ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

כ'בין שוין בארד פון דעי ניגון.. כוויל א אנדערע..
אוועטאר
אין די וועלט אריין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 7:56 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין די וועלט אריין »

קענסט זינגען

אדון עולם
המלאך
יודעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך שוין,
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן מכל עם ולשון!
אוועטאר
שווארמאל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

פארוואס פיל איך יעצט ענליך צו מוצאי שבת..?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע חשובע חברים
פר' זו נאמרה בהקהל – מיר קומען זיך צוזאם פון פריש פאר ליל שישי...

שטייט אין פסוק איש אמו ואביו תיראו ואת שבתותי תשמורו אני ד'

האב איך געזעהן נאך ברענגן א דבר נפלא מאוד בשם דער ילקוט הגרשוני אזוי:

ווערט געברענגט פון א פריעדיגע כתב יד א שיינע זאך לבן הרשע האט געזאגט יעקב אבינו ועתה הלך הלכת כי נכסוף נכספת לבית אביך למה גנבת את אלוהי... זאגט דער קדמן פשט אין דעם.. דער רשע האט געזאגט יעקב אבינו פארוואס גייסטו ווי יאגסטו... ווייל דו בענקסט זיך נאך דיין טאטע יצחק... איז דער קשיא "ודלמא לאו אביו הוא"... ווער זאגט אז ס'איז זיין טאטע... נא וואס דען מיר נעמען אן ווי דער חז''ל זאגן אונז אז מיר גייען נאך רוב, אין ביי רוב מענטשן איז ער זיין טאטע... אויב אזוי האט לבן ווייטער געטענה'ט.... למה גנבת את אלוהי... אזוי ווי דער מין האט געפרעגט אז אויב מען דארף גיין נאך רוב... אויב אזוי רוב וועלט דינט עבודה זרה דארף מען דאך גיין נאך רוב דאס האט לבן געוואלט טשעפענן יעקב...

אונז ווייסן מיר אז רוב וועלט רועט זיך אפ זינטאג משא''כ אונז היטן שבת קודש ביום השבת... וועט מען דאך פרעגן אז מען דארף גיין נאך רוב... איז דער תי' פשוט אז דער רבש"ע האט אונז געזאגט אז מען דארף היטן שבת קודש דעמאלס רוהט מען זיך אויס... איז דאך דאס א קלארע זאך, אין ביי א דבר ברור איז נישט שייך צו גיין נאך רוב....

איז דאך דער פסוק זייער שיין, איש אמו ואביו תיראו... איי אויב וועסטו פרעגן ודלמא לאו אביו הוא.. איז דער תי' אז מען גייט נאך רוב... אויב אזוי וואלט מען געדארפט רוהן זינטאג ווייל רוב וועלט רוהט זיך דעמאלס אפ... דאך זאגן מיר ואת שבתותי תשמורו דווקא שבת ווייל אני ד'... דער אייבישטער האט אזוי געהייסן אין ביי א דבר ברור גייט מען נישט נאך רוב...


*********************

אין דער הייליגע חתם סופר שטייט א טייערע ווארט אויף דער פסוק

דורך שמירת שבת קודש איז מען זוכה צו שפירן א תוספות קדושה דורך דער קדושת הזמן... ווייל דער טאג איז גורם.. דורך דעם קען מען פערשטיין איז ס'איז אויך דא א תוספות קדושה דורך דער מקום – ומקדשי תיראו אז דער פלאץ קען ברענגן א קדושה פאר יעדעם...

דער הייליגע רמב"ן זאגט אז שמירת שבת קודש קומט פון יציאת מצרים... ווייל דורך שבת קודש איז מען מעיד אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט... אין דער ענין פון יציאת מצרים איז א קבלה מדור לדור... דורך דעם וואס מיר האבן מקבל געוועהן פון דער עלטערן ביז ארויף וואס זיי האבן איבער געגעבן דער גאנצע יציאת מצרים..
ממילא איז זייער גוט דער קשר הפסוק זייער שיין... איש אמו ואביו תיראו... וואס מיר האבן בקבלה פון אונזערע עלטערן דער יציאת מצרים אין מיר גלייבן דערין איז מען זוכה דורך דעם שבתותי תשמורו אין ממילא דורך שמירת שבת איז מען זוכה צו שפירן דער קדושה דורך דער זמן פון שבת קודש איז דורך דעם פארשטייט מען אויך ומקדשי תיראו צו שפירן דער קדושת המקום....

****************


אין דער הייליגע ספר תפארת שלמה שטייט א מורא'דיגע ווארט ..

את שבתותי תשמורו ומקדשי תיראו....

