קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3869
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

יונה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:49 pm
Ndcu.jpg
וויפיל קאסט אזא דירה?
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3194
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

יונה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:49 pm
Ndcu.jpg
א בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער! אפי' ווען ס'איז פאלש

https://depositphotos.com/editorial/lux ... 30234.html
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
איש טוב מבשר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

Emerald Living Estates

א קורצע איבערבליק פון די העפטיגע ארבעט וואס מ'האט דורכגעפירט לעצטנס אויפ'ן שטח:

- מ'האט ממשיך געווען ציען די סוער-ליניע וואס האלט שוין אזוי ווייט ווי 1500 פוס, אזוי אויך אלע קלענערע ליניעס צו די בילדינגס זייט ביי זייט מיט די נייע פייפס.

- צוגעלייגט נאך 950 פוס צום וואסער-ליניע, אזוי אויך אלע קלענערע ליניעס צו די בילדינגס זייט ביי זייט מיט די נייע פייפס.

- זיך גערוקט היבש פאראויס מיט די גרעידינג ארבעט פון אויסגראדן דעם גאנצן סייט, דאס נעמט אריין די גרויסע ארבעט פון שניידן זאמד פון פארשידענע חלקים פונעם שטח ווי עס ברויך זיין נידריגער, ווי ספעציעלע טרעקטארס טוען אויפגראבן די אלטע זאמד און שפרייטן עס אויס ווי מען ברויך הייבן די לאנד מיט אפאר פיס אזוי אז אלע ערטער זאלן זיין אייניג מיט די סייט-פלען.

- וויבאלד מען ברויך אריינברענגן היפש אסאך זאמד כדי צו פילן חלקים פונעם שטח, האט מען אנגעהויבן אריבערברענגן זאמד פון קעגן איבער, וואס דארט איז היבש א בערגיגער שטח, אבער היות עס דארף זיין די פאסיגע סארט זאמד צו קענען בויען דערויף, און מ'קען נישט נוצן סיי וועלכע, בעיקר ווייל עס דארף קענען ווערן צאמגעדרוקט -compacted- צו קענען האלטן אויף זיך א געביידע און ס'זאל נישט איינזינקען, איז דאס געשיקט געווארן פאר א פארגעשריטענע טעסטינג לאבאטאריע צי זעהן צו ס'איז גענוג שטארק צו בויען דערויף און ב"ה די טעסטינג איז צוריקגעקומען אז מען קען דאס נוצן, גלייך דערנאך איז די ארבייט אריין אין שוואנג, ווי מען האט געעפענט א נייע ראוד פון ווינטערטאן רד. וואס לויפט אריין טיעף אין די לאט, אזוי קען מען גרינג אריבער ברענגן די טויזענטער טאן זאמד.

- ס'איז אנגעקומען ריזיגע באשטעלונגען פון טייערע מאטריאלן פאר די STORMWATER אפלויף ליניע, ווי אויך סוער און וואסער פייפס, אין ווערד פון מיליאנען דאללארן.

- א גרויסע דעגרייכונג איז דאס וואס מ'האט ערהאלטן ב"ה די 2 וויכטיגע עפראוועלס:

איינס דערפון איז פאר די נעמען פון די גאסן. די נעמען זענען ווי פאלגענד:
Honey lane, Peach lane, Greenleaf lane, Grape lane, Vurekes Gardens, Willow tree Drive

די צווייטע עפראוועל איז פאר די מאיעסטעטישע גראסערי בילדינג וואס איז געפלאנט אינעם דעוועלאפמענט, צו באשטעטיגן די ערלויבעניש אז עס זאל קענען זיין העכער ווי די אנדערע בנינים

במשך די קומענדיגע חדשים איז אין פלאן בעז"ה דורכפירן די פאלגענדע:

- פארענדיגן ציען די וואסער ליניע פאר די ערשטע 100 דירות וואס וועלן געבויעט ווערן אין די נאנטע צוקונפט בעז"ה, סיי ציען די הויפט ליניע לענגאויס די גאס, און פון דארט ערמעגליכן א באהעפטונג צו קענען ציען די פייפס אריין צו די דירות זעלבסט.

- אין די נעקסטע זעקס וואכן וועט מען מאכן א פרישע וועג -REROUTING- פאר די אפלויף רערן, צו קענען אנגרייטן די סוער-ליניעס פאר די ערשטע 250 דירות פונעם דעוועלאפמענט.

