עניני קו התאריך והמסתעף

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

אה מיי @גרשון ... דאס האסטו אקארשט געשריבן ?
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:40 pm

למעשה קען מען גיין מיט'ן חזון איש בעיקרו של דבר, אבער נאך אלץ איז דא א מקום להסתפק אין יאפאן. דער חזון איש אליין האט דאך א לאנגע תשובה וואו ער דרייט אהער און אהין. די ראשונים זאגן טאקע אז מ'פאנגט אן פון מזרח אזיע, אבער אפשר איז יאפאן נאך אין אזיע? במציאות באטראכטן עס דאך מענטשן אזוי, און דאס האט א סיבה. אויב זאל א לאנגער טייך דורכשניידן צענטראל אזיע פון צפון ביז דרום, וועט דען דער גאנצער מזרח חלק ווערן באטראכט ווי אן אינזל אינעם פאציפיק? און וואס וועט ווירקליך זיין מיט אן אינזל וואס געפינט זיך הארט נעבן כינע אדער קארעא אפגעשניטן מיט א טייכל?

נאכמער, אויף אויסטראליע איז דער חזון איש מכריע אז ס'גייט צו מערב, וויבאלד איר מערב ברעג איז מער מערב ווי שאנכיי. אלזא, מ'רעכנט דעם אנהייב פון אזיע דארט וואו די מעלות רוחב זענען ווי ירושלים. אבער אפשר דארף מען דאס רעכענען בכל מקום שהוא, וואס לויט דעם ענדיגט זיך אזיע נאך סיביר, צוזאמען מיט'ן אינטערנאציאנאלן שטריך? און אפשר גאר דארף מען נאך אריינרעכענען געוויסע איזלען פון אלאסקע, וויבאלד זיי ענדיגן זיך אן מער מערב ווי סיביר הייבט זיך אן? און אפשר רעכנט מען לויט'ן עקוואטאר, וואס קומט אויס ביי אינזאנעזיע?

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז אפילו מ'וועט נישט מכריע זיין להלכה ווי דער חזון איש אין יאפאן, מוז נישט זיין אז ס'איז וויבאלד מ'גייט אנדערש ווי די ראשונים. דער עיקר וואס דער חזון איש האט זיך מתרעם געווען איז אויף דעם וואס היינטיגע פוסקים קריגן זיך אויף די ראשונים אין אזא יסודות'דיגער זאך, בזמן וואס קיינער פון די ראשונים זאגט נישט בפירוש אנדערש.

(סארי @אליהו ליכטענשטיין פאר'ן אריינהאקן.)
די חזו''א האט דאך א שטריך פון ניינציג מעלות מיט א חידוש פון גרירה אז די מיעוט ווערט נמשך, איז וואס שייך צו מסתפק זיין דערין ?
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'ווענדט זיך וויאזוי דו ערקלערסט די ניינציג מעלות און דעם חידוש פון גרירה. אויב ביסטו מסביר ווי איך האב ערקלערט, דאן פארשטייט מען א ספק.

דערנאך איז סתם אזוי א ספק צי מ'קען גורר זיין יאפאן אדער ס'איז בהחלט פאציפיק, ווי איך שרייב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

scy4851 האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2012 1:27 pm
וואס הייסט "נישט געמאכט קיין וועזען דערפון"
די ראשונים, דער בעל המאור, דער ראב"ד, דער כוזרי, וכו' זענען געווען ביזי מיט דער שאלה
די אחרונים, ספעציעל די לעצטע אחרונים פונעם לעצטען דור, זענען געווען ביזי מיט דער שאלה.
און איך דארף גלייבען אז פארען רבי'ן זי"ע, דער שר התורה, פאר אוהם איז דער גאנצע עסק נישט אהנגעגאנגען?!?!?!
כהאב אמאל געזען א היסבר אויף די שיטה אז די קביעות יום השבת האט מיט די מענטש און נישט מיטן מקום, דהיינו כו”ע מודה אז בשבת ניתנה תורה און פון דאן אן האבן אלע אידן אנגעהויבן ציילן 7 טעג. יעצט די אלע ווייטע מקומות קוקט מען אויף די ערשטע קהילה וואס איז אהינגעקומען און לויט זיי וויאזוי זיי האבן געהאלטן זייער ציילונג אין די וואך ווערט אזוי נקבע אויף יענע מקום. דהיינו אז אין יאפאן איז ’באמת’ נישט נקבע געווארן שבת נאר נאכדעם וואס די ערשטע קהילה איז דארט אנגעקומען - און זיי זענען געקומען פון מערב צו מזרח ממילא איז אין יאפאן שבת ’בעפאר אר”י’. לויט דעם קומט אויס א חידוש אז אויב די ערשטע קהילה קיין אמעריקע וואלט געקומען פון מערב זייט (פון כינע קיין קאליפארניע) וואלט אמעריקע אויכט געווען שבת בעפאר אר”י!
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

