א גרוס פון לינדען...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

כ'האב עס געשריבן פאראיאר ספירה צייט, ברענגכ'ס יעצט אראפ פאר מיין מאה'לע...


איך דארף מיך דא אזוי פאר "אמר רבי בנימין'ן" ביי יעדעס אות אפירצוזוכן דעם מקום, זייענדיג א מתחיל אינעם געביט פון קלאפן אויף פלאסטישע קעסטלעך, ניטאמאל פארמאגענדיג "בוכשטאב קלעבערלעך" אויף די קנעפלעך, אבער לאמיר אביסעלע פרובירן צו איבערגעבן וואס עס האט פאסירט נעכטן נאכט ביי מיין באזוך אינעם אלט-ניי געגנט, לינדען ניו דזשערזי, (מען זוכט נאך א נאמען פאר'ן פלאץ, ווי עיר התורה-לעיקוואד, ירושלים ד'אמעריקע-וויליאמסבורג, מירון ד'אמעריקע-פאלם טרי, אויסגעגאסענע מעסטל-מאנסי [וד"ל] וכו' וכו').

צום נייעס, א העסליכן אנטיסעמיטישע אינצידענט האט פאסירט פארנט פונעם קאסאנ'ער שוהל, ווען א כוליגאן אהיימגייענדיג נאך א שיכרות צוזאמקום האט באמערקט דעם נייעם שבת פייפער וואס מען גייט לכאורה באנייען דעם פרייטאג אווענט.

אגב וואס מען האט עס שוין אינסטאלירט מיט אפאר וואכן צוריק, ווערנדיג נתנדב פאר א סגולה לדורות, אבער נאכן אויסשטיין גאר נעגעטיווע בליקן פון די תושבי העיר, טאקע מיט'ן טענה אז דאס וועט נישט גוט אויסמאכן פאר די שלום בית מיט די גלות-שכנים, וואס אפילו ביז אהער קרומען זיי שוין ווי מיין משגיח די צווייטע טאג אינעם נייעם זמן נאכ'ן אנקומען צוועלף צוויי און צוואנציג.
איך ווייס נישט, אבער מסתמא איז דאס א שטיקל גורם אז דער שבת-בעל איז נאכנישט געהערט געווארן.

העמער נישט אריינגיין אין קיינע טיפע דעבאטעס איצטערט ווער עס איז גערעכט, ווי אין שטעטל, וואס איז כמעט ווי פארפלייצט געווארן פון די פארשוימטע מיילער.
נאר גיימער צוריק צום נייעס'ל.

גייעך-מעך אזוי כאפן די צען אזייגער מעריב'ל, שוין גראדע געוועזן א טראפקעלע שפעט, דעריבער יאג איך מיר א פיצל אונטער, זע איך ביים שוהל די שטאטישע רויטע און בלויע בליצערס, דאס, ביים געסל דארט פאראורזאכט נאכנישט קיין אויפמערקזאמקייט זינט די פאליציאנטן פארלייגן זיך גאר שטארק אויף די לעצט-מינוט'יגע מנינים כאפער'ס, וואס פארקירן זייערע וועגעלעך ביי א [לכאורה-אומאקטיווע ואכמ"ל] נישט-פארקירן טאוועל.
{גראדע פרובירט מען עס צו פייט'ן, אבער ביז דערווייל איז נאכנישט פראקלאמירט געווארן אין די צייטונגען א קאנגראטולאציע פאר די כלל-טוער'ס}.

אבער אנקומענדיג נענטער זע איך ווי עס יאווענען זיך בלעזל'דיגע קרעמלעך, וואס דאס איז נאכמער ווי נארמאל דארט אין קווארטל, אבער ניין… נישט אויף אזוי שטארק אז עס זאל ממש אויסזען, אזש ווי זיבן מינוט איידער חצות היום.
(נישט אז מען יאגט זיך דעמאלטס צו כאפן דעם לעצטן מנין, ניין... חס ושלום... דער באשעפער הערט דאך יעדעמס תפילה "שטענדיג", כ'מיין כ'רעד פון די אידן וואס די הכנה-לולקע און קאווע איז גרעסער ווי די מצוה אליין, וואס דעמאלטס פארשטייצעך אליין אז אן א קופקע -משפיע צו זיין און זיך קאכן פאר'ן דאווענען- רייכערט זיך פשוט נישט אזוי געשמאק, ווי די מעשה מיטן ישיבה בחור'ל וואס דער ראש ישיבה האט אים פארגעהאלטן פארן רייכערן צוויי אזייגער ביינאכט מיטן פוס ארויף איבער א קצות, פרעגנדיג מיט א שארפע מינע: [ס'עפעס א ווערץ-הויז דא - דאס לייג איך צו] אזוי לערנט מען...???, ענטפערט דער בחור'ל: ניין וואס עפעס, אזוי רייכערט מען...).

