וואס מיינט G/c

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

וואס מיינט G/c

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

א גוטן,

כ'האב לעצטענס אינאכט גענומען אז ווען איך מאך קארדס אויף מיין קיבארד, אנשטאט ס'זאל זיך אויפשרייבן אויפן סקרין אט די chord וואס איך מאך, למשל f מיינאר אדער g, שרייבט זיך אויף F/c אדער G/c, אלעס קומט מיט א סלעש סי, וויל איך וויסן, צו ס'איז נארמאל?, וואס מיינט דאס, אין אויב ס'איז נישט ריכטיג, דאן וויאזוי נעם איך דאס אוועק.

יש"כ.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע:100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

וועלכע מאדעל קי בארד? ביסטו טרענספאסד?
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

קודם, יש"כ,
Yamaha psr s 700,
ניין, כ'בין נישט אויף טרענספאוס.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע:ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

אויב דו ליינסט נאטן, האסטו שוין אודאי באמערקט אזא קארד F/A אדער A/C א.א.וו, דאס מיינט אז נארמאל אז די ווילסט מאכן א F major, וועט די בעיס זיין א F וואס דאס איז די ראוט פונעם קארד, אבער אין די פאל דארפסטו זיין אויפן A ביי די בעיס, וואס דאס איז די 3rd פון א F major, און זעלבע איז ביי A/C.

איך ווייס נישט צו דאס וואס די זעסט אויף דיין keyboard האט צו טוהן מיט דעם, ווייל דאס איז נישט שייך בכלל צו טוהן ווען די שפילסט וואן מען בענד.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

כ'אב אויך געוואלט ענטפערן אזוי ווי פיאניסט'ס ערשטער צוויי שורות אבער עס זעהט אויס לויט ווי וואסערפאל שרייבט אז עס געשעהט אייביג נאר מיטן /C. [וואס דאס ווייסט ענדערש אז עפעס איז דארט צובראכן]

איז זאג, ס'קומט אייביג ארויף דעם C? אדער אנדערען לעטטערס אויך - נאכן סלעש?

עס זענען דא בעססערע קיבארדס ווי מ' קען שפילן דעם אייגענעם בעהס נאהט נישט דעם אטאמאטישען בעהס וואס דער קיבארד שטעלט צו.
און דאן וועלעכע נאהט איז די אינטישטע נאהט אין דיין chord, דאס וועט זיין דער bass
און דענמאלס קען זיך אויפשרייבן דעם סלעש כדלהלן:

אין דיין משל פון F minor
דאס איז
F Ab C
אויב דריקסטו עס אראפ אזוי, וועט שטיין F min
אויב דריקסטו עס אראפ:
C F Ab
וועט שטיין:
F min/C
ביי דיין אנדערע משל פון G
איז שווער צו פארשטיין אז דאס זאל געשעהן
ווייל עס איז נישט דא קיין C אין דעם chord
חוץ אויב די האסט געדריקט סתם אין די וועלט אריין.

זאג קלאר וואס די דריקסט און וואס פאסירט - דאן קענען מיר גיין ווייטער...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

קודם יש"כ פאר אייך ביידע, פיאניסט און לעניית,

כ'וועל איבער-חזר'ן אביסל מער קלארער וואס מיין פראגע איז, מיין קארדס איז אנגעשטעלט אויף מולטי פינגער, און וועלכע קארד כ'זאל נאר נישט דרוקן, צו ס'איז Fמיינער, E מעידזשאר, סינגל פינגער, אדער געהעריג, וועט זיך אלץ אויפשרייבן אויפן ס'קרין א c/ א חוץ פארשטייטזיך ווען כ'דרוק דעם 'סי' קארד אליין, כ'דענק נישט צו ס'איז אלץ אזוי געווען, כ'האב דאס נאר לעצטענס אויפגעפאסט, (כ'האב עס שוין א גוטע פאר יאר),

לעניית, געוויינטליך שפיל איך טאקע אויף G, עכ"פ, עס סלעשט C נישט קיין חילוק אויף וועלעכע קארדס.

א דאנק אייך נאכאמאל
על מי מנוחות ינהלנו
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

בשורה טובה תדשן עצם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

שוין, כ'האב ב"ה אויסגעפונען ווי מען 'רי-סעט' דעם קיבארד, מיר האבן דאס געריסעט, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז אוועק דעם סלעש C, ווי אויך דעם 'פאלטשן' קארד וואס האט מיטגעשפילט.

פון יעדן זאך דארף מען נעמען א מוסר השכל, אז כביכול העלפט יעדן פראבלעם, כקטון כגדול, מען דארף נאר תפלה, בטחון, און געדולד.

יש"כ געלט גייציג, פיאניסט, און לעניית דעתי
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

ב"ה ביסט ארויס דערפון א געהאלפענער.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

וואסערפאל האט געשריבן: שוין, כ'האב ב"ה אויסגעפונען ווי מען 'רי-סעט' דעם קיבארד, מיר האבן דאס געריסעט, און וואונדער איבער וואונדער, ס'איז אוועק דעם סלעש C, ווי אויך דעם 'פאלטשן' קארד וואס האט מיטגעשפילט.

פון יעדן זאך דארף מען נעמען א מוסר השכל, אז כביכול העלפט יעדן פראבלעם, כקטון כגדול, מען דארף נאר תפלה, בטחון, און געדולד.

יש"כ געלט גייציג, פיאניסט, און לעניית דעתי

ביי א שידוך זאגט מען אז יעדע יינ'ס כאטש עס איז נישט די וואס ווערט, איז עס איינס נענטער צו די ישועה. די אלע עצות פון די חבירים, האבן געברענגט די ישועה ב"ה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

וואס דיין קי-באורד האט געטוהן איז, ער האט דיר צוגעגעבן אויף יעדן קאורד וואס דו שפילסט א C בעסס ליין, כאילו דו וואלסט דאס ווען געשפילט אווער א C
איך געדענק איך האב עס געהאט אמאל מיט מיין טעקניקס ז"ל
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איינע פון די מעלות פון טעקניקס, דענקט מיר
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע:100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

א פיינע מאשין געווען די טעקניקס, א פיין פערדל. איך זיך נאך דעם אלטן יאמאהא 6300 מיט די דעקל... אוי האט דאס געהויבן א חתונה...
אוועטאר
mk-studio
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2010 9:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mk-studio »

דער טעקניקס האט מיר ממש יעצט אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, און איך קען עס מער נישט נוצן, ס'ליגט און ס'ווארט אויף מיינע יורשים אז זיי זאלן אונטערוואקסן. איך וואלט מיך ווען מחי' געווען ווען איך טרעף איינער וואס קען עס ווען פאררעכטן. אויב איינער פון אייך ווייסט פון איינעם לאזט מיר ביטע וויסן
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

pianist האט געשריבן: אויב דו ליינסט נאטן, האסטו שוין אודאי באמערקט אזא קארד F/A אדער A/C א.א.וו, דאס מיינט אז נארמאל אז די ווילסט מאכן א F major, וועט די בעיס זיין א F וואס דאס איז די ראוט פונעם קארד, אבער אין די פאל דארפסטו זיין אויפן A ביי די בעיס, וואס דאס איז די 3rd פון א F major, און זעלבע איז ביי A/C.

איך ווייס נישט צו דאס וואס די זעסט אויף דיין keyboard האט צו טוהן מיט דעם, ווייל דאס איז נישט שייך בכלל צו טוהן ווען די שפילסט וואן מען בענד.

גוט געזאגט פיאניסט!
אגב - איך זיץ אסאך אויף סלעש נאוטס. עס געט אסאך צו צום בעיס ליין
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”