מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

אין א בלויען מאנטאג איז עס געשען. נאך איבערמידליכע הפצרות פונעם שטוב איז באשלאסן געווארן אז די וואך גייט @זאלצי אין גראסערי.

מיט הייליגע הכנות האט מען זיך געגרייט אויסצושפילן לייוו אלע דזשאוקס וואס די בדחנים ווערטלען זיך איבער די מענער וואס קויפן שיכטן פון קוקיס אנשטאט קוקי שיטס, און פרעגן דעם קאשיער צו "מיסטער קליען" ארבעט נאך אין דעי גראסערי... פארפאלן, ההכרח לא יגונה און איך ווענד מיינע טריט צו סופערמארקעט. אבער א מאדנע ספעקטאל האט מיר איבערגעלאזט אינגאנצן געפלעפט און שאקירט. ובכן.

מיט אומזיכערע טריט שפאציר איך אריין אין גראסערי ווען א וועגעלע באגלייט מיר פון די זייט, טוטצעך א טומל און א געפילדער, פייפערייען, שמוסערייען, אימיגראנטישע געשרייען ווערן אויסגעטוישט בשעת די גערויש פון געשניטענע סקאטש טעיפ גריזשעט מיר אין אויער. " איי העוו עי קאל פאר" צום זיבעטן מאל. אקעי, כ'האב שוין געהערט.

איך שטעל זיך אפ ביים ערשטן אייל און איך הייב אן מעיין זיין אינעם פארקנייטשטן ליסט, די שטערן ווערט פאראקערט פרובירנדיג צו לייזן די געשריבענע שורות, זעקס אדער אכט? כאנישקאנאנונג פארוואס זי האט געדארפט שרייבן די ליסט דווקא אויף א אפגעריבענעם פאפיר, און למען השם, פארוואס מיט א טינט פען וואס צושמירט די ווערטער אויפן גאנצן פאפיר?

"אנטשולדיגט" הער איך פלוצלינג א געשריי געריכטעט צו מיר, א הויכע יונגערמאן מיט צופלאמטע פיאות אטאקירט מיר מיט שטרענגע בליקן, "דו זעסט נישט אז דו שטייסט מיר אין וועג? רוק זיך אפ פון דאנעט זיי מוחל!"

"אקעי, אקעי, וואס האבעך דיר שלעכטס געטון" פרוביר איך שוואך זיך צו פארטיידיגן, אבער ער לאזט נישט נאך. "פארברענגען קענסטו ערגעץ אנדערש, האלט נישט אויף דעם עולם דא, פארשטאנען???

איך צי אפ פון שטח ווען א רויטליכקייט באצירט מיין געזיכט ביז איבער די אויערן, סארא מאדנע מענטשן ס'איז אלץ דא אויפן וועלט. נושוין, לאמיך גיין צו די פרוכט סעקשאן, אולי וועט מיר דעי מאל געלונגען אהיימצוברענגען טאמעטעס וואס זענען נישט צי ווייעך אבער נישט צו הארט, אזוי פונקט... בקיצור, וועסט סייווי נישט פארשטיין וואס איך מיין.

איך זוך וואו צו אראפשטעלן מיין וועגעלע, מיינע אויגן פאלן אויף א ליידיגע ווינקל און איך הייב אן גיין אהין, אבער א סעקונדע איידער איך שטופ אריין דעם קערידזש, ווער איך ווילדערהייט אפגעשטעלט דורך א צווייטנס וועגעלע וואס ער גיבט א רוק אריין פארנט פון מיין נאז, מיט וואונדער קוק איך אן דעם גרויס-בייכיגן גרוי-באבערדלטן איד, "ער האט נישט געזען ווי איך קום אהער? ש'טא קיין אנדערע פלאץ צו לייגן זיינע סחורה, אז ער האט זיך געדארפט אזוי מיאוס אריינשטופן?" אבער דער איז שוין לאנג נישט דארט, מיט א גראדן פנים קלויבט ער שוין זיינע עפלען, ווען איך פיל ווי איך גיי אויפרייסן. אין וואסערע מאדנע פלאץ האב איך אריינגעבלאנדזשעט דא?

