חיובי וגדרי מצות השבת אבידה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

חיובי וגדרי מצות השבת אבידה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

אהיימקומענדיג פרייטיג צונאכטס האט מיר מיין טאכטער גיפרעגט די פאלגענדיגע שאלה-
זי איז גיגאנגן אפאר מינוט פאר שבת אין גאס זיך געהיילט צו גיין צו איינע פון איהרע קלאס מייט, אויפן וועג הערט זי עפעס פאלט, זי קוקט ארום און יאגט נאך אהן, צו זעהן וי א בחור אדער א יונגער יונגערמאן היילט זיך אין די פארקערטע דירקשן, און פון איהם איז געפלן א טייערער אייטם,
זי איז געווארן פארלארן, און האט נישט גיוואסט צי זי דארף שרייען איהם כדי ער זאל אפשטעלן, [זי וואלט גידארפט שרייען צי חאפן זיין אטענשן אין מיטן זיין לויפעניש] וואס איז קעגן גדרי הצניעות, און געשטאנען אזוי פארצוייפעלט עטליכע סיקונדעס, ביז... יענער איז פארשוואנדן גיווארן אין גאנצן,
איהר שאלה איז צו זי האט נישט מבטל גיווען בידיים מצוות עשה פון השבת אבידה, און אפשר איז זי נאך א גרמא בניזקין אויך, וואס יענער האט פארלארן זיין אייטם,
איך האב איהר געענטפערט אז זי האט זיכער געטוהן גוט, וייל דער אויבערשטער פאדערט נישט פון א מיידל צו זיין א למדנ'טע, וממילא אז זי האט א ספק, דארף זי זיין "שב ואל תעשה", ועכ"פ וועל איף פרעגן לגבי מכאן ולהבא וואס מען דארף טאהן אין אזא פאל.
וואס זאגט איהר ידידי החשובים חברי הפורום [וואס איז ניכר אויף אסאך פון זי אז זיי זיינען עושים מלאכתם ארעי ותורתם קבע]- האב איך ריכטיג גיענטפערט, און וואס דארף מען טאהן טאמער טרעפט אזא מין זאך?
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איר'ט זיכער גוט געענטפערט אז א מיידל דארף נישט זיין קיין למדנית, אבער למעשה על פי הלכה וואלט זי לכאורה געדארפט שרייען צו אים, און / אדער נאכלויפן מיטן חפץ אויב עס איז געווען שעה מספקת פאר איר.

מען קען ווען דן זיין פון די הלכה פון זקן ואינו לפי כבודו, וואס כנראה איז דאס לאו דוקא זקן. למשל, איך וואלט מנסח געוען אייער שאלה, וואס טוט זיך איר זענט אין אייער שטוב מיט די נאכט קליידער און איר זעט אזא מעשה, דארפט איר אראפלויפן מיט די נאכט בגדים אים מעורר צו זיין? דאס הייסט אז אפילו ע"פ הלכה מעג זי ווען שרייען מחמת המצוה, וויבאלד אבער עס איז לאו אורח ארעא פאר א פרוי צו שרייען אין גאס (כרעד נישט ווען מען רעדט אויפן טעלעפאן אדער צו חבר'טעס, איך רעד צו מענער...) איז דאס לכאורה בגדר הנ"ל.

----

להעיר אז נישט ייביג ארבעט דער תירוץ פון אינו לפי כבודו, עס איז דא אסאך זאכן וואס מען זאגט אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה', למשל כלאים, עיין ברכות דף כ ע"א.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אלץ צניעות איז לכאורה נישט קיין היתר, אלץ זקן ואינה לפי כבודו וכדומה דאכציך מיר אז די גמרא איז עס תולה אויב ער וואלט מוותר געווען אויף זיין אייגענעם חפץ אין די זעלבע אומשטענדן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

און אויף דעם אשכול אליין קען מען עפענען א אשכול, ווי איך זעה איז דער אשכול געפענט געווארן ווען אין אמעריקע [וואו די בעלי הסייט וואוינען] איז נאך געווען שבת, כ'מיין אז אין תשובות מנחת יצחק רעדט ער וועגן שיקן א פאקס צו א פלאץ וואו ס'איז נאך שבת.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

לגבי שיקן א פעקס צו א פלאץ ווען ס,איז נאך שבתת שיקסטו די פעקס צו יענע פלאץ, א סייט איז אויף א אנליין סערווער, און עס האט נישט קיין ממשות, עס ליגט פונקט אזוי אויף דיין קאמפיוטער ווי יענעם'ס
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

גראדע האט עס יא אגעהעריגע ממשות, כידוע ליודעי האינטערנעט האט יעדער וועבפעידזש א קאמפיוטער (סערווער בל' הטעקנישאנס) ווי עס פארנעמט פאקטישע מעמארי. און זינט דער בל הקאמפיוטער איז מסכים אז פרעמדע מענטשן זאלן קענען ליינען דעם פעידזש, קען מען האבן צוטריט דערצו דורך די אינטערנעט וואס פארבינדט אלע אנגעהאנגענע סערווערס אין איין גרויסע נעטווארק, א שטייגער ווי אלע קאמפיוטערס פון דיין בעל בית (איים סארי אויב דו ביסט סעלף {אנ}עמפלויד) אפיס זענען פארבינדן און אלע ארבעטערס האבן צוטריט צו דעם אפיסעס דאטאבאזע.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

דא רעדט מען שוין עפעס פון די נושא
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

לכאורה איז דא דריי נקודות דן צו זיין. א' השבת אבידה איז נישט דוחה קיין שום איסור אפילו א דרבנן. ב' זקן ואינו לפי כבודו. ג' אויב די שאדן איז גרעסער פון די ווערט פון די אבידה.