שטייט אין פסוק שישי אתי משוש כל המתאבלים עלי'.. אז ווער עס קלאגט אין איז זיך מצטער אויף דער חורבן בית המקדש ער וועט זוכה זיי צו זעהן בשמחתה .. אין פארקערט ווער ס'איז נישט מתאבל אויפן חורבן וועט נישט זוכה זיין צו זעהן בשמחתה...

איז לכאורה שבת קודש טאר מען דאך נישט זיין טרויעיג.. אזוי ווי מיר זאגן ביים בענטשן שלא תהא צרה ויגון ביום מנוחתנו.. אויב אזוי ווי אזוי וועלן מיר זוכה זיי צו זיין ירושלים בשמחתה ובבנינה... נאר דער תי' איז אז שבת קודש איז דער מעלה אזוי גרויס אז דער שכינה הק' רוהט אויף אינז... אין מיר מעגן זיך נישט קלאגן... פון דעסוועגן וועלן מיר יא זעהן בבנינה ...

דאס איז דער רמז פון דער הייליגע תורה הק' את שבתותי תשמורו – אין מען טאר זיך נישט קלאגן נאר פארקערט זיין בשמחה... אין דאך וועט מען זוכה זיין ומקדשי תיראו.. וועט עטס זעהן בבנינה בקרוב ממש בב''א

א גוט שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

דער דעליווערי פון דער מאכלי ליל שבת איז שוין אינטערוועגנ'ס....

אסאך הצלחה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
רבא מברניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:😇🥳😇🥳🤣🥳😆😂😍😉🤤😓😇🥳😇🥳😄😃😀😁😂😂😂🤣🤣🤣🤣🤣

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:32 am
ווער איז דא יעצט?

איך
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:22 am
@רבא מברניש איז א נייע לעכטיגקייט פאר אונזער וועלטל!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואס גייט פאר קיינער קומט נישט .?? אזוי פיל צוגערגרייט....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
כ'האב אסאך צייט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:20 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'האב אסאך צייט »

כ'בין אויך דא
אוועטאר
אלטע קוגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5795
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:28 am
וואס גייט פאר קיינער קומט נישט .?? אזוי פיל צוגערגרייט....
עסן אדער ווערטער?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ביידע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

כ'האב אסאך צייט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:35 am
כ'בין אויך דא
שלום עליכם

נו עסט... שעמט זיך נישט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע אידן
א פרישע ליל שישי

אין דער טעג וואס מיר טרויען אויף דער 24 טויזענט תלמידים פון דער הייליגע תנא ר' עקיבא ווייל שלא נהגו כבוד זה בזה טוהן מיר מתקן זיין אדרבה מרבה זיין אהבה ואחוה וריעות מיט דעם וואס מיר קומען זיך צוזאם באחדות ליל שישי - אין אויך איז דאס א ספציעלע הכנה צו קבלת התורה וואס איז געוועהן ויחן שם ישראל זאגט רש"י הק' כאיש אחד בלב אחד...


לאמיר אריין קוקן אין דער פרשה...

שטייט אין פסוק אמור אל הכהנים בני אהרן ואמרת אליהם וכו' זאגט דער הייליגע רש"י להזהיר גדולים על הקטנים וכו'

האב איך געזעהן ברענגן א טייער ווארט פון דער סקולענער רבי זצוק''ל

אז ווען מען איז גרויס זאל מען זעהן צו מתקן זיין אין תשובה טוהן אויף אלע זיינע מעשים פון דער יונגערע יארן... ווי מען זעהט דער הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק האט פארברענט זיין הייליגע הענט צוליב ווייל ווייל זייער'דיג א גאר קליין קינד האט ער געשלאגן זיין מאמע... דערפאר האט ער תשובה געטוהן

דאס איז דער רמז להזהיר גדולים על הקטנים מען דארף שפעטער מתקן זיין דער יונגער יארן...


*********
איך האב געזעהן אסאך ברענגן דאס נאך פון דער הייליגע בארדישטובער רב זי"ע דערווייל האב איך עס נישט געטראפן אין קדושת לוי אבער ענדליך צו דעם זאגט מען עס נאך פון הרה"ק רבי מענדלע ווארקער זי"ע

ס'שטייט אין פסוק לנפש לא יטמא בעמיו...

דער רמז איז ווי ס'ווערט געברענגט אז נפש איז מרמז אויף רוח ממללא אזוי ווי דער תרגום זאגט אויף דער פסוק ויהי האדם לנפש חי'ה זאגט דער תרגום - רוח ממללא... א לשון פון דיבור... א איד דארף וויסן צו היטן דער דיבר זאל זיין ריין נישט רעדן קיין לשון הרע אדער ניבול פה...

