א שבת אין נענועט

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שלמה האלץ האקער
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 3:19 pm

א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה האלץ האקער »

האב איך שוין א פאר מאל געוואלט שרייבן, אבער ווייסטעך וויאזוי סעגייט, מען איז פארנימען על הגפן ועל פרי הגפן, אין בעל הבית דוחק, אין מען פארגעסט, אבער יעצט אז מען האט דאס שוין ארויפגעברענגט העליך צילייגן מיינע צוויי צענט.
נו שוין העמיר עס לאזן ביים ספער ניק, וויל איך דאך נישט אז די וועד הקהילה זאל אויפהערען אריינצילאזן געסט פין אייוועלט..

"קהל חסידי נענועט"
האב איך געהאט די זכי' צי זיין דארט פאר א שבת, וואס זאל איך זאגן, אין איין ווארט א קידוש השם! אז מען וויל, העלפט די אייבישטער!
די געגנט איז ביים גרעניץ פין טשעסנאט רידש מיט נענועט, ווי עס האבן זיך אנגעזאמלט א פאר נחשונים, אין ביז א יאר איז עס א געווארען א הערליכע חסידשע געגנט מיט אלע ציגעהערן א הערליכע נייע בית המדרש, א חשובע רב, מען האלט אינמיטן בוען א מקוה טהרה, אן עירב פאר די גאנצע געגנט, אין נאך.

דאס איז נישט א באצאלטע אנאנס עס איז פשוט פין קנאה צי מיינע חברים, וואס האבן עס באוויזן, אין יא הלואי פאר מיר געווינטשן! הלואי זאלן מיר האבן די גאטס דאס נאכציטיען.

האבן מיר געהאט א לאנגע שמיעס שבת מיט די חברה דארט, וועל איך פריובירן צי שרייבן וואס איך געדענק, אויב כאפט מען מיר מיט א טעות, ביטע מוחל זיין, דאס איז נאר וואס מיר האבן פאברענגט נאכן דאווענען ביים קידושא רבה, צווישן די הערינגעל מיט די אייער קיכלעך, בשעת די גאלע גליטשט זיך אראפ אריין אין מיין בעקישע, אין מיין נאטיצן ביכל איז דאך געווען פארמאכט...
ני שוין העמיר פריובירן די בעסטע.

איז אזוי די שכונה הייבט זיך אן ביי Old Nyack Turnpike אין Scotland Hill Rd נאך די טשעס באנק, אין פארט אריין אין די זייטיגע געסלעך ביידע זייטן Scotland Hill Rd, ביז S. Passaic אין דערנאך אריין אין א פאר זייטיגע געסלעך off Chaparral.
דאס שניידט אריין אין א גרויסע געגנט פין ליטאים, וואס האבן אליין אזא 3 בתי מדרשים אין די געגנט, וואס דאס מאכט עס אסאך געשמאקער אין אידישער...

פין איין זייט גרעניצט זיך עס מיט די ניי מונסי געגנט, ווי סט. מעדיסאן אין רידזש, (דארט ווי מען פלעגט מורא האבן צי גיין ביינאכט אליין) וואס עס איז היינט ווי ווילימסבורג, אין אויבן די אנדערע זייט קימט מען אן צי Children park area.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט איינעם, דערנאך נאך איינעם אין נאך איינעם, ביז ווי מען האלט יעצט אן ערך פין 25 חסידישע היימישע משפחות.

ווי די מתפללים גיבן איבער, איז פאריאר אזא צייט קוים קוים געווען מנין, מען האט געדארפט ווארטן פאר א פאר צענטערס, אין די "פארשלעפטע פינקטליך שפעט קיממערס" אנציקימען, אבער יעצט ב"ה איז שוין דא ברייט מנין ברוח גדול.

האלא שיק ארויף די בראנפען דארט, לחיים לחיים, אפס אזוי טראכטענדיג וואס נאך מיר האבן פאברענגט איז דעעס ארויפגעקימען...

לאמיר נישט פארקריכען, אזא 4 וואכן ציריק האט מען זיך ערלויבט א יופי פין א בית מדרש, א פריוואטע הויז אויף אזא נישמיר נישדיר אנדערהאלבען עקער, יא יא ממש ווי אין די ביכער דארט אין פישפיק לאדיין, מיט די ווילדע אבא שאול, אין ר' נחום מיט די הויכע שטיוול פלעגט קימען יעדען פארטאגס אנצינדן די אייוועלע, אזא בחינה.
ערנסט גערעדט, איך קען מיר זעען אזא תשצ"ב זאל זיין דארט א ריזן בנין מיט צענדליגע פארקינג, מיט אלע ציגעהערן.

