מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

מסע הקודש - לעורר מקד"ם
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (232.52 KiB) געזען 2254 מאל
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ערשטע מודעה
אטעטשמענטס
unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (225.3 KiB) געזען 2236 מאל
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

לקראת די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן מנחת אלעזר פון מונקאטש זי"ע, גרייט זיך נכדו ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א צו אונטערנעמען א מסע הקודש קיין אייראפע, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן זיידן דער מנחת אלעזר, און פראווענען א געהויבענע שבת אינאיינעם מיט פילע חסידים אינעם ווייטן פוילין.

דער דינובער רבי שליט"א וועלכער איז אריבער א שווערע תקופה אין געזונט אין די לעצטערע חדשים, האט אצינד אויסגעדרוקט רצון קדשו ארויסצופארן קיין אייראפע צו פוקד זיין די קברי אבות, און טראץ וואס די שטאט מונקאטש, מקום מנוחת קדשו פון הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע, געפונט זיך אין לאנד אוקריינע, וואו עס איז נאך אלס אקטיוו די מלחמה צושטאנד, וועט דער רבי מיט די פמליא אריינפארן קיין מונקאטש פאר בלויז עטליכע שעה, צו פוקד זיין דעם ציון הק' אין די טעג ארום די יארצייט.

דינסטאג פרשת במדבר ז"ך אייר וועט דער רבי ארויספארן אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה, און דורכאויס די נאכפאלגענדע טעג וועט מען פוקד זיין די קברי הצדיקים אין מונקאטש און נאך פלעצער, די הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין א געהויבענע שבת "לעורר מקדם" אין שטאט דינוב אין פוילין, און זונטאג פרשת נשא וועט דער רבי זיך ארויסלאזן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.

(קרעדיט jdn)
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אינעם וועכנטליכער אימעיל זעה איך שוין נאך א צעטל, איינער קען עס אהערשטעלן.



אפשר
@תרמב וועט עס האבן.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

.
אטעטשמענטס
IMG-20240510-WA0127.jpg
IMG-20240510-WA0127.jpg (127.65 KiB) געזען 1837 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

.
אטעטשמענטס
IMG-20240510-WA0128.jpg
IMG-20240510-WA0128.jpg (126.6 KiB) געזען 1831 מאל
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

@תרמב שכח, איך קען עס נישט אראפנעמען פונעם אימעיל.

--
איך האף דו פארסט מיט.
עס איז א געלעגנהייט פאר א פרישע קאפיטל אינעם טאג בוך דיינע...
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גייט לכאורא זיין א שטיקל פארמעסט איבער די בעסטע ארטיקל
(ווער ס'פארשטייט פארשטייט)
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
דינובער שמחות
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 6:50 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דינובער שמחות »

איינער מיט מער אינפא צו מ'קען שוין באשטעלן טיקעטס וכדו'?
@הארזים @תרמב @די זוהן פון קהלת
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

דא האסטו
אטעטשמענטס
unnamed (2) (5).jpg
unnamed (2) (5).jpg (333.27 KiB) געזען 1235 מאל
unnamed (2) (4).jpg
unnamed (2) (4).jpg (311.14 KiB) געזען 1235 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

צו באשטעלן דריקט דא
לעורר מקד"ם
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

פריש פון היינט
אטעטשמענטס
unnamed (8).jpg
unnamed (8).jpg (383.08 KiB) געזען 671 מאל
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אט האט איר אפאר שורות וואס זענען ארויס פון אונטער מיין פעדער איין טאג טראכטנדיג איבער די נסיעה:


ב' סיון אין מונקאטש!!די פאר ווערטער וואס ברענגן ארויס די הרגשים פון יעדן דינוב'ע חסיד, זיי קלינגען ווי מוזיק צו אונזערע אויערן, אונזערע מחשבות פליען באלד אוועק צו גאר אן אנדערע סארט וועלט, ווי התקשרות לצדיקים ווערט ארויסגעברענגט מיט אירע שענסטע קאלירן, זייענדיג זיך מצייר אין מחשבה ווי ס'האט אויסגעקוקט א שבת א יו"ט בצל רביה"ק בעל מנח"א זי"ע ולמעלה בקודש, ווי ס'האט געפלאמט א יעדן דבר מצוה אין די הערצער פון אונזערע זיידעס דא אין מונקאטש והגלילות, און ווי האט אויסגעקוקט א פשוט'ע וואכעדיגע תפלה ביי זיי, איז פארשטענדליך די התרגשות דקדושה וואס נעמט ארום תלמידי וחסידי דינוב אלטוועלטליך הערנדיג די בשורה טובה אז כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א נעמט אונטער א נסיעה לרגל יודלה"ק הבעל"ט צום עיר האבות מונקאטש, ווי מיר וועלן פוקד זיין אינאיינעם בי די ציונים הקדושים פון רבות"ק, ובפרט ביודלה"ק ב' סיון ביים ציון הקדוש פון רביה"ק בעל מנח"א זיעועכי"א.

עס דערמאנט אונז צוריק פון די פארגאנגענע נסיעה מיט כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א קיין מונקאטש, מיט גאנצע אכט יאר צוריק, אין יאר תשע"ז, ווען די יודהל"ק איז געפאלן אויף א שב"ק, ווען מיר האבן זוכה געווען זיך מסתופף צו זיין בצל רבותיה"ק אין שטאט מונקאטש, און זיך אנזאפן מיט די לויטערע לופט פונעם עיר האבות מונקאטש, וויפיל וואסערן זענען שוין זינט דאן געפלאסן, און וויפיל טרערן זענען שוין זינט דאן פארגאסן געווארן, ביז מיר זענען ב"ה זוכה ווידעראמאל אונטערצונעמען א נסיעה אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א, ווי מיר וועלן בעז"ה אהיים ברענגען ישועות ורפואות מיט אלעם גוטן.