לגבי די ערשטע נקודה, איז די שאלה אויב די אויבנדערמאנטע זאכן (שרייען, נאכלויפן) איז בגדר זה ודי.

די היתר פון אילפ"כ איז זיכער שייך אויב ווען עס איז ווען א אייגענע אבידה וואלט מען עס נישט גענומען אזויווי שוטה שרייבט.

אויב דורכן צוריקגעבן דורך די אויבדערמאנטע אופנים וועט דאס שאטן פאר'ן שם טוב (ובזה תלוי גם גורמים כמו שידוך וכדומה) קען זיין די היתר אז די משיב דארף נישט שאדן האבן, און די שאדנס וואס דער משיב האט דארף דער בעל אבידה באצאלן און ביי דעם פאל איז דאס נישט שייך.
מי חכם האט געשריבן: להעיר אז נישט ייביג ארבעט דער תירוץ פון אינו לפי כבודו, עס איז דא אסאך זאכן וואס מען זאגט אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה', למשל כלאים, עיין ברכות דף כ ע"א.

די היתר פון זקן ואילפ"כ לערנט מען ארויס פון פסוק והתעלמת פעמים שאתה מתעלם, ממילא איז נישט דא קיין סיבה אז עס זאל אנגיין אויך ביי אנדערע מצות (אדרבה, ביי געוויסע פעלער ווערט די היתר געברענגט אויך ביי אנדערע זאכן ווי צדקה, ביקור חולים, און די מפרשים פלאגן זיך וויאזוי דער היתר קען ארויפגיין אויף אנדערע מצות).
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מיר ליגט גראדע אין קאפ פון גירסא דינקותא אז די גמ' אין ברכות איז מחלק צווישן א שב ואל תעשה, ווי מען זאגט "גדול כבוד הבריות שדוחה את לא תעשה שבתורה", און עובר זיין מיט א קום ועשה ווי מען זאגט "אין חכמה ואין עצה ואין תבונה נגד ה'".

לפי"ז זעט אויס אז ביי אלע מצות אין די תורה זאגט מען דאס. קענסט נאר פרעגן א קשיא וואס עס פעלט אויס א עקסטערע לימוד אויף השבת אבידה, ושמא לפטרו אף אם יצוייר אופן של קום ועשה.

בכל אופן, גראדע די גמ' מוטשעט זיך דארט אז מען רעדט פון א דרבנן, און די גמרא האט א תי' וועגן לא תסור, מילא איז גאנץ מעגליך ווי דו זאגסט אז ביי סתם מצוות עשה ארבעט עס נישט אפילו ביי א קום ועשה, נאר אזא דרבנן'דיגע דאורייתא.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איך געדענק נישט די גמרא, אבער איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט. ביי פסולע ציצית זאגט מען גדול כבוד הבריות (ביי געוויסע פעלער), און ביי כלאים נישט, כאטש ביידע זענען די זעלבע שב ואל תעשה.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

לערן דורך די סוגיא דא ביז די מסקנת הגמ' דף כ ע"א אויבן ותמצא נחת.

רש"י אין דף כ' איז גראדע מסביר אז סדין בציצית הייסט א שב ואל תעשה, ווייל עס איז נישטא קיין איסור צו גיין אן ציצית נאר א מצוה צו גיין מיט, משא"כ כלאים, עיי"ש
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

למעשה וואס איז די פסק הלכה למעשה?? ווי בלייבט עס??
ולפענ"ד הקלושה והנמוכה אפשר להעיר דכמו מצות עזוב תעזוב עמו דייקא ולא עמה
ואפשר שהוא מפני צניעות, כמו כן מצות השבת אבידה, ובכלל הוא מצות עשה שהזמן גרמא שנשים פטורות,
ויש מקום לחלק
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

שוטה האט געשריבן: און אויף דעם אשכול אליין קען מען עפענען א אשכול, ווי איך זעה איז דער אשכול געפענט געווארן ווען אין אמעריקע [וואו די בעלי הסייט וואוינען] איז נאך געווען שבת, כ'מיין אז אין תשובות מנחת יצחק רעדט ער וועגן שיקן א פאקס צו א פלאץ וואו ס'איז נאך שבת.