- אין די נעקסטע 2 חדשים האפט מען צו שטארק פאראויסרוקן דאס אויפבוי פון די CURBS, ,SIDEWALKS און ROADS פאר די ערשטע צוויי גאסן פונעם דעוועלאפמענט.

- עס ווערן שוין געמאכט די נויטיגע הכנות אז מ'זאל גאר אין נאענטן קענען אנהויבן גיסן די פונדאמענטן פאר די נייע הייזער בשעטומ"צ, וואס איינמאל מ'הייבט דאס אן וועט די עצם בויען גיין גאר שנעל אי"ה.

א קורצע אריינבליק איבער די עבודה קשה פון די סייט פּלען אויסשטעל - #2

טרעפיק פארקער

ווי געשמועסט אינעם פריערדיגן נומער אז די גאסן און ראודס פונעם דעוועלאפמענט זענען ספעציעל דעזיינט געווארן גרעסער און ברייטער צו פארגרינגערן פאר די תושבים, וועלן מיר יעצט אדרעסירן די נושא פון "טרעפיק פארקער" פונעם נייעם געגנט.

וויבאלד עס האנדלט זיך פון א שטארק באוואוינטע פלאץ מיט פילע משפחות און קינדערלעך בליעה"ר, דארף מען ריכטיג אויספלאנירן די סיסטעם וויאזוי די טרעפיק אריין און ארויס וועט צוגיין, וואס דאס באדייט אז סיי אז די אריינקומענדע אויטאס זאלן נישט קומען צו פליען מיט א שנעלקייט פונדרויסן, און ווי אויך אז לענגאויס די גאסן זעלבסט זאל אלעס פארן גלאטיג מיט גענוג פלאץ פאר די קארס און באסעס וואס קורסירן אויף די ראודס, מ'זאל זיך ווי ווייניגער ברויכן אפשטעלן, און ס'זאל נישט צוברענגן אנגעלייגטע טרעפיק אויף איין פלאץ מער ווי די אנדערע.

כדי צו פארזיכערן די בעסטע אויסשטעל האט מען געדארפט ארבעטן אויף צוויי פראנטן, צוערשט אריינגעבן דעם 'סייט פלען' פאר א גרויסע אנערקענטע קאמפאני, וואס זיי מאכן א גרינטליכע אפשאצונג, ארייננעמענדיג אינעם בילד אלע טיילן פונעם פלאן, וויפיל מענטשן, דירות, די צאל באסעס און קארס, וויפיל בעיסמענט דירות עס קען צוקימען, קאמערשעל פעסיליטיס א.א.וו, און נאכן אנאליזירן די גאנצע הלוך ילך פונעם פלאץ ווי אויך נאכ'ן אפרעכטן א טרעפיק שטודיע פון דארט כמעט ביזן 17, האבן זיי אפראווד די יעצטיגע דעזיין אלס די מערסט צוגעפאסטע מהלך פאר אונזער דעוועלאפמענט, פון צווישן די געניאלע געדאנקען איז געווען אז מ'זאל מאכן ROUNDABOUTS, אן ערשיינונג וואס אין זייער פאפולער אין אייראפעישע שטעט מיט גרויס סוקסעס, וואס אזא זאך קאסט טאקע אסאך מער געלט, אבער די בענעפיטן זענען גאר אסאך, וויבאלד בו בזמן וואס עס פארשטייטערט די קארס ביים אריינקומען, וועט עס גלייכצייטיג נישט אפשטעלן גענצליך די פארקער נאר לאזן אלעס קורסירן ווייטער.

אויסערדעם האט מען זיך געוואנדן צו פראפעסיאנאלע מומחים ובראשם ר' יואל מאנן נ"י אינעם היימישן שטאט קרית יואל, וואס זיי האבן שוין עקספיריענס וויאזוי א היימישע געגנט אפערירט אויף א טעגליכע פארנעם, זיי זאלן אנצייגן וואס מ'קען אריינשטעלן צו פארבעסערן די טרעפיק אין יעדן הינזיכט. די קרית יואל'ער מומחים זענען צוריקגעקומען מיט עטליכע באמערקונגען, א שטייגער ווי אז מ'זאל זיכער מאכן אין גאסן ווי עס דרייען זיך מער מענטשן זאלן זיין מער TURNING LANES, אינמיטן די גאס זאל זיין ספעציעלע פלעצער אויפן סיידוואק פאר באס סטאפס אזוי ארום זאל נישט זיין קיין קאר וואס בלאקירט עס, ווי אויך אז ביי יעדע עק גאס זאל די סיידוואק ארויסקומען אביסל צום ראוד אז מענטשן זאלן זיך נישט קענען דארט אפשטעלן און שאפן א בליינד-ספאט, און צום לעצט האבן זיי פארגעשלאגן אז ביי ווינטערטאן ראוד זאל מען מאכן אסאך TURNING LANES, אז ס'זאל נישט אויפהאלטן די טרעפיק אויף דעם גרויסן ראוד.
איש טוב מבשר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