לעניננו, טא-מעיק-דע-שארט-סטארי-לאנ"ג.
האבעך נישט געהאט קיין פארזוימונג'ס צייט צו אבזערווירן און דערשנאפן דאס געפילדעריי, נאר זיך געגאנגען פאר-מעריב'ן צום מלך שוכן מעונה, ליידער האב איך שוין געדארפט ברבים מפרסם זיין מיין פארשפעטיגונג מיט'ן זיך פאר'ברכו'נען נאכן דאווענען בפני קהל ועדה, (נאך-א-מזל אז כ'האב געדענקט אז מען ציילט ספירה און נישט אויסגעשריגן ברכו נאך אינעם סעקונדע פונעם בעל תפילה'ס ושמו אחד, זייענדיג דעמאלטס א חוזק בכפליים).
נאכן מיטהאלטן א רינג-א-ראנגא-ראז"י פונעם ברסלב'ער וואס שפאצירט ארום דעם באלעמער טופענדיג זיין פוס צום טאקט פון זיין אונטער-געזונגענע ועל ידי זה ישפע שפע רב, לאז איך מיר ארויס פונעם ביהמ"ד זייענדיג פארנומען אויפצוקניפן דעם פארפלאנטערט'ן לענדן ארומנעמער.
די ערשטע אסיפה וואס האט מיר די מערסטע אויסגעקוקט תכלית'דיג און נישט סתם פלאפלערייען איז פארגעקומען ביים זייט פונעם שוהל אויפן הויפט שטראז, שטייען אידן און קוועטשן זיך צוזאם ארום א טעסלא, מיט אנגעשפאנטע אויגן צום גרויסן סקרין פונעם וויהעק"ל, נייג איך צו אן אויער-צוויי אויפצוכאפן דעם רעטעניש, הער איך אזוי, אז די אויגעלעך פונעם פארגעשריטענעם קאר איז געווען פארלאשן און נישט אויפגעכאפט דעם אינצידענט.
פיין מסכים אבער וואס איז געשען, פרעג איך אן ביי איינס צוויי אידן.

אה…?!?!, מ'ווארט נאך אויף די מעשה...?!?!, וואס מ'קען מיינען?!, שטעל דיך אליין פאר!!, גארנישט א גוי האט געהאט א דערפרעסטע טאג און זיך געקומען אויסבלאזן, מיטן תירוץ אויפן פייפער'ל, סטראשענדיג מיט א שטעקן אין האנט, אויפ'ן ערגסטן ר"ל, מ'איז אים נאכגעגאנגען, ביז פאליציי האט אים פארהאלטן, און נאך צען מינוט געלאזט גיין ווייטער, פינטל.

אקעי, ביז דא איז די הקדמה פון די מעשה…
האלטענדיג אינמיטן שרייבן די שורות, קאלט מיר אן איינוואוינער אן, כ'רעד אזוי מיט אים, אנטפלעקט ער מיר אז לא דובים ולא מאסקיט"א, נישט קיין אללא אכבאר און נישט קיין גאן-קאנטראל, זאגנדיג אז דער גוי איז פשוט און פראסט אדורך דעם שוהל אנגעטרונקענערהייט, ארויסזידלענדיג בייז-ווערטער אויפן עם הנבחר, אדער גאר אויף יעדע ציוויליזירטן פארבייגייענדער, און האט קיין טראפ שייכות געהאט מיט'ן פייפער'ל, אמער… מה שמועה שמע ובא?, ס'האט דאך נאך אפילו נישט געארבעט!, אלא מאי, טענה'ט דער שמש אז די אנגעעגבערטע אידן האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף צו פראקלאמירן און פאמפ'ן, אז זעסטע אז אפילו נאך פאר'ן פייפען די גוים אין קאפ אריין פאסירן שוין אזוינע אנשיקענישן צוליב דעם התגרות באומות'דיגע [אויפ]בלאזער…

עד כאן אומרים בשבת הזה, העמער ברויכן נאכגיין די וואך אויב עס האט למעשה געארבעט, און וואספארא, אויב בכלל, קאנסעקווענצן וועלן נאכפאלגן.
פינטל… פינטל… פינטל…

נ.ב. אינטערעסאנט אנצומערקן וויאזוי קוריאזע אומקראנטע שמועות ווערן שנעל צוכאפט און געגלייבט ביים ציבור החרדי,
זאגט מיר א תושב אז ער דרייצעך אין בארא פארק און די וואכנטעג, און דארט האבן אים שוין און די פארגאנגענהייט אפגעשטעלט מענטשן, איבעפרעגן דעטאלן איבער אנטיסעמיטישע פאלן וואס צירקולירן ארום אז עס האט ווי כאילו פאסירט אין לינדען, ווי למשל היטלער-בריוון אין די פאסט, ווען אין שטאט ווייסט קיינער דערפון, ויהי לפלא.