דאס איז דער רמז לנפש דער דיבור לא יטמא בעמיו זאלסט נישט מטמא זיין דער דיבור זאלסט לאזן ריין אין הייליג....

****************
מיר שטייען יעצט אין דער ימי הספירה וואס ס'ווערט געברענגט אין דער וואכענדיגע פרשה.

שטייט אין פסוק וספרתם לכם ממחרת השבת וכו' שבע שבתות תמימות תהיינה... שטייט אין מדרש אימתי הן תמימות בזמן שישראל עושין רצונו של מקום...

האב איך געזעהן א טייער ווארט אין דער הייליגע בני יששכר אזוי:

א יעדער זאך וואס מען ווערט נתעורר מיט א התעוררות מלמעלה.. האט דאס נישט קיין קיום.. א קיום האט דאס נאר אויב מען טוט עפעס אליינס נאר אזוי האט דאס א קיום...

פסח ביינאכט האבן דער אידן זוכה געוועהן צו א התעוררות מלמעלה פון הימעל האט מען אויפגעהויבן דער אידישע קינדער אונז האבן גארנישט געטוהן... דערפאר האט דער התעוררות נישט קיין קיום אבער דער ימי הספירה דאס טוהן מיר שוין יא פון זיך אליינס מיר ציילן ספירה דאס איז א התעוררות פון אונז האט דאס יא א קיום..

דאס זאגט דער מדרש אימתי הן תמימות ווען קען דאס זיין גאנץ ווען קען דאס האבן א קיום עס זאל בלייבן ביי אונז דער התעוררות בזמן שישראל עושין רצונו של מקום ווען מען טוט אליינס א איתערתא דלתתא דעמאלס האט דאס א קיום....
***********

אויף דער דערמאנטע מדרש האב איך געזעהן אין ספה"ק קרן ישועה פון דער ריבאטעטשער רב זי"ע א אינטערטאנסע רמז בקשר צו דער מדרש
ער זאגט אז עמר איז ר''ת משרתיו עושי רצונו... דאס איז מרומז אין דער ישראל עושין רצונו של מקום...

א גוט שבת א פרייליכן שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ווי איז דער עולם...

עס איז שיין צוגעגרייט אין קיינער קומט נישט? הלמאי?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזא שאד עס איז בעל תשחית וואס זאל איך טוהן מיט דער אלע עסן..
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטע נאכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיין טאגליכע
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:43 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין טאגליכע »

איינער איז נאך הינגעריג
דער עולם זאל געדענקן צו ציילן ספירה
אוועטאר
מאיר'ל
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2024 8:27 pm
לאקאציע:75 מירון דרייוו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר'ל »

מיין טאגליכע האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:13 am
איינער איז נאך הינגעריג
איך זייער
מאיר איז זייער א געזונטע זאך צו עסן!!!
אוועטאר
ראש המנהלים
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע:ציווישן צפון און דרום

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

מיין טאגליכע האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 1:13 am
איינער איז נאך הינגעריג
נאפו גאר זאט ב''ה פייענע טשולענט געהאט תלי''ת
🎶 אונרא זה כאמאס🎶 🎶אונרא זה כאמאס 🎶
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע חבירים וידידים

א פרישע ליל שישי קומען מיר צוזאם...

דער פרשה הייבט זיך אן וידבר ד' אל משה בהר סיני לאמור זאגט דער הייליגע רש"י מה ענין שמיטה אצל הר סיני וכו'...

שטייט אין דער הייליגע ספר ראשי בשמים פון הרה"ק רבי ישעי' מושקאט זי"ע אזוי:

מען קען זאגן דער קשר צווישן דער צוויי אויף דעם אופן.. שטייט אין פר' עקב א פסוק וכל אשר לך ירבה ורם לבבך ושכחת את ד' אלוקיך... זעהט מען פון דער פסוק אז ווען א מענטש האט פון אלעס גוטס עס גייט איהם גוט טראכט ער אז אלעס כוחו ועוצם ידי... ח''ו... קומט ער דורך דעם צו גאווה.. פארגעסט ער ח''ו פון דער אייבישטער...

שמיטה איז פארקערט... שמיטה האט דער השי''ת באפוילן אלעס אלעס מפקיר זיין... איז ממילא נישט דא קיין חילוק צווישן א רייכער מענטש אדער א ארימער מענטש יעדער איז גלייך... איז פשוט אז ס'איז נישט שייך דא גאווה נאר פארקערט... אין דאס איז דער בחינה פון הר סיני... וואס איז דער בחי' פון ענוה כידוע..

ממילא שטומט זייער גוט דער ענין פון שמיטה צו הר סיני דער ענין פון ענוה דורך דעם וואס מען איז אלעס מפקיר...
****
קען אפשר זייןשטייט שפעטער ושבתה הארץ שבת לד' זאגט רש''י הק' לשם ה' כשם שנאמר בשבת בראשית ..