און ווער זאגט ס'איז נישט געקומען?

עכ"פ די הלכה זאגט אז מ'גייט נאר דער ערשטער קהילה וואס מ'ווייסט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:27 pm

און מובן מאליו, אז דאן וואלט נישט געווען שבת בעפאר, אויף דעם איז לית מאן דפליג, אלא מאי איז די גאנצע תורה נישט אויסגעהאלטן להלכה.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

loyodea האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:04 pm

מובן מאליו פאר דיר, כהער.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:05 pm
loyodea האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:04 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:27 pm
scy4851 האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2012 1:27 pm
וואס הייסט "נישט געמאכט קיין וועזען דערפון"
די ראשונים, דער בעל המאור, דער ראב"ד, דער כוזרי, וכו' זענען געווען ביזי מיט דער שאלה
די אחרונים, ספעציעל די לעצטע אחרונים פונעם לעצטען דור, זענען געווען ביזי מיט דער שאלה.
און איך דארף גלייבען אז פארען רבי'ן זי"ע, דער שר התורה, פאר אוהם איז דער גאנצע עסק נישט אהנגעגאנגען?!?!?!
כהאב אמאל געזען א היסבר אויף די שיטה אז די קביעות יום השבת האט מיט די מענטש און נישט מיטן מקום, דהיינו כו”ע מודה אז בשבת ניתנה תורה און פון דאן אן האבן אלע אידן אנגעהויבן ציילן 7 טעג. יעצט די אלע ווייטע מקומות קוקט מען אויף די ערשטע קהילה וואס איז אהינגעקומען און לויט זיי וויאזוי זיי האבן געהאלטן זייער ציילונג אין די וואך ווערט אזוי נקבע אויף יענע מקום. דהיינו אז אין יאפאן איז ’באמת’ נישט נקבע געווארן שבת נאר נאכדעם וואס די ערשטע קהילה איז דארט אנגעקומען - און זיי זענען געקומען פון מערב צו מזרח ממילא איז אין יאפאן שבת ’בעפאר אר”י’. לויט דעם קומט אויס א חידוש אז אויב די ערשטע קהילה קיין אמעריקע וואלט געקומען פון מערב זייט (פון כינע קיין קאליפארניע) וואלט אמעריקע אויכט געווען שבת בעפאר אר”י!
און מובן מאליו, אז דאן וואלט נישט געווען שבת בעפאר, אויף דעם איז לית מאן דפליג, אלא מאי איז די גאנצע תורה נישט אויסגעהאלטן להלכה.
מובן מאליו פאר דיר, כהער.
איינער האט געשריבן אמאל ארטיקל צו פארענטפערן שיטה פון סאטמאר רב וואס האט אוועק געמאכט און נישט פארשטאנען די געטועכטץ פון קו התאריך.
דאס איז א ענין וואס חסידים האבן אז מ'מוז פארענטפערן, קוועטשט מען פון אלע זייטן.
אבער דער אמת איז, אז ס'איז נישטא קיין קלארע געשריבענע זאך פון סאטמאר רב אין דעם ענין, און פעלט נישט אויס זאגן עקימי ודחיקי אויף האלבע מאמרים פון יחידים בע"ב, וואס האבן אפשר נישט געהעריג פארשטאנען דבריו הק', און ס'איז דא סתירות צווישן זיי אויך.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ווער האט למעשה געהאלטן אז מ'גייט נאך הסכמה, חוץ ר' מענדל כשר?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:16 pm
ווער האט למעשה געהאלטן אז מ'גייט נאך הסכמה, חוץ ר' מענדל כשר?