מיט א זויערע געמיט רוק איך זיך ווייטער, מיין וועגעלע ווערט אנגעפילט מיט כל מיני מטעמים -לכבוד שבת שטייצעך. אין די זייט זע איך ווי א אינגעלע פרובירט אראפצונעמען שאקאלאדן פונעם העכסטן שעלף בעת זיין מאמע זוכט אים מיט קולות, א יונגערמאן קראצט זיך אויס זיינע בעסטע ענגליש קענטעניסן אנפרעגנדיג ביים ערל איבער די לאקאציע פון זיין געזוכטע פראדוקט, טיפיקעל גראסערי סצענעס.

איך טרעף זיך שפאצירן אין א שמאלן אייל הונטער א געדולדיגע באבע וואס האט באשלאסן אז היינט האט זי די וועלטס צייט, פאמעליך רוקט זי זיך אינטש נאך אינטש ווען איך גיי אונטער איר, א ברירה האבעך? אבער פון ערגעצוואו אונטער די הרי חושך קומט צו רייטן א יונגערמאן מיט אן אנגעפילטע וועגעלע, מיט א ריתחא דאורייתא שטופט ער זיך דורך, ווען שעמפאס און סיריעלס פליען פון אלע זייטן, מיט א שנעלקייט גייט ער פארביי דעם עלטערן פרוי וואס כאפט א רוק און פאלט כמעט אום פונעם אימפאקט.

"א מין חוצפא יסגא דאס" קלער איך צו מיר, איך ציפ מיך די באקן צי איך חלום נישט. "לעצטע מאל איך האב געטשעקט זענען גראסעריס געווען געמאכט פאר נארמאלע מענטשן, עפעס איז ראונג דא", קען איך נישט צו זיך קומען.

שוין אפגענדיגט מיט די בעקעלעך פרשה, דאסמאל האב איך באשלאסן צו קויפן סיי די ברייטע, גאנץ ברייטע, נאך ברייטערע, אביסל גרויסע און גאנץ גרויסע, און אויך די אלע איבריגע וואס כ'האב פארגעסן די נעמען. די איבריגע וועט מען שוין צוריקגעבן קומענדיגע מאל. מיט א ניגונ'דל אויף די לעפצן ווענד איך זיך אין ריכטונג פונעם רעדזשיסטער, אבער אופס---וואס איז יעצט?

ש'מער ש'ווייניגער, צוויי זיידעס זענען שטעקן געבליבן אינעם שמאלסטן אייל ווען ביידע זענען געקומען פון די פארקערטע ריכטונגען מיט זייערע קערידזשעס און ביידע ווארטן אז דער צווייטער זאל זיך אפרוקן צום זייט און עפענען די דורכגאנג, אנגעהויבן האט זיך עס מיט א שטילע נוווו געברום און איז גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין א קינדערגארטן סטיל קריגעריי, טויטע קללות פליסן ווי וואסער, א פילקעפיגע ציבור פון בחורים און כולל יונגעלייט קוקן זיך צו מיט שפאנונג, די פרויען זענען היסטעריש, דער מענעזשער רעדט האסטיג אויפן טעלעפאון מיט א פארלוירענע מינע אויפן פנים, שחוק וקעיאס משתמשין בערבוביא, און איך ווייס נישט וואו זיך אהינצוטון.

העלאאא???? איינער איז אינדערהיים???

כ'מיין איך מוף מיר קיין מארס... וואס איז זיכער, אין דעם גראסערי טרעט איך מער נישט אריין.

מיט שנעלע טריט יאג איך ארויס פונעם גראסערי איבערלאזנדיג דעם גאנצן ארדער פאר די משוגעים דארט, מיט א "נישט צום ווידערזען" זעץ איך זיך אריין אינעם קאר, איך פאר ארויס פונעם פארקינג לאט אזוי שנעל ווי די רעדער דרייען זיך-----און דאן האב איך עס געכאפט.

די געשיכטע איז לכאורה קיינמאל נישט פארגעקומען, עטליעסט נישט אין מיינע לעבנס יארן. אבער...