ווי געשמיסט זאגן זיי קימט א הערליך מקוה ווערי סאאן, העמיר ווארטן, ביזדערוויל שטעלן זיי צי אזא קאראנע (ווער געדענקט נאך וואס דאס מיינט?) מקוה, וואס מען גייט ארויף אזא מעלין בקודש ומורידין לבור.

אה די רב דאס קען מען נישט פארגעסן, די רב הקהילה פינעם שטעטל שיל איז הר"ר חיים מייזליש שליט"א זין פין אבד"ק ??? לאנדאן שליט"א, אין אן איידעם ביי הר"ר יעקב יוסף מאסקאוויטש פין באראו, פין איין שבת זיין דארט האט ער מיר אויסגעזען זייער ציגעלאזן אין באטאמט, פריי איך מיר זייער פאר זיי.

די בעסטע חלק וואס די נענועט חברה האבן מיר אנגערייצט, איז אז רוב הייזער קימט מיט א האלבע ביז א גאנצע עקער, צי קענען דינען דעם אייבירשטען על תחת כיפת השמים, מאנכע דארט האבן א שווים באסיין, אזוי ווי אין רוב טשעטנאט רידזש, אין די בעסטע חלק איז אז די חברה האבן נישט געצאלט די ברוקלינע פרייזן, נאר אויב עפעס גאר פארקערט, אין זענען נאך אלס אין די מונסי שירעם.

ווי גייט די אשת איש, אנטשולדיגט אשת חיל (קרעדיט זעמל) איינקויפן בארכעס לכבוד שבת, גיב איך מיר אזא מתחצף דארט?
אה קודם כל, ריפט זיך א שלאנקער אינגערמאן אן, בינגא איז דא עראנד די קארנער, ממש דא כמעט אן קיין טרעפיק, אין דע יודעי דבר זאגן אז עס קימט א גרויסע היימישע מאלל דארט וואס וועט שטארק פארגרינגערען די איינקויפאכץ.
פינדערווייטנס הער איך אזא קרעכץ, ווייסט אויס יענער פריידט זיך נישט אזוי אז די אידענע וועט גיין שאפינג אפט, שוין איך מיש מיר נישט אין זייער שלום בית.

וואס נאך?
מיינעך העמיר בלייבן דא, אין איבערלאזן מיינע ווארימע ווינטשן פאר זיי, אין טייערע אידן אין אמעריקע, מען קאן האלטן שבת אין די גבולות פין מונסי, צייט ארויסגיין פין מעפל עוועניא, די שטאט איז געניג גרויס, לאמיר זיך אויסשפרייטן פין גרעניץ נו דזערסי קיין פאמאנע, פין הילקרעסט קיין סאפרען, אין אז מיר וועלן טיען וועט השי"ת שיקען די איבריגע.

אין זאלן מיר שוין אלע זוכה זיין איבערצילאזן די פאראייניגטע שטאטן אין זיך אריבערציען קיין ירושלים עיר הקודש מיט משיח אינאיינעם בקרוב ממש!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שיין שלמה! האסט א גאר געשמאקע שפראך, אנשטאטס האקן האלץ נעם דיך האקן תגובות דא אויפן וועלטל..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

נישט נארמאלע שפראך!
גאר אינפארמאטיוו.
אוועטאר
רוסישער
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 01, 2014 4:07 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישער »

שכוח ר שלמה, הערליכע ארטיקל.
זייער אינטערסאנט וואס די זאגסט.