די ספר מחר חודש פון הרב משה חיים רימוני (נדפס שנת תקס”ד) "מה שנראה לי יותר נכון בזה הוא שכל אחד ואחד ישבות ביום השביעי ובמועדי ה' כפי מקומו וכפי מצב הארץ אשר הוא דר בה... אלא שיש להסתפק באותם הדרים בנקודת התהום של ארץ ישראל ורחוקים ממנה י"ב שעות... ולצאת ידי ספק זה אני אומר שאין לזוז ממה שהסכימו עליו יושבי הערים ההם בקריאת ימי השבוע, ואם הסכימו להקדים יקדימו ואם הסכימו לאחר יאחרו, מפני שאם בני אדם כשפרו ורבו ונפוצו על פני כל הארץ נסעו מארץ ישראל מקום מולדתם והלכו לדור בערים ההם דרך קדים, בודאי שהקדימו לבני ארץ ישראל, ואם נתיבותם היו דרך ימה, אין ספק שאיחרו לבני ארץ ישראל, ולכן אין לזוז ממה שהסכימו עליו בתחילת הישוב בערים ההם".
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א דאנק. למעשה מיין איך אז זינט קו התאריך איז געווארן אן אקטועלע הלכה'דיגע שאלה האט מען זיך נישט צופיל געקימערט מיט דער שיטה.

אויב מ'וויל מסכם זיין די דיעות צווישן די גדולי ישראל אין די לעצטע אכציג יאר, האבן אסאך אנגעומען אז יאפאן איז א ספק דאורייתא, און אנדערע (בעיקר פונעם חזו"א חדר, ווי הגר"ח קנייבסקי) האבן אנגענומען ווי דער חזון איש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

וויאזוי פירן זיך די חב”ד שלוחים דארטן?
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

כ'בין נישט באקאנט, אבער פונעם חב"דפדיה בלאט קוקט טאקע אויס אז זיי נעמען אן דעם אלגעמיינעם זיבעטן טאג.

פאר איינעם וואוינט דארט איז זייער שווער צו האלטן צוויי טעג יעדע וואך, און אויפגעבן שליחות צוליב א ספק דאורייתא איז נישט עסק געווענליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2553
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

א שמועס איבער די הצעה פון הרב קאשער
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=17&t=63467
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:16 pm
ווער האט למעשה געהאלטן אז מ'גייט נאך הסכמה, חוץ ר' מענדל כשר?
אני הקטן...
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:37 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:16 pm
ווער האט למעשה געהאלטן אז מ'גייט נאך הסכמה, חוץ ר' מענדל כשר?
אני הקטן...

כ'האף אז מיט דיין קטנות ביסטו גרייט צו מחולק זיין אויף א חיוב סקילה מיט כמעט אלע פוסקים.

עה, איך פארשטיי אז דו מיינסט נישט הלכה למעשה, נאר לפלפולא בעלמא. אבער אין מיינע אויגן איז די שיטה נישט ראוי אריינגעברענגט צו ווערן אין בית מדרש. איך וויל אבער נאך אלץ הערן וואס דו ערקלערסט דערוועגן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

איז אזוי.

סטעפ וואן.

אין די ראשונים ופוסקים לדורותיהם כמעט וואס מ'טרעפט נישט קיין רעדע איבער אזא מושג וואס הייסט קו התאריך, פארשטייט זיך אז מ'קען טענה'ן אז ס'נישט געווען נוגע אין זייערע צייטן, אדער זיך נישט פונקטליך אויסגעקענט אין די מציאות, אבער למעשה טרעפט מען נישט א מדובר דערוועגן.

אין די תורה איז נישט פארהאן אזא מושג ווי וואו די טאג הייבט זיך אן און ס'איז נישטא קיין פלאץ פון ווי עס אויפצודרינגען, והדבר הזה אומר דרשוני.

