א איד צו זיין איז טייער, אבער...
א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
פינעף - זעקס טעג א וואך
ארבעטן שווער, אבער דאך
דיר צו דאנקן מיר דערמאנען
איידער צום ארבעט מיר שפאנען
ליידער זענען מיר אין גלות
טרוד על המחיה ועל הכלכלות
און אפילו מיט אלע תירוצים זיי
דאווענען מיר טעגליך תפילות דריי
ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל
א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
אזויפיל אימעילס נאך צו שיקן
אזויפיל בלעטער נאך צו דרוקן
ס'טוט אים נישט דערקוויקן
ווען אויפן זייגער ער טוט קוקן
אזויפיל קאלס נאך צו מאכן
אזויפיל אויפגאבעס און זאכן
ס'טוט אים אפשוואכן
ווען זיינע אויגן דעם זייגער גרייכן
ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל
א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
און מיר דאנקען דיר עקסטער טאקע
פאר די געשאנק די געשמאקע
אפילו ארבעט איז דא אן א שיעור
דרייען מיר זיך אויס צו דיר
מיר נוצן אויס די צייט
ווען מיר זענען פונעם עול ווייט
מיר נעמען עס אן אלץ מתנה
און דאווענען צו דיר מיט כוונה
לאמיר צוזאמען זינגען דעם ליד
לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכע איד.
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
פינעף - זעקס טעג א וואך
ארבעטן שווער, אבער דאך
דיר צו דאנקן מיר דערמאנען
איידער צום ארבעט מיר שפאנען
ליידער זענען מיר אין גלות
טרוד על המחיה ועל הכלכלות
און אפילו מיט אלע תירוצים זיי
דאווענען מיר טעגליך תפילות דריי
ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל
א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
אזויפיל אימעילס נאך צו שיקן
אזויפיל בלעטער נאך צו דרוקן
ס'טוט אים נישט דערקוויקן
ווען אויפן זייגער ער טוט קוקן
אזויפיל קאלס נאך צו מאכן
אזויפיל אויפגאבעס און זאכן
ס'טוט אים אפשוואכן
ווען זיינע אויגן דעם זייגער גרייכן
ס'איז טאקע אמאל ביטער שווער
ארבעט איבערן קאפ אדער מער
דאך געדענקען מיר דעם כלל
און מיר שטעלן זיך דאווענען ווייל
א איד צו זיין איז טייער
די הוצאות שווער זענען זייער
אבער א איד צו זיין איז גוט
ווען דינען דעם אייבערשטן מ'טוט
און מיר דאנקען דיר עקסטער טאקע
פאר די געשאנק די געשמאקע
אפילו ארבעט איז דא אן א שיעור
דרייען מיר זיך אויס צו דיר
מיר נוצן אויס די צייט
ווען מיר זענען פונעם עול ווייט
מיר נעמען עס אן אלץ מתנה
און דאווענען צו דיר מיט כוונה
לאמיר צוזאמען זינגען דעם ליד
לאמיר אלע טאקע זיין אן ערליכע איד.