קייען שטרוי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8145
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

קייען שטרוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד



ער עסט שטרוי
קייעט קארן
טראכט פון היי
און חלומ'ט קוקעריץ
מאאאאא

גלוסט נאר נאך
זוכט אלס נאך
הויעכע, לאנגע, ווייכע, גראז
די בעסטע, נייעסטע, פיינסטע גראז
רעדט פון גראז
שמועסט פון גראז
דעבאטירט גראז
אימפארטירט גראז
מאאאאא

וויל עס שמעקן,
וויל עס קאסטן
וויל עס שלינגען
וויל עס פארדייען
דרייט די נאז
דרייט די צונג
דרייט זיך זיין וועלט
מאאאאא

טרוקן, נאס
זויער, זיס
מען שפירט די גראז
מען פילט גראז
ס'האט טעמים פון גראז
גערוכן פון גראז
מאאאאא

טראכטן פון עסן
רעדן פון עסן
גלוסטן עסן
פובליצירן עסן
מאאאא
מעעעעע
וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה, אָיִן?!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: קייען שטרוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

שיין ענדע, שיין.

די מוסר השכל וועקט
דעם תכלית אנדעקט
ליידיקייט ווארף אוועק
טרעף דעם ריכטיגן טרעק

עסן פרעסן אין דעם מען ליגט
צום געלט ביזן ערד זיך ביקט
די נשמה אינגאצן צודריקט
אינעם קערפער פון א בהמה וואס פארציקט
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
ראטשילד
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: קייען שטרוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

"ועתה ישראל מאאאא ה' אלוקיך שואל מעמך"
די אויבערשטער וויל אז מיר זאלן אריין טראכטן מיט וואס זענען מיר טאקע אנדערש מאותו מאאאא.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: קייען שטרוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »



אין וועלעכע קאפ פאלט דעיס ביי?
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: קייען שטרוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 11:52 am
"ועתה ישראל מאאאא ה' אלוקיך שואל מעמך"
די אויבערשטער וויל אז מיר זאלן אריין טראכטן מיט וואס זענען מיר טאקע אנדערש מאותו מאאאא.
גוט גוט!
מיינע: געדאנקעלעך, מחשבה'לעך, נקודה'לעך.


שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”