רעיונות * רעיונות * רעיונות * רעיונות * רעיונות * רעיונות *

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך וואלט געטייטש, אין גומרין אז מ'זאל נישט ענדיגן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

סאכדעס:

כ'מיין אז דו ביסט זיך אביסעלע טועה. דער געעהרטער ראש הקהל האט נאכנישט געשריבן קיין "איין" דמיון. ער האט געשריבן גוטע רעיונות, אין פלעין יודיש רופט זיך דאס - געדאנקען.
אפשר נעמט זיך דיין טעות, צוליב דער דריטער רעיון פונעם ראש הקהל וועלכע באהאנדלט דמיונות?

און דאס וואס דו באפאלסט אזוי קרעמער'ן, כ'מיין, כאטש איך בין דאך, לכאורה, געווען דער מתחיל, אבער זאלסט מיר אנטשולדיגן, לא לזה כוונתי ח"ו, פארקערט איך האב געשריבן אז ער, דאס זעלבע די אנדערע דא, זאגן גראדע יא גוט, נאר ס'נישט קיין 'רעיונות' דעריבער איז אין כאן מקומו.

אגב, וואסי געווארן דארט אין קהל'ס אפיס? און פארוואס טאקען נישט ארונטערנעמען די עקזעסטירנדע תגובה'ס פאר די פארגעניגן פון די ליינער?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מ'דארף זיך צוזאמנזעצן אלע ראשי הקהילה, אפילו אויב עפענט מען א פרישע אשכול, וועלן אלע גרויזאמע רעיונות וואס שטייען דא אריבערגעפירט ווערן אהין.

ביי מיר ווערן אזעכע רעיונות אנגערופן פענטעסיס, כ'מיין כאף אז דו פארשטייסט אז גוגל זיצט נישט ביי קיין טיש מיט שופלאדן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

דער רעיון איז, וויאזוי מען מאכט געלט דורכ'ן פארבלענדן די באזוכער, כאילו, מ'שטיינס געזאגט, מ'מיינט בלויז זייער טובה, און ס'יז אפי' בחינם. דער חלק פון שיפלאד וכו' איז בלויז צוגעלייגט אלס הומאר צום 'באשרייבונג'.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ווער קען אויספירן דעם פאלגנדן מאמר:
מוטב שיהי' שובבי"ם ואל יהי'...?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מוטב שיהי' שובבי"ם ואל יאכלו פענטש-פריזי"ן[רמז למה שתקנו קדמאי להתענות בה"ב!]

נ.ב. כמובן שהיא רק רמז..
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער גוט, איך זוך נאר עפעס וואס זאל מער גראמען מיט מזידין.
האסט נאך פינף און האלב וואכן צו טראכטן.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א מינוט און נאך א מינוט, א טאג, א וואך א חודש, עולם כמנהגו נוהג, דאס זייגערל קלאפט, דאס הארץ פאמפט אן קיין אפהאלט - ב"ה פאר דעם - און אזוי ריקן זיך מיט די גלגלי הכוכבים, די מזלות, די זון און די לבנה מיט די עלף שטערנס..

מען פרובירט אריינצוכאפן אויף דעם עולם, יעדער לויט זיין מדרגה, ודברת ב"ם זאגן אונז די ספרי מוסר דעם דערהער, אז אין די ימי השובבי"ם, 6 וואכן הבאים לקראתינו לשלום, 6 וואכן איז 42 טעג, כמספר ב"ם, איז מען אונז מרמז אז אין די טעג דארף מען אריינכאפן תורה ומצוות ומעשים טובים, ובעיקר דעם והגית בו יומם ולילה, דעם חיוב וואס ליגט אויף יעדן יחיד, יעדן טאג השכם והערב, און אויב קען מען מער ווי דעם איז מען מחיוב אן קיין מאנקי-ביזנעס.

די וועלט גייט פאראויס, מ'ווערט נישט יונגער, ילכו מחיל אל חיל, און די אמאליגע תאוות פון זיך שפילן מיט א "קרעיאן" אויפן קאלירונג בוק, ווערט פארטוישט צו א "קאלקלעיטער-האנד-זייגער", און פון דארט צו אנדערע השגות, אנדערע תאוות וואס דער מענטש דארף זיך כסדר שלאגן מיטן שטן-יצה"ר-מלאך המות וכו' וכו'.

