ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

700...

שנעל געטראכט עפעס צו שרייבען לכבוד די 700... און איך האב באשלאסען צו עפענען דעם אשכול, זאל זיין אזוי... געגאנגען!

ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

כלל ישראל איז באשאנקן געווארען מיט גאר א רייכער ספרים-שאנק, די אוצרות וואס אונזערע ספרי קודש פארמאגען איז אין לשער. על התורה, על הש"ס, בבלי ירושלמי, הלכה, אגדה, פלפול, דרוש, מוסר, חסידות, וכו' וכו' א.א.וו.

א חוץ פון די חידושי תורה וואס זענען געדרוקט געווארען אין די אלע ספרי-קודש, באהאלט זיך אונטער יעדען 'ספר' א 'מחבר-ספר'.
צומאל איז דאס א באקאנטע 'גאון' אדער 'פוסק' וכדו', און אמאל איז דאס א אומבאקאנטער תלמיד חכם און תופס ישיבה, וואס איז געזעצן על התורה ועל העבודה און א אומבאוויסטע ארט, און אמאל איז דאס גאר א פשוטער 'בעל-הבית' וואס האט קובע עתים געווען און מעלה געווען חידושיו ופרפראותיו ע"ג הכתב.
'הצד-השוה' די 'כל מה שתלמיד וותיק עתיד לחדש', איז נתגלה געווארען במשך די אלע דורות וואס כלל ישראל האט געוואנדעט מגוי אל גוי, און עד ימינו אנו וואס די עולם הספר שפראצט און בליעט, אויף א אבנארמאלע פארנעם.

די ספרי-קודש זענען מלא וגדוש מיט חדושים און רעיונות, פלפולים מיט געדאנקען, אבער חוץ פון די תוכן הספר וואס דאס איז די עיקר. האט אויך (כמעט) יעדער ספר א טפל. די 'הקדמות' און 'הסכמות' וואס זענען צוגעקומען צום ספר, האבען באצירט דעם געדרוקטען באנד.

ס'איז טאקע א טפל צום ספר, אבער 'שיחת חולין של ת"ח צריכה לימוד' און גאר אסאך חידושים און געדאנקען ליגען באהאלטען אין די אומצאליגע הקדמות און הסכמות.

מאמר הקדמונים 'ספר בלא הקדמה, כגוף ללא נשמה'.
ס'איז פארהאן עטליכע סארט הקדמות און פתיחות צו ספרים, ס'איז דא אזעלעכע וואס זענען גאר יסודות'דיגע און באקאנטע [צב"ש די הקדמות פון די הייליגע רמב"ם צו ספר הי"ד, און צו די פירוש המשנה וכדו'].
ס'איז דא מחברים וואס אין זייערע הקדמות האבען זיי געשריבען אביסל דברי אגדה שמושכין לבו של אדם, פאר'ן אריין גיין אין די עומק הפלפול פון די עצם ספר [צב"ש, הגר"ש קלוגער האט כמעט יעדער ספר א לאנגע דרוש אדער צוויי וואס מיט דעם איז ער פותח שער]
ס'איז דא הקדמות מיט חידושים וואס זענען גאר באקאנט, צב"ש די הקדמה צום שב שמעתתא, ים התלמוד אויף ב"ק, אגלי טל, א.א.וו.
מאידך גיסא, ווען א מחבר האט געשריבען זיינע חידושים אויף א געוויסע מקצוע אדער מסכתא וכדו', איז נישט אזוי ניכר פון די תוכן, זיין השקפה און דעה אויף ענינים וואס האבען נישט קיין דירעקטע קשר מיט די נושא הספר.
אבער אין די הקדמות ווערט אביסל מער באקאנט און איז לייכטער צו דערקענען אביסל איבער זייערע לעבען און שאפען, צווישן די שורות קען זיך אמאל ארויסלאזען א ווייגעשריי אויף א פירצה וואס איז טעון תיקון, אדער א ידיעה אויף בית אבותיו ורבותיו וכדו'. און בעיקר וואס האט געברענגט און וואס איז געווען די שטופ צו ווערען א 'מחבר-ספר'.

די הסכמות וואס די מחברים האבען צאמגענומען פון די גדולי ומנהיגי העדה לדורותיהם, האבען אויך א אוצר בלום אין זיך.

חוץ פון די בעלי מסכימים וואס האבען געשריבען 'גם אני אקח ספר א' כשיצא לדפוס' וכדו'. זענען פארהאן גאר אסאך וואס ענהאלטען אין זיך רייכע תוכן און ידיעות, וואס צוליב ס'איז נישט געדרוקט געווארען אויף א נארמאלע אופן און ס'קוקט אויס ווי א זייטיגע זאך, ווערען זיי נישט געזען און נישט באמערקט.

איך האב געטראכט ס'וואלט כדאי געווען צו עפענען א געהענג'ל וואס די עולם זאל ארויף שטעלען און צוצייכענען צו אינטערסאנטע ידיעות אין הקדמות פון מחברים, און צו הסכמות וואס האבען אין זיך עפעס א חידוש אד"ג.