ווי גרשון האט פריער ערווענט, איז בעצם להלכה נישט נוגע וועלכע טאג היינט איז, ס'נישט נוגע צו ס'איז זונטאג היינט אדער מאנטאג, ס'נישטא קיין דיני תורה אויף טעג, ס'איז נאר דא דיני תורה אויף יום ולילה, און אויף ימי החודש.

יום ולילה, דהיינו, מ'דארף ליינען קר''ש אחת ביום ואחת בלילה, מ'דארף דאווענען דריי מאל א טאג, ס'דארף אריבערגיין זיבן טעג פאר ז' נק', נישט קיין חילוק וועלכע טאג אין די וואך ס'איז.

ימי החודש, דהיינו, י''ז בתמוז איז מען מחויב צו פאסטן, ל''ג בעומר איז מותר צו חתונה מאכן-נישט ממש יום בחודש אבער די זעלבע געדאנק, וכו''...

די איינציגסטע זאך וואס מ'דארף אבער יא וויסן איז ווען ס'איז שבת, ובקרא מבואר אז שבת געשעהט נאך ששת ימי המעשה, דארף נישט דייקא זיין זונטאג אדער מאנטאג, והבן.

סטעפ טו.

די בריאה האט זיך אנגעהויבן פון ארץ ישראל-אבן שתיה, ס'האט זיך אויסגעשפרייט ביז בורא עולם האט געזאגט די. נישט אז די חלק איז נוגע להלכה, אבער סתם א קרישקעלע.

נישט נאר וואס א''י איז די טבור העולם, נאר ציוויליזאציע האט זיך אויך אנגעהויבן אין ארץ ישראל און אין די מיטל מזרח, כדמוסכם בין לחכמי ישראל ובין לחכמי אוה''ע.

די ערשטע פלאץ ווי מענטשהייט האט עקזיסטירט איז געווען אין די מיטל מזרח, דארט האט זיך אנגעפאנגן פארעמען מנהגי האדם, און דארט איז נקבע געווארן עפ''י השם פארשטייט זיך אז די זיבעטע טאג איז שבת און זעקס טעג בעפאר איז וואכן טעג.

ויהי כי גברו הימים, און ציוויליזאציע האט זיך אנגעהויבן פארשפרייטן, שטאטעלעך, שטאטעלעך, אביסל צו מזרח, אביסל צו מערב, מער און מער, ווי א יאר שפעטער אין קורות ימי הדורות איז מען געגאנגען ווייטער און ווייטער, ביז סוף קצה המזרח און סוף קצה המערב.

אין שפראך זעהט מען דאס זייער קלאר, ווי נענטער צו צענטער פון די וועלט איז די שפראכן (און אויך די מנהגים) אלץ מער דומה צו די סעמיטישע שפראכן ווי אראביש, א גוטע מזרח משל איז אינדיאניש און פארסי, א גוטע מערב משל איז טערקיש און קצת רוסיש, ווי ווייטער אלץ אנדערש ווערט עס, פון ענגליש צו טשייניז איז הימל און ערד.

המשך יבוא.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

בנוגע דעת רביה''ק מ'סאטמאר. אויב איז אייך שטארק נוגע קומט אין אישי.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

איך דינג מיר מיט דיין סטעפ טו.

עפ"י אגדה איז דער וועלט באשאפן געווארן מטבורו, אבער מיט מציאות דארף עס נישט האבן. מ'טאר נישט אויסמישן די צוויי, עכ"פ פון זיך אליינס. טאמער די ראשונים נוצן דאס אלס מקור, פיין. אבער סתם צו שיסן א מימרא שלא בהקשרו און דאס אפשטעמפלן אלס פאקט איז נישט אין פלאטץ.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

סטעפ טרי.

ווען ציוויליזאציע האט זיך אויסגעשפרייט מער און מער צו מזרח-מערב, האבן זיי אויף א יעדע פלאץ מיטגעטראגן זייערע מנהגים, ווי ווייטער מ'גייט אלץ מער ווערן די מנהגים געטוישט, דור נאך דור, אבער אזוי ארבעט די וועלט.