איז מיר א רעיון ארויף [גרויזאמער זיי מיר מוחל, דער רעיון איז געווען נאך פאר איך האב געעפענט דעם אשכול, מ'קען נאך פארדעם נחסם ווערן הא?] ס'איז אונז אונטערעסאנט איבערצוקוקן אלטע משפחה בילדער, די בריוון וואס מיר האבן אמאל געשריבן אלטס קינדער אין קעמפ, מיר טשאטשקענען זיך כמ"פ ארום דערמיט, מיר ליינען איבער "סמעטענע אשכולות" פון א יאר צוריק, טוט מען דאך א מין פארברעכענישע זאך, מ'נעמט מינוטין פונעם עתיד וואס מ'דארף אויסניצן און פאר פארסמאסקעוועט זיך דערמיט מיט א זאך וואס מיר האבן שוין איינמאל פארברענגט דערויף מינוטין און שעה'ן.

לויט נארמאלע אומשטענדן טוט מען מיט אזא שריט בא'גנב'ענען נאך און נאך פון אונזערע געבענטשטע יארן, א פסידא דלא הדר.

נאר מיט איין אופן מעגן זיך באנוצן מיט אונזער גאלדענעם עבר, באקאנט איז די טייטש פון חת"ם סופר איזהו חכם הרואה את הנולד, אויב לערנט מען זיך פונעם עבר וואס פאר א הנאה מיר האבן אמאל פארשאפט פאר א צווייטן, און מיר ווילן זיך ווייטער אזוי פירן, מהנה צו זיין אנדערע איינמאל און נאכאמאל, און געדענקן דעם קורת רוח וואס יענער האט געהאט, נאר אויף אזא אויפן קען דאס געטון ווערן.
אטעטשמענטס
sneak3_en.jpg
sneak3_en.jpg (26.84 KiB) געזען 5367 מאל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב דעם שבת געדאווענט אין א קליינע שוהל, וואו ס'דאווענען ארום 20 מענטשן. האט עמיצער עולה געווען רביעי, און אזוי ווי ער איז באקאנט מיט רוב מתפללים אין ביהמ"ד, ד.ה. פופצן פון די צוואנציג, האט ער געמאכט א מי שברך פאר אלע פופצן פון זיינע באקאנטע.
האב איך געטראכט צו מיר: דאס איז דאך סתם טירחא דציבורא אין די וועלט אריין. ער וואלט דאך געקענט זאגן אזוי: מי שברך את אברהם וכו', הוא יברך את כל הקהל הקודש המתפללים כאן, חוץ מ... און אויסרעכענען די פינף נעמען פון די מתפללים וועמען ער גלייכט נישט. כ'מיין, וואס פעלט אויס אויפצוהאלטן דעם ציבור אומזיסט, אז מ'קען עס מאכן אויף א קורצערן און שנעלערן וועג?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