פון די בערקא אימעיל:

נאך חילוקים צווישן בויען אין די סיטי און בויען אין אפסטעיט
אייער אנפראגע:

די פראגע וואס אסאך ווילן פארשטיין איז, פארוואס זעהט מען אז אין אפסטעיט געגנטער געדויערט אזא לאנגע זמן פון ווען מ'הייבט אן צו בויען ביז מ'זעהט די פאקטישע געביידע ארויפגעצויגן דערויף, ווען אין די שטאטישע בוי-פראיעקטן גייט עס זייער געשיקט, און ווי נאר די טראקטארן לאזן זיך אראפ ביים שטח, ביז א קורצע צייט אפשניט זעהט זיך אן די סטרוקטשער פונעם בנין?


אונזער אנטווארט:

מיר האבן שוין עטוואס אנגעהויבן אויסצושמועסן די יסודות'דיגע חילוק צווישן די צוויי, אצינד לאמיר גיין א טריט ווייטער. בנוסף צו דעם וואס מ'האט ערווענט אז אין די סיטי זענען שוין אלע סופליי ליניעס אונטערערדיש גרייט, מ'דארף עס נאר באהעפטן צום נייעם געביידע, ווי אויך איז שוין דא א סיידוואָק, און א געהעריגע גאס מיט אלע איינריכטונגען, ממילא איז דאס נישט קיין שווערע עבודה צו אנהויבן תיכף ומיד ארויפבויען איין שטאק נאכ'ן צווייטן.

פיל מאל קען מען אבער זעהן אז איינער ציהט ארויף א נייע בנין און דערנאך שטייט עס ליידיג א לענגערע צייט, ווייל פארשידענע חלקים זענען נאכנישט גרייט געהעריג צו קענען גיין ווייטער, וואס ווען א בנין שטייט א לענגערע צייט נישט אין באנוץ, קאסט עס אפ שווערע געלטער יעדע פארבייגייענדע טאג וואס עס איז נישט באזעצט, סיי אלס די אינטרעסט, און סיי די פאקט אז עס שאפט שאדן פאר די געביידע צוליב וואס ס'איז נאכנישט דא סטיעם און עיר קאנדישאן.

ווידעראום אויב טוט מען אלעס פון פאראויס, צו מאכן זיכער אז יעדע דעטאל איז אויסגערעכנט איידער מ'הייבט אן, מ'ציהט אריין אלע יוטיליטי ליניעס, מיט א פונקטליכע פלאן וויאזוי מ'גייט עס אינסטאלירן און קאנעקטן, מאכט דאס אז מ'זאל גלייך קענען זיך אריינציען דערין, שפארנדיג אסאך געלט פאר די איינוואוינער.

אויב וויל מען קאנצענטרירן דער דיפערענץ אין געציילטע ווערטער, איז די פשוטע הסבר אז די גאנצע צייט וואס מ'זעהט נאכנישט ווי די הייזער רוקן זיך ארויף, גייט אן די בוי ארבעט אין פולן קראפט, נאר אויף אן אנדערע אופן, דעמאלט איז מען אקטיוו אנצוגרייטן און איינרישן אלע ארומיגע פרטים, אז די עצם בנינים זאלן שוין גיין גאר געשווינד און ווי נאר מ'נעמט זיך צו גיסן די פונדאמענטן אין א מזל'דיגע שעה.
אוועטאר
בערך
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 11:29 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערך »

קרית יטב לב.jpg
קרית יטב לב.jpg (64.92 KiB) געזען 3581 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10294
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יונה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:49 pm
Ndcu.jpg
מיין שפייעכטס רינט מיר שוין נאר פון זעהן דעם בילד..