יעצט אזוי, אויב די פאקט וואס הייסט ''זונטאג, מאנטאג וכו'' איז נישט קיין דאורייתא, נישט קיין דרבנן, נישט קיין דינא ד'גמרא, דאן וואס איז עס ? זייער פשוט, א מנהג !!, מער קלארער, א מנהג המקום !! ווי יעדע זאך וואס מ'פירט זיך וואס האט נישט א מציאות'דיגע סיבה אבער כך נהגו, איז א מנהג וואס מ'דארף נאכגיין. ס'נישט קיין תורה'דיגע מנהג דייקא ווי מ'זעהט אז גוים האבן די זעלבע מנהג בני אדם ממילא איז עס נישט דוקא געבינדן צו דיני מנהג המקום אין שו''ע, אבער ס'איז א אראפגעשטעלטע פאקט וואס מ'פירט זיך אז היינט איז זונטאג און היינט איז מאנטאג.

מ'קען די מנהג נישט טוישן, ס'איז געבויט אויף הסכמת כל בני אדם, ס'איז נובע פון בריאת העולם, און ווען מענטשהייט האט זיך אויסגעשפרייט האבן זיי געטראגן די מנהג עד קצה העולם, פארשטייט זיך אז ווי מער מ'האט זיך געריקט פון טבורו של עולם איז די מנהג געווארן מער און מער נשתנה, די זונטאג פון קאליפארניע איז היבש ווייט געריקט פון די זונטאג פון א''י, ממש געציילטע שעות ווי זיי זענען נאך ענליך, אבער אזוי ארבעט א מנהג ווי אלע מנהגים.

וויבאלד די וועלט איז רונדעכיג קומט אויס אז צוויי מענטשן וואס צוטיילן זיך, זה פונה למזרח וזה פונה למערב, וועלן זיך עווענטועל טרעפן, זייערע מנהגים וועלן שוין זיין אינגאנצן אנדערש, אבער דאס איז נישט קיין פראבלעם, ווייל אזוי איז די מציאות אז מנהגים ווערן צומאל געטוישט, ווי לאנג זיי וואוינען נישט איינס לעבן די צווייטע, איז עס בכלל נישט קיין פראבלעם, ביידע זענען גערעכט, זאלן ביידע אנהאלטן דיני ומנהגי מקום שיצא משם ווי אייביג ביי אנדערע הלכות.

ווי לאנג די צוויי מענטשן וואוינען אויף צוויי באזונדערע אינזלען אויפ'ן פאסיפיק און שטערן נישט איינע די צווייטן, אפילו זיי זענען ס''ה איין מייל אפגעריקט, קען יעדער זיך פירן מיט זיינע מנהגים, יעדער קען האלטן זונטאג-מאנטאג ווען ס'שטימט מיט זיין מנהג, די תורה האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, שבת זאל ער מאכן ווען ס'קומט אויס לויט זיין חשבון און שלום על ישראל.

די רגע צוויי מענטשן מיט פארקערטע מנהגים טרעפן זיך צאם, ווערט דאך א חוכא וטלולא, וויאזוי קען איינער האלטן שבת ווען ביי זיין חבר איז נאך פרייטאג ? אבער נישט דאס איז די סיבה מכריע צו זיין אז עפעס דארף מען דא טוישן, נאר וואס דען ? זייער פשוט, לויט'ן חשבון פון פריער.

קעגנזייטיגע מנהגים איז דא א דין אז מ'גייט נאך רוב, אדער די מנהג וואס די עולם איז דערצו מסכים, בעל כרחך אדער ברצון, מ'איז קובע וואס די מנהג זאל זיין, דאס באקומט א דין וואס איז מחייב וויאזוי יעדער זאל זיך פירן, כמו בשאר חלקי התורה, און פון דאן און ווייטער פירט מען יך אזוי.

ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם אויב א אינזל וואס איז געאגראפיש נענטער צו מערב פירט זיך כמנהג אנשי מזרח אדער פארקערט, דאס באדייט בדרך כלל אז די ערשטע איינוואוינער אדער די רובא ד'איינוואינער שטאמען פון מזרח און>אדער צוליב כל מיני חשבונות זענען זיי מחליט אז ס'לוינט זיך זיי בעסער צו האלטן ימי השבוע ווי מזרח טייל וועלט, און אזוי טוהן זיי. ס'עקזיסטירט נישט קיין ליין וואס שניידט פונקטליך דורך, די וועלט איז רונדעכיג און ס'האט נישט קיין אנהייב אדער ענדע, מ'איז קובע א מנהג און דאס איז ביינדינג.

המשך יבוא.
לעצט פארראכטן דורך אליהו ליכטענשטיין אום דאנערשטאג מאי 23, 2024 2:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

המשך.

אויב איז ימי השבוע טאקע נאר א מנהג המקום, וויבאלד מ'זעהמיר אז ס'איז נישט קיין פאקט אדער א דאורייתא קומט אויס א מורא'דיגע זאך. די וועלט איז רונדעכיג און בכל מקום שהוא איז דא א מושג וואס הייסט אז זעקס טעג איז ששת ימי המעשה און די זיבעטע טאג איז שבת, וויאזוי די 7 טעג ווערן גערעכנט איז תלוי אין די ארטיגע מנהג, ס'בכלל נישט מער פראבלעם א ווייטע פאציפישע אינזל ווי ארץ ישראל וואס איז אין צענטער, א גלגל האט נישט קיין צענטער און קיין אנהייב, די זונטאג פון א''י איז נישט מער אמת'דיג ווי די זונטאג אין האוואי, נאר וואס דען ? די מנהג המקום אין א''י איז אן אוועקגעשטעלטע ידוע'דיגע מנהג וואס גייט שוין אן פאר טויזענטע יארן, משא''כ די מנהג אין האוואי איז היבש אומבאווואוסט און נישט נוגע געווען פאר כמה זמן ! זה הוא. יעצט איז די זמן עס אוועקצושטעלן.

פארשטייט זיך אז ס'קומט נישט אריין צו פרעגן אז שבת איז דאך ''קבוע וקיימא'' פון ששת ימי בראשית, איז ווי איז שייך צו זאגן אז ס'איז תלוי במנהג ? זייער פשוט, ס'איז קביעא וקיימא אין די בריאה דורך די דבר השם אז נאך זעקס ימי החול קומט א טאג פון שבת, א הייליגע טאג, א געבענטשטע טאג, און דאס גייט אן לעולם ועד. וויאזוי מ'רעכנט אויס די 6 טעג איז יעדע פלאץ אביסל געריקט פון די צווייטע פלאץ.

יעצט וועט איינער קומען מיט א גאר גערעכטע טענה. מילא דו זאגסט מיר אז א יוד פון טשיינע לאנדעד צום ערשטן מאל אויף א פאציפישע אינזל און האלט שבת כמנין אנשי מזרח, שוין, כ'הער. אבער לשיטתך דארף אויסקומען אז אויב א יוד פון טשיינע קומט גאר אן צו די אמעריקאנע בארטענעס און פונקט קומט ער נישט אן צו פארטלענד, סיאטעל אדער סאן פראנציסקאו, נאר ער לאנדעט אין א מדבר שממה און ער ווייסט נישט פון קיין שום לאקאלער בן אדם אדער מנהג המקום צו זאגן האלט ער ווייטער שבת כאנשי מזרח ווייל דאס איז זיין מנהג ?? אתמהה.

לאמיר אביסל בעסער ממחיש זיין, די זון האט אויפגעשיינט דאנערשטאג צופרי (כפי הסכמת העולם) אין האוואי, אפאר מייל אוועק אין מייקראוניזיע האט די זון אין די זעלבע זמן אויפגעשיינט פאר פרייטאג צופרי, א יוד נעמט א פליגער פון מייקראוניזיע, לאנדעט אין קאליפארניע אין א פלאץ ווי ס'נישטא קיין שטאט אדער מנהג עט אלל, בעוד יום נאך יענע טאג, בשעת וואס קאליפארניע ענדזשויט זייער דאנערשטאג נאכמיטאג זון, דארף ער זיך שוין גרייטן פאר שבת ?? ווי קען זיין ??