איך וועל ארויף שטעלען אי"ה קמא קמא דמטי' לידן, און די סופרים און ידענים זאלען נישט שטיין צו דער זייט, נאר דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם 'ומיני ומיניכי יתקלס עילאה'
(אויב איינער האט עפעס א בעסערע געדאנק פאר'ן קעפ'ל, זאל לאזען וויסען)
זייטיגע נאטיץ
[די עצם ענין צו נעמען א הסכמה איז גאר א פריעדיגע תקנה, ס'קומט נאך פון די תקנות פון 'וועד ארבע הארצות', און ס'פאדערט זיך א עקסטערע אריכות איבער דעם, (וואלט געפאסט צו עפענען א אשכול איבער דעי ענין) ואולי עוד חזון למועד אי"ה]
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

איך וועל גיין פתיחה מיט'ן באקאנטע הקדמה צו תשובות רעק"א, די הקדמה האבען געשריבען זיינע קינדער הגר"ש און הגר"א, אבער זיי ברענגען עטליכע בריווען וואס זייערע טאטע האט זיי געשריבען כללים און הוראות וויאזוי און וואס צו דרוקען.

קודם כל ווי ער שרייבט צו דרוקען שיין מיט געשמאקע פאפיר און שיינע אותיות
1 - Copy.png
1 - Copy.png (71.74 KiB) געזען 502 מאל
און דא ווי ער שרייבט וויאזוי זאל מען באטיטעלען יעדעם איינעם, [פאר דער וואס האט נאכנישט געזען דעם שטיקל, ס'איז כדאי דאס גוט דורך צו לערנען, ס'איז ממש מבהיל זיין עניוות און יראת שמים].
על דברת התוארים שנהגו גבן לכתוב, אי אישר חילי אבטלינם, כי רבויין קשה ומיעוטן לא יפה, להכותב הוא אבק חנופה, ולמי שכותבין, או אבק גאות כי ירבו לו, או אבק שנאת חינם אם ימעטו, וכל כך קצה נפשי בהם עד שקבלתי עלי שלא להביט בם ולא לקראותם, על אחת כמה וכמה בל אחפוץ בם בדבר הנדפס אשר עומד לימים רבים, פן אהי' לבוז בעולם האמת
2 - Copy.png
2 - Copy.png (103.11 KiB) געזען 502 מאל
3 - Copy.png
3 - Copy.png (157.73 KiB) געזען 502 מאל
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

בית אהרן - בבא מציעא
ערשטער ספר פון הגאון הרב אהרן וואלקין וואס איז שפעטער געווען רב פון פינסק-קארלין

בית אהרן א.PNG
בית אהרן א.PNG (325.4 KiB) געזען 481 מאל
בית אהרן ב.PNG
בית אהרן ב.PNG (29.6 KiB) געזען 481 מאל
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

מחשבות לוי - בענין מחשבות שלא לשמן ועוד

לר' לוי יצחק טאב הי"ד בנו של כ"ק אדמו"ר רבי מנחם דוד מקאזמיר זצ"ל

מחשבות לוי.PNG
מחשבות לוי.PNG (87.13 KiB) געזען 473 מאל
שער מחשבות.PNG
שער מחשבות.PNG (59.64 KiB) געזען 473 מאל
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

נאך בענין די טיטעלען,
הקדמה פון שו"ת אבני חפץ פון הרב אהרן לוין אב"ד רישא.
שות אבני חפץ לוין - Copy.png
שות אבני חפץ לוין - Copy.png (41.27 KiB) געזען 448 מאל
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

היינט האט מיר איינער געוויזען דער הסכמה, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול...
ביי מיר איז דאס געווען א חידוש נפלא,
ירא הקהל וישפוט
(די הסכמה איז אויף שו"ת בני ציון פון הגר"ד שפירא מחכמי ירושלים עיה"ק, ער האט גאר אסאך הסכמות יעו"ש)
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png (381.09 KiB) געזען 364 מאל
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:51 pm
היינט האט מיר איינער געוויזען דער הסכמה, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול...
ביי מיר איז דאס געווען א חידוש נפלא,
ירא הקהל וישפוט
(די הסכמה איז אויף שו"ת בני ציון פון הגר"ד שפירא מחכמי ירושלים עיה"ק, ער האט גאר אסאך הסכמות יעו"ש)
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png
חידוש גדול!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

רכבת הקלה האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:21 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:51 pm
היינט האט מיר איינער געוויזען דער הסכמה, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול...
ביי מיר איז דאס געווען א חידוש נפלא,
ירא הקהל וישפוט
(די הסכמה איז אויף שו"ת בני ציון פון הגר"ד שפירא מחכמי ירושלים עיה"ק, ער האט גאר אסאך הסכמות יעו"ש)
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png
חידוש גדול!
יאפס!
חידוש גדול ועצום!
איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:37 pm
רכבת הקלה האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:21 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:51 pm
היינט האט מיר איינער געוויזען דער הסכמה, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול...
ביי מיר איז דאס געווען א חידוש נפלא,
ירא הקהל וישפוט
(די הסכמה איז אויף שו"ת בני ציון פון הגר"ד שפירא מחכמי ירושלים עיה"ק, ער האט גאר אסאך הסכמות יעו"ש)
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png
חידוש גדול!
יאפס!
חידוש גדול ועצום!
איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה.