וויזוי שרייבט מען יעצט... יא שיקן... נישט...


שיק, נע...

אפשר נישט?!


אקעי...

אהה... כ'האב פארגעסן צו זאגן, די שבת-בעל ארבעט למעשה נישט.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

צ/ק שיק צירוק.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

וואס איז געווארן?

די בעלל ארבעט?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דאס איז לינדען פון די "לינדען" בוים?
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:29 pm
דאס איז לינדען פון די "לינדען" בוים?
דאס איז טאקע מיין פראבלעם מיט'ן קויפן אן הייזעלע אין לינדען, וואס טו איך אויב עס האט א בוים???
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:28 pm
וואס איז געווארן?

די בעלל ארבעט?
עס איז אינסטאלירט סיי אינעם יעצטיגן שול און סיי אינעם נייעם.

ביי די יעצטיגע ארבעט עס נישט, אבער העמער דארפן זען אויב זיי וועלן עס יא אנצינדען ביים נייעם ביהמ"ד, [די איצטיגע איז אין ראזעל, און די נייע איז אין לינדען, כאשקאנאנונג צו ס'א חילוק, אבער קען זיין]
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

פאריאר וואלט עס געווען זייער אינטערעסאנט לייג יעצט ארויס דיין 200 ארטיקל...
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

latter האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:09 am
פאריאר וואלט עס געווען זייער אינטערעסאנט לייג יעצט ארויס דיין 200 ארטיקל...
נ'וואס העלעך טאן דעמאלס?!

זאלעך לייגן ביי 200 די 300'דיגע...

נאכדעם וועט מען פרעגן צו מען דארף זיך נישט זארגן...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

latter האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 2:09 am
פאריאר וואלט עס געווען זייער אינטערעסאנט לייג יעצט ארויס דיין 200 ארטיקל...
נו נו, דא האסטע viewtopic.php?p=4731850#p4731850
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

שטיימער היינט א יאר פונעם מצב ארום דעם שבת בעל, ווען די קיפקעס האבן געבלעזלט, און אינטערסאנט איז אז נעכטן א יאר דעראויף אבעך געהאט דאס זעלביגע, כ'קום אן צו מעריב און יאפ ס'בלעזלט, אבער דאסמאל מיט'ן מוסד...

שענישמא וניסבאסייר בעסוירויס טויוואויס...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
אוועטאר
געגאנגען
שר האלף
תגובות: 1646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

וויפיהל קינדער האסטו אין די מוסד?
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

געגאנגען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:43 pm
וויפיהל קינדער האסטו אין די מוסד?
לעמיי נאפקע מינע?

ווילסט וויסן צו אונז זעמער שכנים? אויב יא זאג מיר צו דו שמעקסט יעצט לעבער...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

על פי פשטות האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:46 pm
געגאנגען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:43 pm
וויפיהל קינדער האסטו אין די מוסד?
לעמיי נאפקע מינע?

ווילסט וויסן צו אונז זעמער שכנים? אויב יא זאג מיר צו דו שמעקסט יעצט לעבער...
יא פארוואס האסטו נישט אריבער געברענגט אביסל היינט?
אוועטאר
על פי פשטות
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א גרוס פון לינדען...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

עוד יזכור לנו האט געשריבן: מוצ"ש מאי 18, 2024 10:02 pm
על פי פשטות האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:46 pm
געגאנגען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:43 pm
וויפיהל קינדער האסטו אין די מוסד?
לעמיי נאפקע מינע?

ווילסט וויסן צו אונז זעמער שכנים? אויב יא זאג מיר צו דו שמעקסט יעצט לעבער...
יא פארוואס האסטו נישט אריבער געברענגט אביסל היינט?
כ'האב געווארט זאלסט אריינקומען...

אוי געוואלד... כ'האף האסט נישט געהערט די מכות נעכטן...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עגזיסטענץ'ל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”