די תירוץ איז, יא ! אז ס'נישטא קיין מנהג מאכט ער די מנהג, ער איז זיך נישט סותר מיט קיינעם, שבת איז בכלל נישט חל אין די זעלבע זמן פאר די גאנצע וועלט, אויב וועט ער אנקומען אבער צו א מקום ישוב וועט ער על כרחך נמשך ווערן מיט די מנהג המקום, ופשוט הוא.

אין קורצן, יעדער האלט אן זייער מנהג ווי לאנג ס'איז שייך ביז ער איז זיך סותר מיט א מנהג וואס טוט פארקערט, און דאן נעמט ער ע''כ אן די מנהג מאותו מקום, און אזוי ארבעט עס בין לישראל ובין לאומה''ע.

א קרוז שיף וואס פארט ארום די וועלט קען לפי''ז אנהאלטן זייערע אינטרעסאנטע מנהגים פאר לאנגע יארן, ער ציילט 6 ימי השבוע און איין טאג פון שבת גע'בעיס'ד אויף די מנהג וואס ער איז פון דארט ארויסגעפארן, די רגע ער טאטשד בעי''ס אין א שטאט מיט א מנהג ווערט ער מיטגעשלעפט.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הייסט אז די תורה שטעלט זיך צו וויאזוי די מענטשן זאלן אפמאכן דעם מנהג?

דאס הערט זיך זייער אינטערעסאנט. וואס וועט זיין למשל אויב די אמעריקאנער קאנגרעס באשליסט איבערצוהיפן א טאג און אז יעצט זאל זיין פרייטאג, גייט היינט נאכט זיין שבת? און אייגנטליך, אין דער מאדערנער וועלט רעכנט מען דאך היינט די וואך פון מאנטאג ביז זונטאג, איז פארוואס טאקע זאגט מען נישט אז נאך זעקס ארבעטס טעג רוט מען דעם זיבעטן טאג, דהיינו זונטאג? און וואס וואלט געווען אויב ס'וועט זיך אינגאנצן אויפהערן א זיבן-טאגיגע וואך, אזוי ווי נאפאלעאן קייזער און די סאוויעטישע קאמוניסטן האבן געוואלט איינפירן?

און פארוואס איז נישט קיין חוכא וטלולא אויב אן אינזל אין מערב האלט שבת פריער ווי אן אינזל אין מזרח? און וואס וועט זיין מיט איין אינזל וואס איז געווארן באזעצט פון ביידע זייטן ביז מ'האט זיך צוזאמגעטראפן?

דאס אז די תורה שמועסט נישט אויס די כללים פון טאג איז בכלל נישט קיין קשיא. די תורה שמועסט נישט אויס קיין שום פון די סארט פשוט'ע זאכן. וואו שטייט אין דער תורה ווען א מענטש ווערט א גדול? וואו שטייען אלע פרטים פון קידוש החודש און עיבור שנה? וואו שטייען אלע שיעורי תורה? וואו שטייט וואספארא מלאכה ס'איז אסור שבת (חוץ "אל יצא איש" און "בחריש ובקציר"און "לא תבערו")?

אבער ס'איז קלאר אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, אינאיינעם מיט א תורה שבעל פה. די מענטשן פארשטייען די ערשטע דרגא: ביי צוואנציג יאר איז מען שוין זיכער א גדול, און ביי פינף יאר איז מען נאך זיכער א קטן. בויען א הויז שבת איז זיכער א מלאכה, און גיין שפאצירן זיכער נישט. א ברעקל הייסט זיכער נישט "געגעסן", און א גאנצע סעודה זיכער יא. אזוי אויך ווייסט יעדער בערך וואס א חודש און א יאר באדייט. יעצט קומט די תורה שבעל פה און צייגט אן די גענויע גרעניצן פון יעדער מצוה. געוויסע פרטים האבן נישט קיין קבלה, דארפן דאס די חכמים מוציא זיין מסברא און פון מדרש הכתובים.

