דיונים ועיונים בפרשת ויחי

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע:אונטער דער ערד

דיונים ועיונים בפרשת ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

געהערט א אינטרעסאנטע ווארט היינט.

יעקב האט געווינטשען מנשה מיט אפרים 'וידגו לרוב בקרב הארץ' יא..
זאגט דער קוריצער אדער קאצקער (דענק נישט ווער)
אז די צונאמען וואס מ'געט פישל צו אפרים (אפרים פישל) גייט טאקע ארויף אויף די ברכה פון יעקב'ן
כמעט ווער ס'געט א נאמען אפרים, געט אויך צו פישל ס'זאל חל זיין די ברכה פון יעקב'ן.

(היינטיגע צייטן געט מען שוין ווייל יענער האט געהייסן, אבער נעקסטיים ווען איינער געט דא אזא נאמען זאל ער איזינען האבן די ברכה פון יעקב'ן וועט ער זעהן גרויסע זאכן)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

שכוח אידיש קינד.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

די וואך איז איינע פון די שווערסטע וואכן פון יאר, חוץ פר' משפטים, צוליב דעם וואס עס זענען דא צוויי "ואני'ס" און יעדע איינע האט צוויי פשטים, און צו אלע צרות דארף מען נאך קענען די נוסח פון די ניגון,

און אנדערע נייעס פון די וואך,
ווי באקאנט וועט מען די וואך ליינען "חזק" וויבאלד עס איז די לעצטע סדרה פון די ספר בראשית, (שיער פארגעסן, נעקסטע וואך דארף מען ברענגען א נייע חומש)
אלזא, פאר עס איז אינטערעסירט, מ'קען שוין בידן אויף איבעי צו קויפן אין 770 די עליה פון חזק,
כאפט אריין ווי לאנג ס'איז נישט צו שפעט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע:אונטער דער ערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jewboy »

שטייט יעקב האט געבענטש אפרים'ן אז ער זאל זיין די בכור, און מ'זעהט טאקע אז איבעראל שטייט אפרים פאר מנשה.

זאגט מען בדרך צחת:
אז יעקב האט שוין יעמאלט אינזינען געהאט ביי די ברכה די שפעטערדיגע רבי'שע דורות.
(חידושי אברה"ם)
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א-ל מסתתר וכו'. (יאנקל, האסט אן איבריגע טישו? שכח)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא דא האסטו א טישו, קרעמער, אוי השכל הנעלם מכל רעיון!

רבי, ס'איז מוכתר בכתר עליון, רבוש"ע נא הקם במהרה מלכות דוד ושלמה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב געזען א מורא'דיג ווארט בימי חרפי (אין די יארן ווען מ'האט געכראפעט), און איך האב אזוי הנאה געהאט אז עס איז געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון און איך וויל עס דא מיטטיילען.

הקבצו ושמעו וגו' זאגט די מדרש, בקש יעקב לגלות את הקץ ונסתלקה ממנו שכנה אמר שמא יש פסול ביניכם אמרו שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד ע"כ.

עס איז ידוע אז די יודען זענען געגאנגען אין גלות מצרים אלס עונש אויף מכירת יוסף. ביי די מכירה האבן די שבטים באשווואוירען בשם ומלכות נישט מגלה צו זיין די מעשה און מיט דעם האבן זיי פוגם געווען אין די שם אהי' (וואס מיט דעם שם האבן זיי זיך באנוצט). עס זענען דארט געווען 9 ברודער און מען האט מצרף געווען די אייבישטער אלס צענטער. הייסט אז מען האט 10 מאל פוגם געווען אין די שם אהי'. 10 מאל אהי' (21) איז 210 פארדעם זענען די אידען געווען אין מצרים 210 יאר.

