פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:48 pm
הארזים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:50 am
דער מנחת אלעזר רעדט דערוועגען עטליכע מאל, מארגן וועל איך שטעלן מראה מקומות.
די בני יששכר האט אזוי גערופן זיין ספר זאגנדיג אז ער איז פין שבט יששכר.
אזוי ווי @דעה חכמה לנפשך שרייבט, האט עס געהאט מיט הייליגן רבי פון לובלין זי"ע, ווייל ער האט ספעציעל געפילט די אורות פון חנוכה.
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:38 am
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am
אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:45 pm
שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:04 am

דאכט זיך מיר אז אין מסכת מגילה ווערט עס אויך דערמאנט אין די גמרא, איך וועל דארפן נאכקוקן.
משמע פון די גמ' דארט יד: אז ער האט אלע צוריקגעקערט, נישט נאר א טייל. דער ערשטע ראי' איז אז שמיטה איז אנגעגאנגען, און שמיטה איז דאך נאר ווען ס'איז כל יושביה על אדמתם, עי' רש"י שם.
געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לענ"ד נישט קיין ראי' פון די מעשה מיטן בני יששכר.

די מעשה גייט אז ער האט געפיהלט עפעס א קשר מיט חנוכה, און די רבי פון לובלין האט אים געזאגט אז ער איז געווען מבני יששכר יודעי בינה אויפן סנהדרין בימי החשמנאים.

דאס מיינט לכאורה א גלגול\ניצוץ\עיבור וכדו', נישט אן אפשטאמיגער בן אחר בן משבט יששכר.
ניין, ער האט אים געזאגט אז ער איז אן אייניקל פון די בני יששכר, און וואו אויך די בני יששכר'ס זון האט א נאמען געגעבן זיין ספר ''יודעי בינה'' אויפן פסוק ''ובני יששכר יודעי בינה'' און אויב ס'איז נאר א זאך וואס איז נוגע דעם טאטן אז ער האט געהאט א ניצוץ פון די סנהדרין בימי החשמונאים וואס האט דאס מיט זיין זון? און וואו אויך די הייליגע מנחת אלעזר זי''ע האט זיך געהאלטן פאר אן אייניקן מחמת די מעשה, עכ''פ ער האט זיכער געזאגט אייניקל און נישט ניצוץ וכדו'.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am
אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:45 pm
שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:04 am

דאכט זיך מיר אז אין מסכת מגילה ווערט עס אויך דערמאנט אין די גמרא, איך וועל דארפן נאכקוקן.
משמע פון די גמ' דארט יד: אז ער האט אלע צוריקגעקערט, נישט נאר א טייל. דער ערשטע ראי' איז אז שמיטה איז אנגעגאנגען, און שמיטה איז דאך נאר ווען ס'איז כל יושביה על אדמתם, עי' רש"י שם.
געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ווער זאגט אז זיכער נישט? איך זאג אויך נישט אז זיכער יא, אבער מהיכי תיתי אז זיכער נישט?
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:11 pm
אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:41 am
יוסף בנימין האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 11:28 am
וואדקע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 1:47 am
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
מהיכא תיתי?
אזוי שרייבט די מנחת אלעזר
וואו?
איך קען מערערע ריזיגע משפחות מוחזקים כאשכנזים -
וועלכע שטאמען פון גדולי הספרדים באח״ב.
איין ריזיגע משפחה (כהנים) שטאמען פון הייליגן שבט מוסר באח״ב.
ה״ה רבינו הק׳ אליהו הכהן האיתמרי זצ"ל
איין ריזיגע משפחה שטאמען פון רבינו הק׳ מרן הבית יוסף באח״ב.
בעת׳ן טרויעריג בארימטן גירוש ספרד זענען רבבות ספרדים אנטלאפן פון שפאניע קיין צרפת, קיין אמסטערדאם, און דערנאך קיין ארץ ישראל
במשך די יארן האבן זיי געביטן דעם משפחה נאמען מערערע מאל,
במילא, איז נישטא קיין שום כללים, חוץ א יחוס בריוו
וואס קיינער בעולם פארמאגט נישט.
1. אי''ה נאך שבת וועל איך ברענגן מקורות אויף אלעס וואס איך האב געשריבן.
2. איך האב אלעס געשריבן בדרך כלל לויט די לשון פונעם מנחת אלעזר זי''ע ועוד גדולי ישראל וואס כולם בפה אחד לייגן אראפ דעם כלל אז די בני הספרדים שטאמען פון שבט יהודה און די אשכנזים פון בנימין, און אודאי יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל ובפרט אז עס זענען געווען אסאך גירושין ושמדיות וואס צוליב דעם זענען גדולי הראשונים אנטלאפן פון אשכנז קיין ספרד (ווי די הייליגע רא''ש זי''ע ועוד) וכן להיפך, אבער בדרך כלל איז עס אזוי אז די ספרדים שטאמען פון יהודה און אשכנזים פון בנימין.
3. עס זענען יא דא געציילטע משפחות מיוחסים ביי אחב''י אנשי תימן וואס האבן נאך זייער יוחס בריוו ביז אדם הראשון ע''ה (וואס באמת ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק איז נישט געווען קיין משפחה ביי די אנשי תימן וואס האט נישט געהאט קיין יוחס בריוו, און מ'פלעגט זיך נישט משדך זיין צווישן זיך נאר מיט א יוחס בריוו, נאר צוליב מעשה שהיה שאכ''מ איז רוב דערפון פארברענט געווארן).
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:12 pm