אין אינטרנט לויט מיר פארשטאנד [פאריכט מיר אויב איך גרייז] איז נישט שייך כלל אוואו דער אפיס געפינט זיך, וייל אין אינטרנט אלעס איז איין קליין וועלט, אויב איך טאר נישט שיקן די שאלה צו א סייט וואס זיין אופיס איז אין אמריקה, טאר מען אויכעט שיקן צו א סייט וואס זיין אופיס איז אין ארץ ישראל.
וי נישט וי, אויב סי איז דא אין דעם אפילו די מידענסטע חשש איסור, אוואדאי וועל איך זיך אפהאלטן פון דעם מכאן ולהבא.
עבדכם הנאמן מירושלים עיה"ק
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

שוב מצאתי
בשו"ת שבט הלוי חלק ח סימן מ

יקרתו קבלתי והאותיות שאלוני במי שיש בביתו המכונה "פאקס" והיא מכונה שיכולה לשלוח ולקבל אגרות בכמה רגעים מאלו שיש להם מכונה כזאת בכל רחבי תבל ועתה נפשו בשאלתו לענין שבת, א - האם מחויבים לכבות המכונה מע"ש כדי שלא לקבל אגרות בשבת. ב - את"ל צד מותר האם מותר לקרא האגרות הנדפסות ע"י המכונה בשבת. ג - למקום שכבר נכנס שבת קודם האם מותר לשלוח אגרות ממקום שעדיין לא נכנס ש"ק.
בענין לשלוח ממקום שעדיין לא נכנס שבת למקום שנכנס שבת, מצד חילול שבת בעצמו אין חשש בזה, אבל למה שבארתי אם זה ענין מסחר וכיו"ב שהמקבל עצמו אסור לעיין בו בשבת וגם להניח המכונה פתוחה לזה א"כ אסור, ואם הוא אגרת שלומים מותר .

את דברי המנחת יצחק וואס איהר האט מציין גיווען האב איך דערווייל נישט געטראפן.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

איך וועל פראבירן עס אויפצוזיכן.

הרב ראש הקהל אפשר זענט איהר מיר מגלה וואו סשטייט ביי עזוב תעזוב עמו ולא עמה, און פארוואס פאלט אייך איין אז השבת אבדה איז א מצות עשה שהזמן גרמא?
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע:ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

ראש הקהל האט געשריבן: למעשה וואס איז די פסק הלכה למעשה?? ווי בלייבט עס??
ולפענ"ד הקלושה והנמוכה אפשר להעיר דכמו מצות עזוב תעזוב עמו דייקא ולא עמה
ואפשר שהוא מפני צניעות, כמו כן מצות השבת אבידה, ובכלל הוא מצות עשה שהזמן גרמא שנשים פטורות,
ויש מקום לחלק

גם אני מצטרף לשאלת המכנה עצמו בענווה שוטה, וחכם גדול הוא- מצוות עזוב תעזוב עימו ולא עימה? אוואו שטייט עס?
שטייט נאר ביי משלוח מנות איש לרעהו שלא ישלח איש לאישה, דאין זה רעהו, און דארט אליין וייס איך וואס איז דער דין באופן וואס סי איז נישטא קיין מעגליכקייט צו מקיים זיין שלח מנות נאר אזוי,
וייטער פאר וואס איז השבת אבידה הזמן גרמא, סי איז דען דא א צייט וואס מי דארף נישט אפגיבן, וכמו שהקשה הנ"ל?
לעצט פארראכטן דורך ירושליימער ייד אום פרייטאג אקטאבער 21, 2011 6:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אגב די מעשה איז א גוטע וועג וויזוי אויסצושמועסן א הלכה פון די וואכעדיגע סדרה,
אנטשולדיגט פאר אריינהאקן.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וואס איז דער היתר פון די פאבליק השבת אבידה פירמעס צו פארקויפן די געטראפענע חפצים נאך א שטיק צייט פון ווען עס ווערט געפונען? מעיקר הדין ברויך מען האלטן אן אבידה עד שיבא אליהו במהרה
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איך האב געטראפן אן 16 gb SDcard אויפן גאס, ס'איז האלב פיל מיט גוישע מוזיק און בילדער, בין איך מחיוב עס צירוק צוגעבן עפ"י הלכה אדער עפ"י חסידות? אויב יא וויאזוי טרעף איך דעם גוי? און וואס טוט עפ"י געזעץ ברויך איך עס צירוק געבן?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

מסתם איז דיין שאלה אויב מ'מעג צוריקגעבן נישט צו מ'מוז. על פי הלכה טאר מען נישט אומקערן קיין אבידה פאר א גוי. סיידן עס וועט מאכן א קידוש השם.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

היימישער איד האט געשריבן: מסתם איז דיין שאלה אויב מ'מעג צוריקגעבן נישט צו מ'מוז. על פי הלכה טאר מען נישט אומקערן קיין אבידה פאר א גוי. סיידן עס וועט מאכן א קידוש השם.

עד כדי כך ווי די גמרא דרשנט אויף דעם פסוק לא יאבה ה׳ סלוח לו זה המחזיר אבידה לעכו״ם.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן:התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

camerafound.com

א וועבזייטל רעזערווירט פאר אזעלכע זאכן

כ'גלייב אז דאס וועט זיין א קידוש השם
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”