אנקעטע: אוגערקעס, גורקען, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

וויאזוי האט מען גערופן רויע אוגערקעס ביי אייערע עלטערן אינדערהיים.

אוגערקעס
9
21%
אימארקן
3
7%
קיוקאמבערס
17
40%
פיקלס
12
28%
פיקלעך
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גורקן/גורקעס
2
5%
סך הכל שטימען: 43

יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

אנקעטע: אוגערקעס, גורקען, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ווי באקאנט האט די רויע אוגערקע, פון די מערסט באנוצטע גרינצייגן אין היימישע הייזער, נישט קיין געהעריגער נאמען אויף היימיש אידיש, דער נאמען פיקלס איז די מערסט פארשפרייטע נאמען , אבער פאר אסאך מענטשן גרילצט עס אביסל אין די אויערן , ווייל עס מיינט אריגינעל בלויז די זויערע פיקלד אוגערקעס. קיוקאמבערס הערט זיך זייער נישט היימיש , אוגערקעס הערט זיך שוין אביסל צו אידיש, און אז דו וועסט זאגן אימארקן וועט א גרויסער עולם אפילו נישט וויסן פון וואס דו רעדסט.

(אגב, פאר די וואס צווייפלען צו אימארקן איז בכלל אן עכטער ווארט, איז שוין געברענגט געווארן דא אויף אייוועלט א בפירושער מקור אויף דעם פון א מהר''ם שיק..)
Capture (4).JPG
Capture (4).JPG (51 KiB) געזען 400 מאל

נאכדעם איז דא אן עקסטערער ספק איבער די לשון רבים פון פיקלס, נוצט מען די ענגלישע ס'? אדער פאראידישט מען אינגאנצן די ווארט און מען זאגט פיקלעך? סוכ''ס איז דער מיינונג פון די ווארט אויף אידיש היבש אנדערש ווי די ענגלישע ווארט.

כפי זכרוני איז אמאל געווען סאך מער פארשפרייט יא צו נוצן אנדערע ווערטער ווי אימארקן און קיוקאמבערס פאר רויע אוגערקעס, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן ווי פארשפרייט די פארשידענע ווערטער זענען געווען ווען איר זענט געווען קינדער.
לעצט פארראכטן דורך יואל שרייבער אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:56 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

נאך גוט אז דו פרעגסט נישט איבער:
  • סקוואש
  • קוסא/קוסעלעך
  • קוזשעט (יא, ס'אן עכטע ווארט! פרעג די אייראפעאישע אידן)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

שיק ארויף די פיקלס פליז.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18984
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

ביי אונז עסט מען נאר גירקינס.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

פון ווי קומט די ווארט איינגעפיקלט?
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17351
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פמ"א.

גורקעס (לכאו' ע"פ דעם מהר"ם שיק'ס גירקין).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:30 pm
ביי אונז עסט מען נאר גירקינס.
איז עס גירקינס אדער גורקעס? וואס איז דער לשון יחיד?
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:46 pm
פמ"א.

גורקעס (לכאו' ע"פ דעם מהר"ם שיק'ס גירקין).
צוגעלייגט.

וואוינט איר אפשר אין אר''י אדער אייראפע ? אין אמעריקע האב איך עס נאך קיינמאל נישט געהערט.
לעצט פארראכטן דורך יואל שרייבער אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

סובסקרייבט!!
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1804
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אונז פלעג מיר עס רופן פיקלס אבער פיקל סעלעד רוף מיר נאך עד היום מיטן אונגארישן נאמען אובאָרקאָשאָלאַטאָה
Kirbies אין גראסערי מיינט אויך אוגערקעס?
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

יואל שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:49 am


צוגעלייגט.
מיט'ן צוגלייגן א נייע אפציע האט איר פארלוירן אלע וואוטס וואס די עולם האט שוין געוועלט במשך'ן טאג
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3691
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:13 am
יואל שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:49 am


צוגעלייגט.
מיט'ן צוגלייגן א נייע אפציע האט איר פארלוירן אלע וואוטס וואס די עולם האט שוין געוועלט במשך'ן טאג
גערעכט , איך האב נישט געוואוסט דערפון .

מען בעט דער עולם זאל איבערוועלן...
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אנקעטע: אוגערקעס, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גאלדגרוב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:56 am
Kirbies אין גראסערי מיינט אויך אוגערקעס?
דוכט זיך די קליינע דינע וואס מ'עסט מיט די שאלעכץ
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”