וויפיל אידן קענסטו:
וואס קענען אויסרעכנען זייערע זיידעס באב״ח העכער 10 דורות?

איך שטעל ארויף א ייחוס בריוו ביז דוד המלך פון עפעס משפחת תימנים.

גלייבט איר דאס?
אגרת יוחסין עד דוד המלך
אגרת יוחסין עד דוד המלך
IMG_6504.jpeg (125.51 KiB) געזען 257 מאל
ווער וויייסט?
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:41 pm

IMG_6504.jpeg
ווער וויייסט?
דאס אז די גלייבסט עס נישט ווענדט נאך נישט אפ די פאקט אז עס זענען דא צענדליגע משפחות וואס האבן זייער יוחס בריוו ביז דוד מלך ישראל טאקע נישט קיין סאך אבער ס'דא. יעצט אז די פרעגסט מיר צו איך גלייב עס, איך ווייס נישט, ווייל ס'קען זיין פונקט אזוי אז איינער האט זיך אויפגעמאכט א יוחס בריוו אבער לגבי די כלל איז זיכער אז ס'דא וואס האבן נאך זייער יוחס בריוו בימינו אלה כאטש וואס לגבי די פרט קענסטו עס נישט גלייבן!
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am
אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:45 pm
שלמה מולכו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:04 am

דאכט זיך מיר אז אין מסכת מגילה ווערט עס אויך דערמאנט אין די גמרא, איך וועל דארפן נאכקוקן.
משמע פון די גמ' דארט יד: אז ער האט אלע צוריקגעקערט, נישט נאר א טייל. דער ערשטע ראי' איז אז שמיטה איז אנגעגאנגען, און שמיטה איז דאך נאר ווען ס'איז כל יושביה על אדמתם, עי' רש"י שם.
געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ממש שלא מן הענין. האט דען די הייליגער לובלינער זי''ע געזאגט פאר איינעם א ישראל אז ער איז א כהן אז דו מאכסט אזא היכי תמצי? מיינסט ער איז געווען עפעס א בעל דמיון??

נ.ב. ממילא מ'וויל נישט גלייבן אין היינטיגע צדיקים, אקעי, אבער ס'גייט אזוי ווייט ווי מפקפק זיין אין דיבור שיצא מפורש מפי קודש הקדשים מלובלין זי''ע. עטוואס עכטע אמונת צדיקים מעג מען נאך האבן. (פון דארטן פון ווי דו ביסט יונק די שיטה פון אלעס אוועקמאכן, האט אבער עכטע אמונת צדיקים געהאט און נאך מיט א שמוץ אריבער)
לעצט פארראכטן דורך שאול ידידיה אום פרייטאג מאי 17, 2024 4:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:50 pm
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am
אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2023 12:45 pm

משמע פון די גמ' דארט יד: אז ער האט אלע צוריקגעקערט, נישט נאר א טייל. דער ערשטע ראי' איז אז שמיטה איז אנגעגאנגען, און שמיטה איז דאך נאר ווען ס'איז כל יושביה על אדמתם, עי' רש"י שם.
געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ממש שלא מן הענין. האט דען די הייליגער לובלינער זי''ע געזאגט פאר איינעם א ישראל אז ער איז א כהן? מיינסט ער איז געווען עפעס א בעל דמיון??

