וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

טויבערס פיש סטאר אין ווילי
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
כ'זאג נישט אויס
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2022 9:58 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'זאג נישט אויס »

נאך געווען אין ישיבה דעמאלטס א חבר איז צוגעקומען צו מיר פרעגנדיג צו מיין טאטע איז און מירון זאג איך אים יא סיי מיין טאטע און סיי מיין ברודער (כ'בין פון חסידי תולדות אהרן און מיין ברודער האט דעמאלט געלערנט און תולדות אהרן ישיבה און מיין טאטע איז געקומען פון דאהי צו ארץ ישראל פאר מירון) זאגט ער מיר אז א ברינטשע ביי די הדלקה איז צאמגעפאלן און ס'דא הונדערטע טויטע (בחורישע גוזמאות) איך בין געווארן דערשראקן פאר די נעקסטע שעה צייט ביזן אהיימגיין האב איך נישט געקענט ריטשן מיין מאמע.
אויפן באס אהיים האב איך נישט געקענט פארשטיין פארוואס די באס פארט נישט גלייך צו מיך אהיים
בקיצור בין איך אנגעקומען אינדערהיים און געזען מיין גאנצע משפחה זאגט תהילים.
אונז האבן נישט געקענט ריטשן מיין טאטע וועגן די שוואכע סערוויס און מירון
למעשה שפעטער האבן אינז ברוך השם געהערט אז מיין טאטע און ברודער זענען בסדר
מיין ברודער איז געווען אויפן פארענטשעס און מיין טאטע וואלט דעמאלט געדארפט זיין דארט אבער ממש פארן ארויפגיין אויפן שביל ר' דוב האט ער זיך דערמאנט אז ער האט געבארגט פון איינעם א טשארדזשער האט ער זיך אויסגעדרייט
(Btw אינז זעמער אייניקלעך פון ר' דוב אייזענבערג [כ'האב נישט מורא פון א גילו ווייל ר' דוב האט ברוך השם אבאנטש אייניקלעך] )
ווער עס האט די לעצטע לאך האט די לעצטע געכאפט
פארעסט ראוד
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 01, 2023 12:05 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארעסט ראוד »

אויפן דאך פון ביהמ"ד הגדול ק"י
כבוד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

אריינגיינדיג אין קאר אויפן וועג צום הדלקה אין קר"י, הער איך א וואויסמעיל אין טעלעפאון פון איינעם וואס האט געמיינט אז איך בין אין מירון, 'איך הער עפעס פארענטשעס איז צוזאם געפאלן און עס איז דא הרוגים?' איך האב פארשטאנען אז עס איז נישט כדאי צו הערן נייעס איצערט, האב איך מיר ארויסגעלאזט אויפן וועג, בו בזמן ווען מיין טעלעפאון קלינגט אן א אויפהער, און עס פליסט הודעות א גאנצע וועג...

אינמיטן וועג האב איך פארקירט אויפן שאלדער, ווייל איך האב פארשטאנען פון די אלע מעסעדזשעס אז עס איז עפעס ערענסט האט פאסירט, און עס איז נישט כדאי צו ליינען אדער כאפן א בליק בשעת'ן דרייווען, איך בין געשטאנען דארט בערך 20 מינוט פארגליווערט, ממש נישט געקענט ווייטער דרייווען.

אנקומענדיג קיין קרית יואל האב איך מיר געשטעלט מעריב'ן, טייכן טרערן האט זיך געגאסן, איך גלייב נישט אז עס איז געווען פאני בשעת מעשה, איך האב מיר נישט געזען.

אנקומענדיג אהיים נאכן הדלקה, נאכן אביסל הערן מער פרטים, בין איך געווארן פלעין פאריקט, איך בין געשטאנען באישון לילה, איך באטראכט א לענגערע צייט די בלינקעדיגע לייטס, און זיך געוואנדערט אויב אלעס גייט טאקע ווייטער אן...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2772
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

צק

אויף די רעמפ אראפ פון די BQE
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מוצ"ש מאי 18, 2024 11:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יש תורה בעולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 2:20 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש תורה בעולם »

צ"ק

ביים טיש אין מתחם אולפנה אין מירון פון הוד כ"ק עט"ר ציס"ע מבאיאן שליט"א נאכן גרויסן מעמד ההדלקה המרכזית על גג הציון
דער נעשכיזער איז געווען א גוטע איד!!!!!
ווי וואנט משיח נאו!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”