פארסט אריבער דעם ברידזש? געב מיר א היטש,

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

פארסט אריבער דעם ברידזש? געב מיר א היטש,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

פארסט אריבער די ברידזש, געב א מיר א הוטש,

דער כולל אינגערמאן,


מיין חברותא שוין אין כולל ער ווארט,
ווען איך קום שפעט איהם ס'ארט,
איך אין מיין קליינע דירה'לע זיץ פארשפארט,
בשעת מיין חבר פון ישיבה, אין ביזנעס שוין גאלד ער שארט,
קיין געלט מער, שוין אויסגענוצט די באס קארד,
דער וועג צום בהמ''ד לאנגשטרעקיג און הארט,

קריכן די בערג אין אפסטעיט איז נישט גרינג,
איך דאנק אבער דעם באשעפער אז איך בין נאך יונג,
מיין וועג צום בהמ''ד שנעל איך שפרינג,
פלוצלונג א קאר פליט דורך ווי אן אויגן בלינג,
אה! דאס איז מיין חבר, א קאר געגעבן א דינג,
וואס פליסטו מיר דורך? קומט מיר אויפן צונג,
אבער ער איז שוין שנעל פארביי, די צער איך שלונג,

פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,



דער בחור'ל,


יעדן טאג איך שטיי אוף פרי,
צו גיין אין ישיבה איך יאג זיך צו,
אבער אן עקסטער קאפוויי פארמאגן איך טו,
איך דארף פארן פון בארא פארק צו ווילי,
ביים היטש פלאץ איך שטיי ואיננו,
קיינער שטעלט זיך אפ, נאר געבט א פלי,

די זעהסט מיר ביים באס סטאפ,
געמיר נישט א קלאפ,
נאר א מצוה'לע כאפ,
שטעל דיך אפ געב א פאאאאפ,
איינער אפשר קיין וויליאמסבורג וויל געבן א האפ?

פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,



דער דרייווער,

איך האב דעם צער אויך געזעהן,
כ'בין דאך א בחור אויך געוועהן,
און אלץ כולל אינגערמאן אויך געהאט פעין,
כ'האב מיך שוין דעמאלטס איינגעקריצט טיף אין ברעין,
אז געבן היטשעס יעדן טאג וועל איך כאטש פאר מענטשן צען,
און איך טו היינט טאקע אזוי פשוט און פלעין,

איי וועסטו וועלן פרעגן,
ס'דא אנדערע דרייווערס אנטקעגן,
וואס געבן נישט קיין היטשעס אויף די וועגן,
ביי מיר איז די קשיא אויך געלעגן,
די תירוץ איז, זיי פארגעסן פשוט צו טראכטן דערוועגן,
זיי אויפמערקזאם מאכן, מיר מעגן,
זיי זאלן אויך די הייליגע מצוה באוועגן,

זאג זיי: פזמון:

פארסט נאנט צו ווייט,
שפאר א צווייטנס צייט,
דרייווסט נאך א מייל?
קענסט דאך מחיה זיין א איד דערווייל,
פארסט אריבער דעם ברידזש,
געמיר א היטש,
נישט דא נאך אזא הכנסת אורחים, סהאט עס ביי פאר,
ווען א צווייטן איד מען נעמט אריין אין קאר,


אויספיר:

ב''ה מדארף זיכער דערמאנען,
אז אסאך גוטע דרייווערס זענען פארהאנען,
יעדן טאג זענען זיי אידן מהנה'ן,
זיי פירן מענטשן מער ווי די באנען,
די מצוה טוט אויף זיי זיכער שיינען,
"און ווען נישט זיי, וואלט איך נאך היינט ביים באס סטאפ געשטאנען",

פזמון:

ער פארט נאנט צו ווייט,
שפארט ער א צווייטנס צייט,
ער דרייווט נאך א מייל,
איז ער מחיה נאך א איד דערווייל,
ער פארט אריבער דעם ברידזש,
געט ער א היטש,
די גאולה וועט קומען דורך-אים,
בזכות די מצוה פון הכנסת אורחים,



א הארציגע בריוועלע פון א געטרייע דרייווער,
וואס געט היטשעס פאר סיי-ווער:

אין דו אין די בעק,
געב א טשעק,
צו די מאכסט מיר א פעין אין די נעק,
טאטש נישט מיין בעג,
דיין מויל אין קאר פארדעק,
רעד נישט אויפן פאון אן קיין עק,

איך וועל דיר מיין
ריטשארדזשער גערן בארגן,
מאך אבער זיכער איך זאל נישט פון דיר ווערן דערווארגן,
כדי איך זאל ווילן
געבן היטשעס מארגן,
די וועג גייער'ס זאלן זיך נישט דארפן זארגן,

זאג נישט איך וועל שוין צוגיין אליין,
ווייל דו ווילסט מיר נישט מטריח זיין,
זארג נישט די זאך אז מסודר און פיין,
זאג מיר פשוט ווי דו ווילסט אראפ גיין,
און איך וועל דיר צוטראגן גערן שיין,
"ברידער טייער, כ'האף דו טוסט מיר פארשטיין,"

!א גוטן טאג
מיינע: געדאנקעלעך, מחשבה'לעך, נקודה'לעך.


אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19057
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: פארסט אריבער דעם ברידזש? געב מיר א היטש,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואו!!

הערליכע ארבעט!

שטארקע נקודה!

גאר גוט ארויסגעברענגט!

10/10
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: פארסט אריבער דעם ברידזש? געב מיר א היטש,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נייס!
קונסטווערק!!
די צווייטע האלב פונעם דרייווער, איז נאך בעסער ווי די ערשטע חלק.
(אבער אויב שוין יא שרייבן לערן דיך אביסל צו ספילינג)
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6077
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

Re: פארסט אריבער דעם ברידזש? געב מיר א היטש,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

זייער זייער שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”