נ,ב. ממילא מ'וויל נישט גלייבן אין היינטיגע צדיקים, אקעי, אבער ס'גייט אזוי ווייט ווי מפקפק זיין אין דיבור שיצא מפורש מפי קודש הקדשים מלובלין זי''ע. עטוואס עכטע אמונת צדיקים מעג מען נאך האבן.
גלייבן און אננעמען להלכה איז 2 זאכן.
איך גלייב קלאר אז דער הייליגער חוזה זאגט איז עס קודש קדשים.

אבער מיר האבן א כלל: תורה לא בשמים.
און דער הייליגער חוזה איז אויך נישט העכער דעם.

דער בני יששכר באקומט זיכער נישט קיין חלק בנחלת שבט יששכר נאר אז ער קען קלאר אויפווייזן וויאזוי ער אן אייניקל פון שבט יששכר.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

איך האב ערגעץ אפאר יוחס בריוון פון מיינע זיידעס, און לויט דעם קומט אויס אז איך שטאם פון כמעט אלע שבטים.
(אויב געדענק איך גוט איז עס אלע חוץ ראובן און דן)
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1883
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אז מען איז א אייניקל פון א זיידע וואס זיין מאמע איז געווען א בת כהן הייסט עס געשטאמט פון שבט לוי? אזוי אויך אז מען איז א אייניקל פון א באבע וואס איר טאטע'ס מאמע איז געווען א בת לוי?
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:50 pm
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am

געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ממש שלא מן הענין. האט דען די הייליגער לובלינער זי''ע געזאגט פאר איינעם א ישראל אז ער איז א כהן? מיינסט ער איז געווען עפעס א בעל דמיון??

נ,ב. ממילא מ'וויל נישט גלייבן אין היינטיגע צדיקים, אקעי, אבער ס'גייט אזוי ווייט ווי מפקפק זיין אין דיבור שיצא מפורש מפי קודש הקדשים מלובלין זי''ע. עטוואס עכטע אמונת צדיקים מעג מען נאך האבן.
גלייבן און אננעמען להלכה איז 2 זאכן.
איך גלייב קלאר אז דער הייליגער חוזה זאגט איז עס קודש קדשים.

אבער מיר האבן א כלל: תורה לא בשמים.
און דער הייליגער חוזה איז אויך נישט העכער דעם.

דער בני יששכר באקומט זיכער נישט קיין חלק בנחלת שבט יששכר נאר אז ער קען קלאר אויפווייזן וויאזוי ער אן אייניקל פון שבט יששכר.
דאס האט גארנישט מיט תורה, דאס איז פאקטן.
דער אמת קען מען יא טרעפן אין הימל.
בנוגע נחלות, ווייס איך נישט.
אבער אז דער חוזה האט געזאגט, גלייב איך עס עכ"פ אזוי סאך ווי איך גלייב אז איך קום פון יהודה/בנימין.
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:50 pm
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am
אור כי טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2023 8:44 am

געטראכט פון דעם היינט ביים נשיא.

אלע יאהר האב איך געקלערט ביים זאגן די תפלה "שבאם אני מאותו שבט שקראתי היום" כו' אז עכט זענען רוב טעג זיכער נישט נוגע. יעצט אבער ווייס איך שוין נישט...
די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ממש שלא מן הענין. האט דען די הייליגער לובלינער זי''ע געזאגט פאר איינעם א ישראל אז ער איז א כהן? מיינסט ער איז געווען עפעס א בעל דמיון??

נ,ב. ממילא מ'וויל נישט גלייבן אין היינטיגע צדיקים, אקעי, אבער ס'גייט אזוי ווייט ווי מפקפק זיין אין דיבור שיצא מפורש מפי קודש הקדשים מלובלין זי''ע. עטוואס עכטע אמונת צדיקים מעג מען נאך האבן.
גלייבן און אננעמען להלכה איז 2 זאכן.
איך גלייב קלאר אז דער הייליגער חוזה זאגט איז עס קודש קדשים.

אבער מיר האבן א כלל: תורה לא בשמים.
און דער הייליגער חוזה איז אויך נישט העכער דעם.

