן
בית המדרש שערי שמים הספרדי לאנדאן
בית הכנסת שערי שמים לונדון .jpg (83.53 KiB) געזען 68 מאל
אוי! איך שוויץ...
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

נאכדעם וואס ר' שלמה האט זיך אפגעזאגט פון זיין שטעלע אלס לאנדאנער רב, האבן די ראשי הקהילה פון די ספרד פארטיגעזישע
קהילה אין לאנדאן אנגעטראגן די רבנות שטעלע פארן חכם צבי, אבער ער האט דאס נישט געוואלט אננעמען. זיין זו הן הגאון ר' יעקב
עמדין זצ"ל ברעגנט די סיבה אין זיין ספר מגלת ספר, "כי אמר אשכנזי אנכי ורוצה שתשאר זרעו ויו"ח גדלים ומונהגים בדרך האשכנזי,
והיה ירא שלא ילמדו בניו ובנותיו דרכי בני מדינת הים". די קהלה אין לאנדאן האט דאן אויפגענומען אלס רב הגאון ר' דוד ניעטו זצ"ל,
בעל מחבר ספר מטה דן – כזורי השני .
נ
אטעטשמענטס
רבי דוד ניעטו אב"ד ספרדים לאנדאן
רבי דוד ניעטו אב"ד ספרדים לאנדאן
DavidNieto.jpg (104.38 KiB) געזען 67 מאל
אוי! איך שוויץ...
Black and yellow
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:11 pm

Re: הג"מ שלמה אאיליון זצ"ל אבד"ק ספרדים לאנדאן ואמסטערדאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Black and yellow »

[quote="Black and yellow" post_id=5086546 time=1715623601 user_id=3253
אלס רב אין לאנדאן
די ספרד – פארטיגעזישע קהילה "קהל קדוש שערי שמים" אין לאנדאן איז געגרינדעט געווארן -גלייך נאכן ערלויבן די אידן צו וואוינען אין ענגלאנד נאכן גירוש אין יאר תכ"ד לפ"ק- דורך אנוסים וואס זענען אנגעקומען פון פארטיגאל, דער ערשטע רב פון די ק"ק שערי שמים שע"י יוצאי ספרד און פארטיגאל איז געווען הגאון רבי יעקב ששפורטיש זצ"ל מח"ס אוהל יעקב (זיין יארצייט געפאלט אויס ביום ד' אייר). אין יאר תכ"ו לפ"ק האט הגאון רבי יעקב פארלאזט לאנדאן, דעמאלטס האט די ספרדישע קהלה אויפגענומען אלס רב הגאון רבי יהושע דא סולה זצ"ל. רבי יהושע איז געווען רב ביז זיין פטירה אין יאר תכ"ט לפ"ק, שפעטער איז געווען רב הג"מ רבי יעקב אבעדאנא ז"ל,

אין ענגלאנד איז נישט געווען ערלויבט פאר אידן צו וואוינען הונדערט'ער יארן פון יאר ה' נ' לפ"ג )למספ' 1290(, ביז אין יאר תכ"ד
לפ"ק )למספ' 1664(. וואס דאן האט די באקאנטן שתדלן און געלערנטער מאן הגאון ר' מנשה בן ישראל זצ"ל פון אמסטערדאם, געפעולט
ביי די רעגירונג צוריק אריינצולאזן אידן אין ענגלאנד.
אוי! איך שוויץ...
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”