איך האב לעצטנס געבלעטערט אין א געוויסע קינדער אויסגאבע, און געזען דארט פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן.
צ.ב.ש., מ'דארף העלפן דעם פלאמבער צו קאנעקטן אלע פייפס אז די וואסער זאל דורכגיין, אדער דארף מען העלפן דעם פאסט טרעגער אנקומען צום פאסט קעסטל, אדער די אמבולאנס צום שפיטאל, אא"וו.
שטעלט זיך די פראגע (און זייט ווען קען זיך א פראגע 'שטעלן'? אבער דאס עמיר שוין לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט): גלייבט דען איינער די זאכן? לאמיר נעמען צ.ב.ש. דעם אמבולאנס. דער דרייווער איז גערופן געווארן אריינצופירן א איד אין שפיטאל. דער איד האט געכאפט א הארץ אטאקע, און ער דארף אנקומען אין שפיטאל אין די קומענדיגע זיבן מינוט. אז נישט איז ח"ו דערנאך מיט אים.
דער דרייווער פליט אויף אכציג, ווילנדיג אנקומען ווי פריער אין שפיטאל. אינמיטן קומט ער אן צו א פרשת דרכים, און ער ווייסט נישט וועלכן עקזיט צו נעמען.
וואס טוט מען? זייער פשוט. מ'קלינגט אן צום רעדאקציע פון די קינדער אויסגאבע, און מ'זאגט: הערטס מיך צו. איך האב דא א פאציענט וואס דארף אנקומען אין שפיטאל ביז פיר מינוט. אפשר קענט איר מיר ארויסהעלפן?
יא, זייער גערן.
מ'הערט אויס דעם פראבלעם, און מ'פארשפרעכט דעם דרייווער אז די מאפע פונעם ראוד וועט אריינגעשטעלט ווערן אינעם קומענדיגן אויסגאבע וואס גייט צום דרוק אין צוויי וואכן ארום. ביז דריי וואכן וועט עס זיין אי"ה אויף די פוליצעס פון די געשעפטן, און ביז א חודש פון דאן, וועט ער האבן אן ענטפער אי"ה. גאראנטירט!!!
אדער לאמיר נעמען דעם פאסט טרעגער. ער שטייט דא מיט א גאנצע פעקל פאסט אויף די פלייצע, און ער האט א בריוול פאר עמיצן הערשקאוויטש. נו, שטייט דאך אבער נישט קלאר וואו דער הערשקאוויטש וואוינט. ס'הייסט אזוי, גראדע האט יענער יא געשריבן, אבער ער קען עפעס נישט קלאר אויסליינען, צי ס'איז 137 אדער 187.
איז וואס טוט דער פאסט טרעגער אין אזא שווערע מינוט? ווער קען אים ארויסהעלפן אין זיין דילעמא?
וואס הייסט ווער? די קינדער אויסגאבע!
ער רופט אריין: העלאו? איז דאס די קינדער אויסגאבע? יא, איז אזוי. איך האב אייך געואלט בעטן, אויב ס'אייך נישט שווער. איך שטיי דא אויף ליע עוועניו, איך האב דא אן ענוועלאופ פאר עמיצן הערשקאוויטש, און איך דארף הילף אנצוקומען צו זיין הויז. איך ווייס אז אייערע קינדער טויגן שטארק צו טרעפן פארשידענע פלעצער. אפשר קענען זיי מיר אויך העלפן?
די ענטפער איז פאזיטיוו: יא זיכער, דאס איז דאך אונזער פליכט. מיר וועלן זיך שוין אריינלייגן דערין. ווארטס נאר דארט נעבן דעם פאסט קעסטל, און ביז 6 וואכן אי"ה האט איר א פארטיגן ענטפער! פונקטליך מיט'ן אפארטמענט נומער!!! נאו טשארדזש!
וואס האלט איר? דער פאסט טרעגער שטייט און ווארט דארט? האט ער געלייגט זיין האפענונג טאקע נאר אויף די קינדערלעך? און דער אמבולאנס דרייווער, ווארט ער דען אז די קינדערלעך זאלן אים לאזן וויסן וואו די שפיטאל געפינט זיך? כ'מיין, דער איד וועט דאך נעבעך אויסגיין ל"ע, אויף אלע גויים געזאגט.
און דאס זעלבע איז מיט'ן פלאמבער. איר מיינט אז די משפחה קען זיך ערלויבן אים צו צאלן א געהאלט פון זעקס וואכן ווילאנג ער געפינט זיך ביי זיי אינדערהיים, ווארטנדיג אז דער ראש המשפחה זאל אהיימקומען א פרייליכער מיט'ן קינדער אויסגאבע אין די האנט און צייגן פאר די קינדערלעך: קוקטס קינדער, איך האב דעם ענטפער פאר'ן פלאמבער!?

*

אויפ'ן בילד: העלפט דעם "בולעטין" אנקומען אין מיסט-קאסטן... אבער ווי שנעלער...
אטעטשמענטס
maze.gif
maze.gif (19.21 KiB) געזען 5261 מאל
לעצט פארראכטן דורך מאשקע אום זונטאג מארטש 25, 2007 1:17 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעכטיג!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

מאשקע מאשקע,

יו ביסטו גוט.

ווי ביסטו געווען ביז מיטוואך חיי שרה, כ"ד חשון תשס"ז (ולמספרם 15 נוב' 2006)?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ס'ארא מין קשיא איז דאס? יעדער איד קען אמאל קומען צום שכל. יענער טאג איז געווען מיין טאג.
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

ריזיג מאשקע!
גוט געשריבן. גוט הומאריסטיש ארויסברענגט און אויפמערקזאם געמאכט אויף א ריכטיגע זאך, אנצייגנדיג ווי ווייט די אויסגאבן זענען אויסגעטריקנט, און פארקויפן אבי לאקשן פאר די קינדער ליינער!