דער בני יששכר באקומט זיכער נישט קיין חלק בנחלת שבט יששכר נאר אז ער קען קלאר אויפווייזן וויאזוי ער אן אייניקל פון שבט יששכר.
איף פלאן נישט מאריך צו זיין אין ענדלאזע דעבאטעס, ביי מיר איז א ווארט פונעם הייליגן לובלינער זי''ע גענוג און נאך!

זיי זענען נישט געווען קיין גוזמאות זאגער און נישט קיין ווערטל מאכערס, אויב האט ער אזוי געזאגט איז עס אמת עד הסוף
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

סתם אינטערסאנט אנצומערקן וואס ס'שטייט אין רמב''ם אין הל' מלכים פי''ב ה''ג, וז''ל:

בימי המלך המשיח כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו' ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל הרי הוא אומר ויאמר התרשתא להם וגו' עד עמוד כהן לאורים ולתומים הנה למדת שברוח הקודש מייחסין המוחזקין ומודיעין המיוחס ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם שמודיע שזה משבט פלוני וזה משבט פלוני אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות זה ממזר וזה עבד שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה.

אינטערסאנט אז די גאנצע יחוס לעת''ל גייט צו גיין מיט ''רוח הקודש''! אינטערסאנט ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו שרייען תורה לא בשמים הוא, און בעטן פרוף פון וועלכע שבט מ'שטאמט
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:58 pm
קיסריה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:53 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:50 pm
קיסריה האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:15 pm
דעה חכמה לנפשך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:42 am

די הייליגע בני יששכר האט אים זיין רבי די הייליגע רבי פון לובלין מגלה געווען אז ער שטאמט פון שבט יששכר
בדרך כלל שטאמען מיר די אשכנזים פון שבט בנימין און די ספרדים פון שבט יהודה!
לאמיר זאגן אז דער הייליגער חוזה זאגט פאר איד:
איר זענט פון שבט לוי - און אן אייניקל פון אהרן הכהן בן אחר בן - אבער דעם איד׳ס עלטערן זענען געווען מוחזק כישראלים.

ווערט ער יעצט א כהן ווייל דער הייליגער חוזה האט אזוי געזעהן אין הימל. זיכער נישט. - תורה לא בשמים!

ער קען טאקע מחמיר זיין אז ער גייט מער נישט צו קיין קבר, אבער צי קען מען זיך ביי אים פודה זיין?
ממש שלא מן הענין. האט דען די הייליגער לובלינער זי''ע געזאגט פאר איינעם א ישראל אז ער איז א כהן? מיינסט ער איז געווען עפעס א בעל דמיון??

נ,ב. ממילא מ'וויל נישט גלייבן אין היינטיגע צדיקים, אקעי, אבער ס'גייט אזוי ווייט ווי מפקפק זיין אין דיבור שיצא מפורש מפי קודש הקדשים מלובלין זי''ע. עטוואס עכטע אמונת צדיקים מעג מען נאך האבן.
גלייבן און אננעמען להלכה איז 2 זאכן.
איך גלייב קלאר אז דער הייליגער חוזה זאגט איז עס קודש קדשים.

אבער מיר האבן א כלל: תורה לא בשמים.
און דער הייליגער חוזה איז אויך נישט העכער דעם.

דער בני יששכר באקומט זיכער נישט קיין חלק בנחלת שבט יששכר נאר אז ער קען קלאר אויפווייזן וויאזוי ער אן אייניקל פון שבט יששכר.
איך פלאן נישט מאריך צו זיין אין ענדלאזע דעבאטעס, ביי מיר איז א ווארט פונעם הייליגן לובלינער זי''ע גענוג און נאך!

זיי זענען נישט געווען קיין גוזמאות זאגער און נישט קיין ווערטל מאכערס, אויב האט ער אזוי געזאגט איז עס אמת עד הסוף
דער הייליגער חוזה האט נישט געזאגט צי עס מיינט א ניצוץ, א גלגול, א בחינה.

ממילא מוז מען עס נישט אננעמען אז עס מיינט ממש נצר מטעי שבט יששכר בן אחר בן.

הגע בעצמך: מיינט עס אז אלע ברודערס, און פעטערס פון בני יששכר זענען אויך יעצט געווארן משבט יששכר?