דאס זעלבע ביי טעג. יעדער ווייסט ווען ס'איז שבת אין רוב וועלט (ישוב העליון) און ווען ס'איז זונטאג, מ'דארף דאס קיינעם נישט זאגן. אבער פון מערב ענגלאנד ביז מזרח כינע קען מען מסופק זיין, און אויף דעם דארפן מיר א קבלה. קען זיין אז די חכמים האבן געהאט א קבלה און ס'איז פארגעסן געווארן, און אפשר איז עס פון די זאכן וואס די חכמים דארפן באשליסן מסברא. און גענוי אזוי וועט מען אויך זאגן כלפי שבת אינעם ארקטיק/אנטארקטיק אדער אין ספעיס.

דאס איז אמאל זיכער אז די תורה פארמאגט נישט קיין גרויע שטחים. ס'איז אלעס שווארץ און ווייס. ס'קען זיין אז אמאל איז עפעס פאר אונז גרוי, ווייל מיר ווייסן נישט וואס די תורה זאגט אין דעם ספעציפישן פאל, אבער די תורה לעצמה האט אויף יעדן קליינטשיגן דעטאל א הכרעה. נאך א זאך איז זיכער אז די הכרעה ווערט נישט באשלאסן דורך די מענטשן, נאר דורך דער תורה און דורך די חכמים. מיר האלטן דעם טאג פונעם עלות ביז'ן צאת ווייל אזוי זאגן חז"ל, און קיין שום מנהג העולם גייט דאס נישט טוישן.

אסאך מתחכמים לדורותיהם האבן דאס נישט געגליכן. אין זייערע אויגן דארף נישט זיין א גענויע ליניע אויף יעדער זאך, נאר מ'דארף געבן די "בעיסיק איידיע" און פון דארט זאל דער מענטש אליין באשליסן כפי ראות עיניו. אבער די תורה ארבעט נישט אזוי. א מקוה פון פערציג סאה איז כשר לכל דבר, און אויב מ'נעמט ארויס איין בראנפן גלעזל איז עס פסול, און דער וואס טובל'ט זיך דארט איז חייב כרת אויף טומאת מקדש וקדשיו. דריי טפחים איז לבוד, און דריי טפחים מיט איין מילימעטער פסל'ט די סוכה.

הוא הדין איז מיט קו התאריך. יא, ס'פארמאגט א שארפע ליניע פון זונטאג און מאנטאג, און די ליניע זאגן אונז די חכמים. דאס זוכן צו פארוואסערן די זאך אז ס'עקזיסטירט נישט שמעקט נישט תורה'דיג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

די אשכול מאכט מיר זייער נערוועז, און איך האב מורא איך וועל מיר אויספלאצן.

דאס אויסמישן 'מנהג המקום' פון וועלכע סליחות זאגט מען ביום שלישי צו וועלכע טאג דאס איז איז א לייכטזיניגקייט צו שבת און הלכה.

די תורה האט געזאגט אז מיר דארפן היטן שבת, הייסטס די תורה האט שוין געהאט אוועק געשטעלט ווען שבת איז. שבת פון בריאת העולם איז געווען אן אוועק געשטעלטע זאך, אן קיין שום מענטש אין די וועלט. יום ראשון איז געווען יום ראשון אן קיין מענטשן, און יום שני אויך. דאס האט גארנישט מין מנהג המקום איינגעלייגט.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1833
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: עניני קו התאריך והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

@גרשון @איישישאק ש'כח פאר די הערות, כ'וועל בלי''נ מגיב זיין ווען כ'וועל האבן צייט.

איישישאק, ס'פעלט נישט אויס אויסצופלאצן...די נושא איז שוין אן אויסגעדראשענע מיט צענדליגע ספרים געשריבן דערויף ארומנעמנדיג אלע זייטן, איך שרייב ס''ה מיינע מחשבה'לעך וואס ווערט שוין מבואר און אפגעפרעגט און צוריק אויפגעוויזן און נאכאמאל אפגעפרעגט בכמה מקומות, ס'איז בגדר שמועסן ותן לחכם ויחכם עוד.
הלכות מוקצה-הלכה 21

דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.

א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”