וויפיל שטיק קומט..?
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

ווי קען מען קאנטעקטן בערקאו איבער א דירה?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
מצה בעקערי
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2017 4:10 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה בעקערי »

גראַדע האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:12 pm
ווי קען מען קאנטעקטן בערקאו איבער א דירה?
8457338528 ext 102
refill your cell phone 24hr 8453716602 or use this link https://bestcellrefill.com/login/rec.ph ... gs7g%3D%3D to buy a phone or to sign up for autopay call 929-276-4603 or email [email protected]
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

איינער האט יעצט אריינגעשיקט די בילדער פון די נייע ביהמ"ד אויף וואלנאוט רידזש גאס
די גאס אויף וואס האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א וואוינט אין שטעטל
זיי האפן בקרוב אנצוהייבן מיט די בוי ארבעט
imresizer-1715636878010.jpg
imresizer-1715636878010.jpg (375.9 KiB) געזען 2865 מאל
imresizer-1715636808490.jpg
imresizer-1715636808490.jpg (354.81 KiB) געזען 2865 מאל
אוועטאר
וואסאפשט
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:48 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסאפשט »

און דאס זענען די זכותים
imresizer-1715637510921.jpg
imresizer-1715637510921.jpg (356.02 KiB) געזען 2826 מאל
בצל תומר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:23 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצל תומר »

שבת פ' אמור - בצל הקודש
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (47.18 KiB) געזען 2506 מאל
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

וואסאפשט האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 5:59 pm
און דאס זענען די זכותים
imresizer-1715637510921.jpg
שוין עפעס פארקויפט??
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
מיינט נאכנישט אז מגייט שוין אריינמאפן..
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
intellectual
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
איז דאס געווען די איינציגסטע אפהאלט ?
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

יונה האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 2:49 pm
Ndcu.jpg
ווי גייט עס זיין??
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

שכר לימוד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:29 am
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
מיינט נאכנישט אז מגייט שוין אריינמאפן..
די ערשטע פאר הייזער שטייען גרייט כמעט פיקס פארטיג, מהאט געווארט נאר אויף וואסער.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
שכר לימוד
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 10, 2023 5:03 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכר לימוד »

חסד השם האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:39 am
שכר לימוד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:29 am
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
מיינט נאכנישט אז מגייט שוין אריינמאפן..
די ערשטע פאר הייזער שטייען גרייט כמעט פיקס פארטיג, מהאט געווארט נאר אויף וואסער.
סשטייט שוין כמעט א יאר צייט
1) ווען דו הערסט עפעס גלייב נאר האלב און ניץ דיין שכל אז ס'זאל זיין די גוטע האלב......
2) זאג נישט עפעס וואס מאכט נישט קיין סענס וועגען דער עולם קען געוואר ווערן אז די ביסט א "נאר".....
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4637
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

שכר לימוד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:25 pm
חסד השם האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:39 am
שכר לימוד האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:29 am
חסד השם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:50 pm
קר"י וואכנשריפט באריכט איבער א נייע ריזיגע וואסער סיסטעם וואס איז געווארן אהערגעשטעלט דורכן בוני ומקים העיר ר' משה שמילאוויטש פאר זיינע נייע דירות אויף אלד ראזע געפ.
גאר שטארקע נייעס ב"ה, דאס מיינט אז מקען שוין דארט אנהייבן אריינמופן און די הייזער בקרוב האפענטליך
מיינט נאכנישט אז מגייט שוין אריינמאפן..
די ערשטע פאר הייזער שטייען גרייט כמעט פיקס פארטיג, מהאט געווארט נאר אויף וואסער.
סשטייט שוין כמעט א יאר צייט
אמת, ווייל מהאט נישט געהאט קיין וואסער.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
בצל תומר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:23 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצל תומר »