ס׳איז דאך נישט נאר ער אליין.
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:07 pm
סתם אינטערסאנט אנצומערקן וואס ס'שטייט אין רמב''ם אין הל' מלכים פי''ב ה''ג, וז''ל:

בימי המלך המשיח כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו' ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל הרי הוא אומר ויאמר התרשתא להם וגו' עד עמוד כהן לאורים ולתומים הנה למדת שברוח הקודש מייחסין המוחזקין ומודיעין המיוחס ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם שמודיע שזה משבט פלוני וזה משבט פלוני אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות זה ממזר וזה עבד שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה.

אינטערסאנט אז די גאנצע יחוס לעת''ל גייט צו גיין מיט ''רוח הקודש''! אינטערסאנט ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו שרייען תורה לא בשמים הוא, און בעטן פרוף פון וועלכע שבט מ'שטאמט
ווי אין די תורה שטייט פון וועלכע שבט די ביסט?....
נאכגיין דעם אמת קען מען אין הימל, גארנישט מיט די תורה איינגעשטויסן...
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

הייסע פעפער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:10 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:07 pm
סתם אינטערסאנט אנצומערקן וואס ס'שטייט אין רמב''ם אין הל' מלכים פי''ב ה''ג, וז''ל:

בימי המלך המשיח כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו' ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל הרי הוא אומר ויאמר התרשתא להם וגו' עד עמוד כהן לאורים ולתומים הנה למדת שברוח הקודש מייחסין המוחזקין ומודיעין המיוחס ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם שמודיע שזה משבט פלוני וזה משבט פלוני אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות זה ממזר וזה עבד שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה.

אינטערסאנט אז די גאנצע יחוס לעת''ל גייט צו גיין מיט ''רוח הקודש''! אינטערסאנט ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו שרייען תורה לא בשמים הוא, און בעטן פרוף פון וועלכע שבט מ'שטאמט
ווי אין די תורה שטייט פון וועלכע שבט די ביסט?....
נאכגיין דעם אמת קען מען אין הימל, גארנישט מיט די תורה איינגעשטויסן...
איך כאפ נאכנישט אויב דו ביסט מחולק מיט מיר
אוועטאר
הייסע פעפער
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 29, 2021 3:31 pm
לאקאציע:נישט דאהי

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע פעפער »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:30 pm
הייסע פעפער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:10 pm
שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:07 pm
סתם אינטערסאנט אנצומערקן וואס ס'שטייט אין רמב''ם אין הל' מלכים פי''ב ה''ג, וז''ל:

בימי המלך המשיח כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו' ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל הרי הוא אומר ויאמר התרשתא להם וגו' עד עמוד כהן לאורים ולתומים הנה למדת שברוח הקודש מייחסין המוחזקין ומודיעין המיוחס ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם שמודיע שזה משבט פלוני וזה משבט פלוני אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות זה ממזר וזה עבד שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה.

אינטערסאנט אז די גאנצע יחוס לעת''ל גייט צו גיין מיט ''רוח הקודש''! אינטערסאנט ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו שרייען תורה לא בשמים הוא, און בעטן פרוף פון וועלכע שבט מ'שטאמט
ווי אין די תורה שטייט פון וועלכע שבט די ביסט?....
נאכגיין דעם אמת קען מען אין הימל, גארנישט מיט די תורה איינגעשטויסן...
איך כאפ נאכנישט אויב דו ביסט מחולק מיט מיר
ניין איך זאג די זעלבע
זאלמעלע באלד
viewtopic.php?t=65282
מיין טויזענטער
viewtopic.php?t=64114
פארברענגען פארמעסט
viewtopic.php?p=4853524#p4853524
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

שאול ידידיה האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 5:07 pm
סתם אינטערסאנט אנצומערקן וואס ס'שטייט אין רמב''ם אין הל' מלכים פי''ב ה''ג, וז''ל:

בימי המלך המשיח כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו' ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל הרי הוא אומר ויאמר התרשתא להם וגו' עד עמוד כהן לאורים ולתומים הנה למדת שברוח הקודש מייחסין המוחזקין ומודיעין המיוחס ואינו מייחס ישראל אלא לשבטיהם שמודיע שזה משבט פלוני וזה משבט פלוני אבל אינו אומר על שהן בחזקת כשרות זה ממזר וזה עבד שהדין הוא שמשפחה שנטמעה נטמעה.