ס'א געשמאק צו ליינען דיינס א באשרייבונג!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאשקע, אויסערגעווענליך גוט,t#p
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איז עס נאר איך? אדער באמערקט איר אויך אז ר' זארעך ווארימט זיך צוביסלעך אן צו מאשקע'ס ארטיקלן.. די לעצטע פאר קאמפלימענטארן זאגן אלעס.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

"אזוי ווי עס מען גרייט זיך צו די געהויבענע נסיעה אויף די מקומות הקדושים ווערט יעצט ארנדזשירט א ספעצילען ביליגע פרייז פאר די אלע וואס ווילן זיך מיטכאפן מיט די נסיעה, מ'בעט זייער דעם חשוב'ן ציבור, וואס וויל מיטפארן אז מ'זאל זיך מעלדן ווי פריער, כדאי מ'זאל קענען 'מאכן א ספעציעלער טשארטער פליגער' פאר די באקוועמליכקייט פונעם ציבור,
וועד הנסיעה"

די פאלגענדע מודעה איז געווען די וואך אנאנסירט אין איינע פון די צייטונגען,

ווי קען דען מעגליך זיין אז 'מגייט מאכן א טשארטער פליגער' ספעציעל צו די דאזיגע נסיעה,?

צו וויסן וואס א טשארטער פליגער מיינט, איז גוט מקדים צו זיין, וואס איך געדענק פון חדר, ס'זענען געווען צוויי ערליי באסעס, איינס איז געווען די געילע באסעס מיט וואס מ'איז געפארן אין חדר, און די צווייטע זענען געווען די 'טשארטער באסעס' א שטייגער ווי חיים פריינד'ס באסעס, ס'הייסט די עם.סי.איי. באסעס, די באסעס האבן געהייסן די טשארטער באסעס, ווען מ'איז געפארן צו א טריפ, איז דאס געווען מיט א טשארטער באס, (די מזל'דיגע קינדער האבן געהאט א עם.סי.איי, און די אנדערע נעבעכדיגע זענען געבליבן מיט א דזשי.עם.סי.)

עכ"פ, ביי די פליגער'ס איז מסתמא די זעלביגע, ס'איז דא די געהעריגע פליגער'ס, נאכדעם איז דא די טשארטער פליגער'ס, וואס אויף דעם איז ארויף געגאנגען די אויבערדערמאנטע מודעה, אז מ'גייט מאכן א טשארטער פליגער,

ווילסטו מיר זאגן אז די פירמע 'באואינג' גייט יעצט 'מאכן' א טשארטער פליגער ספעציעל צום געהויבענעם נסיעה, און סוועט נאך זיין פארטיג אין צייט ? קיינמאל, ס'איז נישט מעגליך, אפילו א צווייטע קאמפעני אויך נישט, און נאכדערצו פאר א ביליגען פרייז ? חלום'ט ניטאמאל דערפון, די קאמפעני וועט עס קיינמאל נישט צושטעלן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חחחחחחחחחחחחחחחחחח
גוט גוט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

כ'האב הנאה געהאט, צייטליך, דו ביסט גוט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

צייטליך זייער פיין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

עס איז דא וואס האלטן זיך נישט צו די תקנות האשכול. (למשל ארויפלייגן א בילד אויף יעדן תגובה)

עס איז זייער שיין באשריבן, קיפ איט אפ.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דער ראש הקהל אליין האלט זיך אויך נישט צו זיין אייגענע פירונג, ער שרייבט איינמאל א יובל, אנדערש ווי אין די בראשית-טעג וואס יעדן טאג האט געהאט זיין רעיון.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מעגליך איז צייט ער זאל פליען... דשאוסט . . מין איט...
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

צייטליך,

די דערמאנסט מיר די פייטס מיט די אלטע באסעס.

מען האט באשטעלט א עם סי איי באס, און מען האט געשיקט א דזשי עם סי באס. עס איז צו א לאנגע מעשה.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31440
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מאשקע און צייטליך

|{}+

האלב פאר דיר און האלב פאר דיר.

קרעמער איך מערק עס אויך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”