משה רבינו האט געוואוסט אז גלות מצרים איז געקומען אלס עונש פון מכירת יוסף, אבער ער האט געמיינט אז זיי האבן דאן פוגם געווען אין די שם הוי', און ממיילא לויט זיין חשבן האבן די אידען געדארפט זיין אין מצרים 260 יאר (10 מאל שם הוי'). ממילא ווען די אייבישטער האט אים געבעטען צו גיין אויסלייזען די אידען האט ער קודם מסרב געווען ווייל לפי חשבונו איז נאך נישט געווען די צייט. וירא ה' כי ס"ר לראות די אייבישטער האט געזען אז משה'ס חשבן איז ס"ר (260) האט אים די אייבישטער גהייסען זאגען די אידען אהי' אשר אהי', אז די פגם איז געווען אין די שם אהי' און ממילא איז געקומען די צייט אויס געלייזט צו ווערען.

יעקב אבינו האט געוויסט אז די אידען גייען זיין אין גלות מצרים אלס עונש אין פוגם זיין אין די שם אהי', אבער לפי חשבונו האט מען נאר פוגם געווען 9 מאל אין די שם,(ער האט נישט געוואוסט אז מען האט מצרף געווען די אייבישטער) ממילא לפי חשבונו האט מען געזאלט זיין אין גלות מצרים 9 מאל אהי' (190).

דאס איז פשט אין די מדרש:
בקש יעקב לגלות את הק"ץ, יעקב האט געוואלט זאגען אז עס גייט זיין גלות פאר ק"ץ (190) יאר, ווייל ונסתלקה ממנו שכנה, ער האט נישט געוואוסט אז מען האט מצרף געווען די שכנה, און ממילא לפי החשבן קומט אויס 190 יאר. אבער דערווייל זעט ער אז די גלות גייט זיין לענגער ווי דעם. אמר שמא יש פסול ביניכם , אפשר האט איר אן אנדערע פגם וואס איך ווייס נישט דערוועגען, און פאר יענער פגם דארפט איר זיין לענגער אין גלות. אמרו שמע ישראל ה' וגו' עס איז דא איין באשעפער וואס מיר האבן אים מצרף געווען, און מיט אים איז די חשבן 210.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שיין ווארט אנדי, ייש"כ.

רעדנדיג פון די מדרש, נישט לאנג צוריק האט מען דא מאריך געווען בענין לשון ארמי ולשה"ק, האביך דאן אראפגעברענגט פון תשובת מהרש"ם על הענין, ער רעדט דארט אויך פון דעם וואס דער קדיש איז מיוסד צו זאגן דוקא בלשון ארמי, ברענגט ער אראפ דעם אויבדערמאנטער מדרש, דער מדרש איז אויך מסיים אז יעקב אבינו האט געזאגט ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.

ברענגט ער דאכציך פון תרגום ירושלמי, ווי דער ענין ווערט אויסגעשמועסט אויף אראמיש, טייטשט ער דעם בשכמל"ו מיט די ווערטער "יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא" פון קדיש, יעצט, ווער ס'ווייסט אז בשכמל"ו זאגט מען א גאנץ יאר בלחש כדי די מלאכים זאלן נישט הערן ווייל דאס האט משרע"ה גענומען פון די מלאכים ווען ער איז געווען אין הימל, משא"כ יום הקדוש ווען אידן זענען דומה למלאכי השרת זאגט מען עס בקול רם.

ממילא איז זייער מדויק פארוואס קדיש ווערט געזאגט בלשון ארמי שאין מלאכי השרת מכירין בו, ווייל העונה איש"ר בכל כחו (בקול רם) וכו', נא ווי וואלט מען געקענט זאכן בשכמל"ו בקול רם? אז די מלאכים זאלן נישט הערן.

ודפח"ח.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך וועל פראבירען צו טרעפען די בעל המימרא
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבי,
יעצט וועסטו כאפן, דו האסט מיטאמאל געזעהן מיין חידוש טרעפנדיג א פארווארפענע מהרש"ם מיט אן הקדמה פון זרח'ס זיידע ר' אלתר שאול פעפער ז"ל? דו מאכסט פון מיר חוזק, איך האב מעתיק געווען לשונו ביי די יגר סהדותא סומטאכע מיט'ן רבי ר' העשיל.