אינטערסאנט אז די גאנצע יחוס לעת''ל גייט צו גיין מיט ''רוח הקודש''! אינטערסאנט ס'איז אים נישט בייגעפאלן צו שרייען תורה לא בשמים הוא, און בעטן פרוף פון וועלכע שבט מ'שטאמט
איך לערן דעם רמב״ם גאנץ אנדערש.

ס׳קומט א איד (א כהן) און זאגט: איך בין א כהן איך וויל טאן די עבודה.

וועט משיח צדקינו זאגן:
יא. איר (ראובן בן געציל) ביזט א כהן מיוחס - איר קענט טוהן די עבודה..
ניין. איר (פתיחה בן מרדכי) זענט נישט קיין כהן מיוחס.

ס׳שטייט דא גארנישט אז ער וועט זאגן פאר א ישראל: דו ביזט א כהן.

יעצט ביטע לערן איבער נאכאמאל, און אויב ס׳פעלט אויס נאכאמאל.
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

הייסע פעפער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:54 pm
איך האב ערגעץ אפאר יוחס בריוון פון מיינע זיידעס, און לויט דעם קומט אויס אז איך שטאם פון כמעט אלע שבטים.
(אויב געדענק איך גוט איז עס אלע חוץ ראובן און דן)
מ'רעדט דאך דא פון בן אחר בן!
אוועטאר
דעה חכמה לנפשך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2024 10:47 pm

Re: פון וועלכע שבטים שטאמען מיר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעה חכמה לנפשך »

א שטיקל בהירות אינעם ענין (עם מקורות)

ווען מיר ווילן אנהויבן נאכגיין פון וועלכע שבט מ'שטאמט דארף מען צום אלעם ערשט וויסן אז פון די עשרת השבטים שטאמט מיר נישט ווייל זיי זענען אפגעטיילט געווארן פון מלכות יהודה נאך לאנג איידער יהודה איז געזאנגען אין גלות, נאר אין אלגעמיין דארף אונזער אפשטאם זיין אדער פון שבט יהודה אדער פון שבט בנימין, און וואס ס'בלייבט אונז איבער צו פארשן איז וועלכע פון די צוויי געהערן מיר?.
אויף דעם שרייבט הג''ר אליהו הכהן האיתמרי מח''ס שבט מוסראין זיין ספר מדרש תלפיותאות ג' - גימטריאות בשם דעם ספר כח ה'פון ר' יוסף שלמה רופא דילמדיגו(היש''ר מקנדיאה) אז ער האט געהערט פון זיין רבי'ן אז רוב אשכנזים שטאמען פון שבט בנימין.
אין ספר שבט יהודהפון הג''ר שלמה אבן ווירגאטרעפן מיר א שטיקל פון א וויכוח וואס איז פארגעקומען אין שפאניע צווישן דער חכם טומאש און דער קעניג פון שפאניע ווי צווישן זיינע ווערטער פארציילט ער פארן קעניג אזוי: ווען די בית שני איז חרוב געווארן האט דער קיסר אין רוים גענומען פערציג טויזענט משפחות פון שבט יהודה און צען טויזענט פון שבט בנימין און אויך טייל פון די כהנים און ער האט זיי געפירט קיין שפאניע, און דער מערהייט פון שבט בנימין און פון די כהנים זענען דאן אריהער קיין פריינקרייך און אויך גאר א קליינע טייל פון שבט יהודה קומט אויס אז אלע אידן וואס וואוינען אין דיין הערשאפט זענען קעניגליכע קינדער פון שבט יהודה. אזוי האט דער חכם טומאש געזאגט פארן קעניג בשבחם פון די אידן.
ווי איך האב שוין געהאט געשריבן זענען נאך ביז צוויי הונדערט יאר צוריק געווען יוחס בריוון ביי די אנשי תימן און דער גרויסער רייזענדער ר' יעקב אבן ספירשרייבט אז די מערהייט פון די אידן אין תימן האבן זיך געצויגן זייער יוחס בריוו ביז יהודה בן יעקב.

דאס אלעס האב איך געשריבן אביסל אריינצוברענגען אינעם ענין ותן לחכם ויחכים עוד!
צו מעיין זיין מער קוקט אין די ספרים: כתבי קודש(ר' איציקל מפשעווארסק) ח''ג מכתב ע'.
שו''ת מנחת אלעזר(ליקוטי תשובות סימן ה').
כלי הרואיםאויף ספר עובדיהפון בני יששכר.
סדר היוםפון רבינו משה בן מכיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”