רירענדע מעמד דורך די תלמידי כיתה ט' – מכינה לישיבה קטנה, ביים איבערגעבן 'מנחת ביכורים' פאר כ"ק רבינו שליט"א נאכן לערנען הונדערטער שעות רצופות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט
דעם פארלאפענעם זונטאג פרשת בהר העעל"ט אין די נאכמיטאג שעות איז פארגעקומען א דערהויבענע מעמד 'הבאת מנחת ביכורים' ווען עס זענען אריין אל הקודש פנימה די תלמידי כתה ט' - מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק' אין קרית יטב לב. ווען צום ערשט האט דער מנה"ר הרה"ג ר' אלעזר יצחק גרינפעלד שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע רייד לכבוד התורה ולומדי' ווען דערביי האט ער איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א 'מנחת ביכורים' פון טויזענטער שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט דורך די חשוב'ע תלמידים שיחי'.
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, און ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארויסגעברענגט אז שעות רציפות האט א כח צו משלים זיין אפילו די שעות וואס מען איז נישט בין כותלי הביהמ"ד געבענדיג די השפעה און חיזוק אויף ווייטער. און דערביי ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן בכל תהלכותיו אז עס זאל זיין ניכר אז ער איז א תלמיד פון רביה"ק זי"ע וועלכע ווערט נתחנך אין די מוסדות הקדושים ההולכים לאורו הבהיר. און דערויף מסיים געווען בברכת קדשו.
עס איז זיכער א געוואלדיגע נחת צו זעהן די לעכטיגע 'פירות מתוקין' וואס קומען ארויס מבין כותלי התלמוד תורה, ווען עס וואקסן אויף אזעלכע ערליכע דורות וואס שטרעבן צו וואקסן און שטייגן על במתי התורה והיראה, והכרת פניהם ענתה בהים, זעהנדיג די עבודת הקודש וואס די הנהלת רוחניות אינאיינעם מיט די כלי קודש ומרביצי תורה לייגן אריין אין די תלמידים להגדיל תורה ולהאדירה!
אשרי מי שבא לכאן ותלמידו בידו!
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (274.29 KiB) געזען 1365 מאל
איש טוב מבשר טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 6:08 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש טוב מבשר טוב »

אפראוועל'ס אויפן פרישן 'עלדער קארט פראיעקט' אויף מעין סט. אריין אין קראפט

מיט גרויס פרייד האט מען די פארלאפענע וואך דארענשטאג אויפגענומען מיט באגייסטערונג, אז ביים "זאונינג באורד מיטינג' איז געווארן אפראווד אנצוהויבן בויען דעם נייעם 'עלדער קארט' פראיעקט אויף מעין סט. דורך הרה"ח בונה ומקים ורוח החיים העיר ר' משה שמילאוויטש הי"ו ובנו ושותפו ר' יואל זאב הי"ו.

מען האט אז בקרוב זאל מען קענען אנהייבן מיט די פאקטישע מלאכת הבני', און אזוי ארום פארגרעסערן און פארברייטערן דעם שטאט לשם ולתפארת מיט הרחבת הדעת.
די פרייעדיגע נייעס איז געקומען ביינזאם מיט די געוואלדיגע דערגרייכונג מיטן באקומען די נויטיגע פערמיטן צו קענען אנהייבן בויען די ריזן "וואסער סיסטעם" אין שטאט, וואס די ביידע גלאפידענדע הרחבת גבולי הקדושה טוהן מיט א דאפעלטע שטארקייט דערפרייען די הערצער פון אלע תושבי העיר, טובים שניהם מן האחד, אז מען איז בס"ד זוכה צו אזעלכע געוואלדיגע דערגרייכונגען. כה יתן ה' וכה יוסיף אך לרבות!

הולך וגדול עד למאוד!
בצל תומר
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:23 am

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצל תומר »

נדיבי לב זענען מנדב גרעסערע סכומים פארן אויפבוי פונעם נייעם בית גדול וקדוש בית המדרש 'שכונת וואלנאט רידזש' דקהלתינו הקדושה.
אין די טעג האט מען אנגעהויבן מיט די שנעלע אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש דקהלתינו הקדושה שכונת וואלנאט רידזש, וואס דאס וועט אויך גלייכצייטיג דינען אלס דעם 'רבינ'ס ביהמ"ד' בעת ווען רבינו שליט"א טוט וויילן עטליכע מאל א יאר בתוככי עירינו המעטירה.
תומכי ונגידי בית סאטמאר די בכל אתר ואתר נוצן אויס די געוואלדיגע געלעגנהייט מיטן זיך איינהאנדלען די געוואלדיגע זכותים נצחיים לטובת בניית בנין בית המדרש.
צו קויפן א זכות קען מען מען זיך פארבינדן אויף 347-675-8654, אדער שיקט א אימעיל צו:gmail.com@bhwalnutridge
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
אטעטשמענטס
unnamed (5) (1) (1).jpg
unnamed (5) (1) (1).jpg (152.2 KiB) געזען 676 מאל
הלואי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:23 pm

Re: קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלואי איך קען »

אסיפת חינוך
אטעטשמענטס
1.jpg
1.jpg (224.15 KiB) געזען 330 מאל
2.jpg
2.jpg (148.98 KiB) געזען 330 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים, אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”