נו נו, יעצט וועל איך פארגעסן דיין פשט אין ואני תפלה.... (די וואך איז דאך פרשת ואני, נישט אזוי?)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאזט מיר ארויס פון דא... איך וואלט נישט געוואלט יעצט שטיין צווישן מיללער און בני-היכלא... לאמיר צואווארטן ביזן את והב בסופה, דאן וועט מען טאקע נישט קענען שטיין אינדערצווישן... עס וועט זיין ממש אין די בחינה פון התדבקות רוחא ברוחא.

אנדי; יישר כח גדול פאר די שיין ווארט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אנדי.
ס'איז א טייער ווארט, ס'איז אזוי טייער אז ס'איז בכח ארויסצונעמען א אידעלע פון עמקי השאול להחזירו תחת כנפי השכינה, אשאד נאר, ס'איז נישט מיט א נאמען, אפשר דערמאנסטו דיך ווער ס'זאגט עס?


ר' שמשון מאסטרופאלע (גוט געספעלט?)
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער,
בלייב דא זיי אזוי גוט, נישט קום אן צו והב ווי יענער ביי שלחן עורך (אגב, מיר קומט נישט קיין יישר כח?, איך גלייך עס טאקע נישט, אבער דאס איז נישט דיינע געשעפטן).

אנדי,
גוט געספעלט, יעצט פרוביר אפירצוזיכען דעם ספר, איז דאס אין נצוצי שמשון?
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב עס נעכען געזען אין א ליקוט ספר "פנינים יקרים" (אגב, יענער ספר איז מלא הערליכער ווערטער און דרושים).

אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז איך האב עס געזען אמאל אין א ספר "זרע שמשון"

איז דא אזא ספר פון ר' שמשון?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זרע שמשון איז נישט פון ר' שמשון הנ"ל כפי מיטב ידיעתי, איי וויל מעיק שאר.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך געדנעק נישט דעמאלטס.

אבער אין פנינים יקרים ווערט עס אראפ געברענגט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

100 פראצענט נישט פון ר' שמשון
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע:בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

און אז איך געדענק אויך אז עס איז יא פון רבי שמשון (נאר א ליקוט) איז וואס?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

די ליקוט אויב איך גדענק גיט הייסט נצוצי שמשון
זרע שמשון איז זעכער נישט פון ר"ש אויסטרויפאלער
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רבי,
מבליע געווען אהער, פארגעסן אהין, ואני תפלה ארויף, והוא רחום אראפ, קיין געהעריגע תירוץ העריך נישט, אלא וואדען? א רבי איז נאר א רבי, און מ'קען פארזעהן.

פארוואס רעכנט מען נאר איין כולל פאר ניין מאל אהי"ה?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן: קרעמער,
בלייב דא זיי אזוי גוט, נישט קום אן צו והב ווי יענער ביי שלחן עורך(אגב, מיר קומט נישט קיין יישר כח?, איך גלייך עס טאקע נישט, אבער דאס איז נישט דיינע געשעפטן).

אנדי,
גוט געספעלט, יעצט פרוביר אפירצוזיכען דעם ספר, איז דאס אין נצוצי שמשון?


א מין קאנטער-משל... יענער איז דאך ארויס בעת איך קום אן.

(אגב, א תובע בפה איז יוצא בלא כתובה)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן: רבי,
מבליע געווען אהער, פארגעסן אהין, ואני תפלה ארויף, והוא רחום אראפ, קיין געהעריגע תירוץ העריך נישט, אלא וואדען? א רבי איז נאר א רבי, און מ'קען פארזעהן.

פארוואס רעכנט מען נאר איין כולל פאר ניין מאל אהי"ה?


נעמסט זיך אונטער צו גיין פאנד-רעיזינג פאר די אנדערע 8 כוללים, קען מען רעדן.

נאר בדרך הלציי גמור.
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”