מען קען נישט באשרייבן די פרייליכע געפילן וואס קאכט אין אונז, בעת מיר גרייטן זיך מיט א שמחה של מצוה, און יראה עילאה צום גרויסארטיגן נסיעה, פוקד צו זיין ביי די הייליגע מקומות, ווען צווישן אנדערע איז שטארק בולט די פאקט, אז מיר האפן בעזהשי"ת פוקד צו זיין ביי די אלע מקומות מנוחתם פון רבותיה"ק עלי אדמת אירופה, אנגעהויבן סיי רבותה"ק בעל מנח"א ולמעלה בקודש רביה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע, רביה"ק בעל שם שלמה זי"ע, אין שטאט מונקאטש, דערנאך ביי רביה"ק בעל יודעי בינה אין לאנצהוט, און ביי רביה"ק בעל בני יששכר זי"ע, וואס לאורם ניסע ונלך, גלייכצייטיג וועלן מיר האבן די זכיה זיך אויסצוגיסן די הערצער ביי גדולי צדיקי עולם נ"ע, ווי הרה"ק מ'ליזענסק זי"ע, הרה"ק מ'צאנז זי"ע, הרה"ק מ'ראפשיץ זי"ע, און פיל אנדערע.

עס דערמאנט וואס מיר האבן אלע געלערנט אין ספר מסעות ירושלים, ווען רביה"ק בעל מנח"א זי"ע איז ארויפגעפארן קיין ירושלים, פוקד צו זיין ביי די מקומות הקדושים אשר בארץ המה, און שופך שיח זיין אויסצופועל'ן אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

די בלאט איז צו ארעם צו שילדערן די הרגשים וואס נעמט אונז ארום, וויסנדיג ווי זעלטן די דאזיגע נסיעה איז, ובפרט אין די לעצטערע יארן, ווען פילע מלחמות בוזשעווען עלי אדמת אירופה, און עס איז שווער אנצוקומען צו געוויסע מקומות, איז זעלבסטפארשטענדליך וואספארא שמחה עס נעמט ארום כלל חסידי דינוב צו קענען אנטיילנעמען אין דעם מסע המלכות.

באזונדער דארף ארויסגעברענגט ווערן די אייגנארטיגקייט פון די נסיעה, וואס ווערט ספעציעל געבויעט און אויסגעשטעלט אויף אזא אופן ווי מ'וועט בעזהשי"ת הנאה סיי פון א גשמיות'דיגן שטאנדפונקט, ובפרט פונעם רחניות'דיגן אויר, וואס וועט אונז דערהייבן און באלייכטן במשך די גאנצע ימי הנסיעה, און אויף ווייטער אהיימצוברענגן פרישע כוחות דקדושה, פון די גייסטרייכע מאמענטן וואס מיר וועלן בעז"ה מיטהאלטן פונדערנאנט, הן בשעת די עליות לציון הקדושים, און בפרט במשך דעם הייליגן שב"ק וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין עיר האבות דינוב, כבימי קדם, אזוי אין די צייטן ווען זי האט געווירבלט מיט חסידים ואנשי מעשה, וואס האבן זיך מסתופף געווען בצל רביה"ק בעל בנ"י זי"ע מידי שבת בשבתו, וואס דאס זיין אויף אזא ארט זעלבסט ברענגט ארויס די ריכטיגע הרגשים און געגועים, און בפרט ווען מיר וועלן פארבברענגן מיט חסידים ואנשי מעשה אינאיינעם איז צום ערווארטן אז מיר וועלן אלע נתעלה ווערן פון דעם געהויבענעם שב"ק.

לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די אבות הקדושים, זיי זאלן מעורר רחמים זיין אויף אונז.

לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די פריערדיגע אהבה פון רבותיה"ק נבג"מ צו אונז עדת צאן מרעותם.

לעורר מקד"ם!!מיר גייען מעורר זיין די זכות אבות פון די פריערדיגע דורות.

יזכור אהבתם ויחיה זרעם
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

שכח @די זוהן פון קהלת
פיין געשריבן! גוט געשריבן! וואויל געשריבן!
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...
איך ווארט א גאנצע וואך פאר שבת,
ווייל דעמאלטס קען מען נישט שרייבן אויף איי וועלט!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מקען שוין טוישן די קעפל צו *בלויז נייעס*

די נסיעה הייבט זיך שוין כמעט אן, געוויסע אידן זענען שוין ארויסגעפארן

א זיראנץ פאלט שוין כמעט אריין קראפט
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מסע הקודש פון אדמו"ר מ'דינוב שליט"א קיין מונקאטש לרגל יודלה"ק ב' סיון תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג יוני 03, 2024 12:01 pm
מקען שוין טוישן די קעפל צו *בלויז נייעס*

די נסיעה הייבט זיך שוין כמעט אן, געוויסע אידן זענען שוין ארויסגעפארן

א זיראנץ פאלט שוין כמעט אריין קראפט
הייב אן מיט א טאגבוך וועט מען מאכן א זיראנץ
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”