איך מיין אז די יודעי היסטאריע וועלן עס נישט באטראכטן אלץ אזא חידוש גדול, לפי די מצב אין יענע צייטן ודוק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אונגארישע הייזער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:04 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:37 pm
רכבת הקלה האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:21 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 10:51 pm
היינט האט מיר איינער געוויזען דער הסכמה, האב איך זיך דערמאנט פון דעם אשכול...
ביי מיר איז דאס געווען א חידוש נפלא,
ירא הקהל וישפוט
(די הסכמה איז אויף שו"ת בני ציון פון הגר"ד שפירא מחכמי ירושלים עיה"ק, ער האט גאר אסאך הסכמות יעו"ש)
אוצר החכמה_בני ציון - ב - שפירא, דוד בן מנחם בן-ציון_17 - Copy.png
חידוש גדול!
יאפס!
חידוש גדול ועצום!
איך האב נישט געגלייבט וואס איך זעה.

איך מיין אז די יודעי היסטאריע וועלן עס נישט באטראכטן אלץ אזא חידוש גדול, לפי די מצב אין יענע צייטן ודוק
יא די אבני נזר און אלע גדולי המתירים איז נאר געווען אלץ שעת הדחק.

אונז לעבן אין לשובע ולא לרזון ר' ישעי בן ר משה... צייטן, קען מען נישט משיג זיין די דחקות אין ארה"ק בימים ההם
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
הייליגע טאטע
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2020 12:59 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגע טאטע »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:38 pm
דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
אויב שייך ביטע ברענגען די נאמען פון די ספר
ישר כח
אז דו טוסט א טובה פאר א צוווייטע מענטש זיי גרייט אז דו גייסט צוריק באקומען שטיינער
בעט אבער דעם אייבערשטן אז די שטיינער זאלן זיין קליינע נישט קיין גרויסע
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:12 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:38 pm
דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
אויב שייך ביטע ברענגען די נאמען פון די ספר
ישר כח
אין אוצר החכמה איז דא א ספר ראשית דבר, א שיינע ליקוט פון הקדמות.

דער ספר האב איך געמיינט:
1715809115972_image.png
1715809115972_image.png (251.51 KiB) געזען 147 מאל
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:24 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:12 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:38 pm
דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
אויב שייך ביטע ברענגען די נאמען פון די ספר
ישר כח
אין אוצר החכמה איז דא א ספר ראשית דבר, א שיינע ליקוט פון הקדמות.

דער ספר האב איך געמיינט:
1715809115972_image.png
ברענג אהער די ספר זעלבסט!
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

סאדיגורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:49 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:24 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:12 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:38 pm
דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
אויב שייך ביטע ברענגען די נאמען פון די ספר
ישר כח
אין אוצר החכמה איז דא א ספר ראשית דבר, א שיינע ליקוט פון הקדמות.

דער ספר האב איך געמיינט:
1715809115972_image.png
ברענג אהער די ספר זעלבסט!
מצטרף לבקשה... איך האב עס נישט און עס איז אויך נישט אין אוצר החכמה.
אגב, דער ספר איז ארויסגעקומען תשס"ח

אפשר @dovidal וועט וויסן מער פרטים...
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9740
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ידיעות און חידושים פון הקדמות און הסכמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:55 pm
סאדיגורה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:49 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:24 pm
הייליגע טאטע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:12 pm
ספרניא האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:38 pm
דאכט זיך מיר אז איך האב אמאל געזען א ספר וואס א סקווירא'ער יונגערמאן האט ארויסגעגעבן, א שיינע ליקוט פון חידושי תורה ארויסגענומען פון הסכמות.

מ'קען טרעפן אין הקדמות מיטמאכענישן פון די מחברים, ווי אויך אינטערעסאנטע גילויים, צום ביישפיל אין די הקדמה פון זיקוקין דנורא אויף תנד"א, ווי דער מחבר שרייבט "התפללתי להקב"ה שיתן רשות לאליהו ז"ל ולתלמידו רב ענן שהם יגלו ויודיעו הפירוש האמיתי והנוסחא הנכונה והישרה של הספר הזה" וכו'
אויב שייך ביטע ברענגען די נאמען פון די ספר
ישר כח
אין אוצר החכמה איז דא א ספר ראשית דבר, א שיינע ליקוט פון הקדמות.

דער ספר האב איך געמיינט:
1715809115972_image.png
ברענג אהער די ספר זעלבסט!
מצטרף לבקשה... איך האב עס נישט און עס איז אויך נישט אין אוצר החכמה.
אגב, דער ספר איז ארויסגעקומען תשס"ח

אפשר @dovidal וועט וויסן מער פרטים...
הספר אפשר להשיג אצל בני המלקט ז"ל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”