זעע נאר צי פארן מער אפטער שבתים אויף וועקאציע..
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

ס'פרייט דאס הארץ צו הערן איבער די פארשפרייטאכץ ימה וקדמה צפונה ונגבה. וואיל פאר די וואס האבן די דרייסטקייט צו זיין פון די נחשונים.
מהם ילמדו וכן יעשו. ווארטס נישט אויף קיין דעוועלאפמענטס און שטעטלעך

כ'האב נאכגעקוקט, און צו וואקן פון קהל חסידים קיין בינגא איז אזא אנדערהאלבן מייל - איבער א האלבע שעה. נישט געפערליך, אבער אויך נישט ממש אראונד די קארנער. בעסער ווי עירמאנט/מאנטעבעלא
וקול התור נשמע בארצנו
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

קען איינער ברענגן א בראקער וואס טוט די עריע? אדער איינער וואס וואוינט דארט און קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע? אישי איז גוט.
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע:צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

שיין באשריבן.
yid
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
קען איינער ברענגן א בראקער וואס טוט די עריע? אדער איינער וואס וואוינט דארט און קען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע? אישי איז גוט.
yoel klein
(845) 596-7399

mordche yakob
(845) 538-6465
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די אנהייב פון די געגנט איז ממש טשעסטנאט רידזש, פשוט א גאס ארויפציר.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

יאפּ, די געגנט איז געוואלדיג, מערקווערדיג אז אנדערש ווי די אנדערע פארשידענע אומגעגנטער ארום מאנסי (פאמאנע, וועסלי היללס, און בראשונה עירמאנט אין סאפפערן) האבן זיך דארט גלייך באזעצט מסלתה ומשמנה פון דעם היימישן ערליכן פרומען ציבור.

עס איז כדי צו באטוינען, אז כאטש אז דאס איז ביי מזרח טשעסטנאט רידזש אינגאנצן ביים גרעניץ פון נענועט, דאך זענען זיי זיך מונע פון זיך אריינציען אין נענועט גופא, לכאורה וויבאלד דאס איז שוין אינעם 'טאון אף קלארקסאון' אין ווי איך פארשטיי ווילן זיי שטיין ווייט פון זיי און זייערע באערדע...
לעצט פארראכטן דורך דער צופרידענער חיים אום דינסטאג אוגוסט 23, 2022 7:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


ניו סיטי
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 29, 2020 7:47 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניו סיטי »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
עס איז כדי צו באטוינען, אז כאטש אז דאס איז ביי מזרח טשעסטנאט רידזש אינגאנצן ביים גרעניץ פון נענועט, דאך זענען זיי זיך מונע פון זיך אריינציען אין נענועט גופא, לכאורה וויבאלד דאס איז שוין אינעם 'טאון אף קלארקסאון' אין ווי איך פארשטיי ווילן זיי שטיין ווייט פון זיי און זייערע באערדע...
אויב מעג איך פרעגן, וואס איז די פראבלעם פון אריינגיין אין קלארקסטאון?
ביי אונז אין ניו סיטי וואוינען צענדליגע חסידישע משפחות, און נאך ארום 100 ליטווישע משפחות וואוינען אין טיפער אריין אין ניו סיטי. אונז ווערן ב”ה זייער שיין באהאנדלט דורך די טאון. (אויב מעג מען זאגן, בעסער ווי אין ראמאפא ווי נאר די ספעשל אינטערעסטס האבן אן אויער).
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
יאפּ, די געגנט איז געוואלדיג, מערקווירדיג אז אנדערש ווי די אנדערע פארשידענע אומגעגנטער ארום מאנסי (פאמאנע, וועסלי היללס, און בראשונה עירמאנט אין סאפפערן) האבן זיך דארט גלייך באזעצט מסלתה ומשמנה פון דעם היימישן ערליכן פרומען ציבור.

עס איז כדי צו באטוינען, אז כאטש אז דאס איז ביי מזרח טשעסטנאט רידזש אינגאנצן ביים גרעניץ פון נענועט, דאך זענען זיי זיך מונע פון זיך אריינציען אין נענועט גופא, לכאורה וויבאלד דאס איז שוין אינעם 'טאון אף קלארקסאון' אין ווי איך פארשטיי ווילן זיי שטיין ווייט פון זיי און זייערע באערדע...
בקיצור, ס'איז טשעסטנאט רידזש. ס' קען זיין אז אויף די פאסט שרייבט מען נענועט, אזוי ווי אויף דיקעטער שרייבט מען ספרינג וועלי.

לעגאל איז עס נאך טשעסטנאט און ראמאפא פאר נאך א פאר הייזער.
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע:ספרינג וואלי יצ"ו

Re: א שבת אין נענועט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

זייער זייער שיין געשריבן!!!!!!!!!!

יעצט אהער געבלאנדזשט!
קען איינער צו ווייזן א מעפ (map) ווי דאס איז?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם !!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”