פארוואס ווען יענער זיצט אין א קאר, ארומגענומען מיט אייזערנע מחיצות, קענען מיר צומאל זיך אויפפירן ממש גענוי ווי אין דעם געשיכטע, אן כאפן אז יא, דא זיצט אויך א מענטש?

ווען דו פייפסט .
ווען דו נעמסט צו א פארקינג.
ווען דו שניידסט אריין ביים אינטערסעקשאן.
ווען דו רוקסט זיך נישט אין א זייט בשום אופן.

טראכט א מינוט צי דו וואלסט עס געטון צו יענעם פנים אל פנים.

#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15761
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לייק באטטען, צובראכן!
כאב נישט קיין נערוון צו טוישן ניק, סאו נאדער א שכוח פון יאנאש’ן....

אוועטאר
חיריק
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

א מעכטיגע שריפט האט אראפגעלייגט א מעשה מיט פילצאליגע קאלירן וואס שיינט אין די אויגן..

טענקס. זייער שיין.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:27 pm
אמר רבי ביינוש, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכיתי ... עד שבא חיריק ובילבל את כל העולם כולו... בב"א
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3857
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

לייק באטן אויך ציבראכען
הערליך
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3731
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

לייק באטען ארבייט.
נאדיר אויך פון דעי
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

הונדערט פראצענט! ערגעץ האב איך שוין אמאל געשריבן איבער די נושא דאס זעלבע נקודה אבער נישט מיט אזעלעכע זאפט..

שיין געשריבן.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:41 pm
לייק באטטען, צובראכן!
כאב נישט קיין נערוון צו טוישן ניק, סאו נאדער א שכוח פון יאנאש’ן....

ער האט געטוישט... די ביסל הכרת הטוב איז צו טוישן....

עניוועי, זייער שטארק ארויסגעברענגט די ווייטאג!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

לייק👍
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

הערליך! דראמאטיש און הומאריסטיש צוגלייך.

שטארקע פוינט!
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 2:03 pm
הונדערט פראצענט! ערגעץ האב איך שוין אמאל געשריבן איבער די נושא דאס זעלבע נקודה אבער נישט מיט אזעלעכע זאפט..

שיין געשריבן.
די נקודה איז שוין א אלטע זאך. אבער חזרה שאדט קיינמאל.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

#דא_דארף_מען_טראכטן_😂😂
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גוט געשריבן!!
ליי"ק פאר דיין שפראך און פאר דיין נושא
עקסטערע לייק פארן צוזאמפארן די צוויי זאכן ווי א משל מיט א נמשל
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

זייער גוט ארויסגעברענגט
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

שכח שכח. דערוילעם איז מיר שיין מקרב דא.
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm
די געשיכטע איז לכאורה קיינמאל נישט פארגעקומען, עטליעסט נישט אין מיינע לעבנס יארן. אבער...

ש'כח! האסט דערליווערט א סופער קנאקעדיגע ארטיקל!

אבער פארוואס זאגסטו אז די געשיכטע איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען?

ס'איז מעשים בכל ערב שבת ויום טוב...
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

חוט של חסד האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 3:48 pm
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm
די געשיכטע איז לכאורה קיינמאל נישט פארגעקומען, עטליעסט נישט אין מיינע לעבנס יארן. אבער...

ש'כח! האסט דערליווערט א סופער קנאקעדיגע ארטיקל!

אבער פארוואס זאגסטו אז די געשיכטע איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען?

ס'איז מעשים בכל ערב שבת ויום טוב...
איך האב געמיינט צו זאגן אז איך האב אזאנס נאכנישט מיטגעהאלטן.
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:41 pm
לייק באטטען, צובראכן!
כאב נישט קיין נערוון צו טוישן ניק, סאו נאדער א שכוח פון יאנאש’ן....

הוהא. וואט אן אאנער...
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5171
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

שוין געוואלט פרעגן פון וועלכע גראסערי דו רעדסט…

שטארקע פוינט, גאר גוט ארויסגעברענגט.
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
מאיר מאניש
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:34 pm

Re: מענטשליכע געפילן אונטער די בלעכענע מאסקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר מאניש »

לייק! זייער גוט געשריבן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”