לפי דער שמועס פון דער ספה"ק ראשי בשמים קען מען אפשר זאגן אז דאס איז דער רמז, אז מען דארף זיך מתבונן זיין ביי דער שמיטה יאר ווער האט באשאפן דער וועלט דער הייליגע באשעפער אין פארקערט פון כוחי ועוצם ידי... איז אוודאי וועט דאס צוברענגן צו שפלות וענוה..

דאס איז דער רמז פון שבת בראשית ... דער ערשטע שבת פון דער בריאה אז מען דארף זיך מתבונן זיין דער תכלית הבריאה.. דאס ענין דארף מען מתבונן זיין ביי דער שמיטה יאר – ווילסט צוקומען צו ושבתה הארץ – צו ענוה ושפלות אזוי ווי דער ערד.. דאס קען זיין דורך מתבונן זיין שבת לד' – זאגט רש''י לשם ה' כשם שנא' בשבת בראשית... ודו"ק...

************************

שטייט אין פסוק והיתה שבת הארץ לכם לאכלה

שטייט א טייער אין הייליגע ווארט אין דברי ישראל ממודזיץ אזוי:

מיר ווייסן אז שבת שמא דקוב"ה - שבת קודש איז דער אייבישטער'ס נאמען... ברענגט ער אין דער נאמען פון זיין זיידע רבי יחזקאל'ע קוזמיר'ע זי"ע אז דער אלע מאכלי שבת וואס מען מאכט לכבוד שבת קודש גייט אריין אין דעם דער נאמען שבת וואס איז שמא דקוב"ה... אין דורך דעם וואס מען עסט דאס ווערט מען געבענטש במעיו..

דאס איז דער רמז והיתה שבת הארץ לכם לאכלה.. מען וועט עסן דער נאמען שבת קודש... דורך דעם וואס אויף דער מאכלי שבת ווערט אריין געלייגט דער נאמען שבת...

אינטערסאנט צו צולייגן וואס דער דער הייליגע מודשזיצער שרייבט צו בהערה בשם דער זיידן רבי יחזקאל פון קוזמיר זי"ע אזוי: איינער וואס דינט דער אייבישטער מיט תפלה קען נאך א מלאך אים מקטרג זיין ווייל ער דאווענט אויך... אבער אז מען דינט אויך דער באשעפער מיט תענוגי מאכלי שבת קודש קענען דער מלאכים נישט מקטרג זיין... ווייל דער מלאך פארשטייט נישט בכלל דער עבודה ער האט קיינמאל נישט טועם געוועהן א טעם אין מאכלי שבת... דערפאר הייסט שבת קודש דער מקור הברכה... האט ער צוגעלייגט בדרך הלצה אזוי אין אידיש "דער קיגל איז פארט גיט, אין דער מלאך האט נאך קיינמאל נישט פארזוכט"...


*********************

שבת קודש גייט זיין דער הילולא קדישאפון דער הייליגע דגל מחנה אפרים זי"ע וועלמיר אנהייבן מיט א ווארט פון דער דגל זי"ע

שטייט אין פסוק כי גרים ותושבים אתם עמדי...

זאגט דער הייליגע דגל אזוי:

בהקדם ס'שטייט אין תהילים דוד המלך זאגט גר אנוכי בארץ אל תסתר ממני מצותיך... דער טבע פון א מענטש איז אז א גר פרעמדער האט נישט מיט וועמען זיך צו דרייען... אין פארציילן זיינע איבערלעבענישן אדער זיך אויס רעדן זיך, ווייל ער האט נישט קיין חברים... אבער ווען ער טרעפט זיך מיט א חבר אויך א גר... איז דאך ממש א מחי' האט ער פארוועמען זיך אויסרעדן... אין דערציילן איבער שמועסן...

דער רבש"ע איז אויף דער וועלט א בחי' פון א גר.... ווייל ער האט נישט אויף וועמען צו שורה זיין דער שכינה... אויף דעם האט דוד המלך מתפלל געוועהן.... אין געזאגט... גר אנוכי בארץ איך וויל אויך נישט זיין קיין תושב אויף דער וועלט נאר א בחי' פון א גר... ממילא אויב אזוי ואל תסתר ממני מצותיך... באהאלט גארנישט פון מיר אזוי וווי צוויי גרים טרעפן זיך קען מען זיך אדורך רעדן אויסשמועסן...

דאס איז דער רמז פון דער פסוק גר ותושב - גר א פרעדמער אויף דער וועלט אין א תושב אויף יענע וועלט טאמער ביזטו דאס איז אויב אזוי אתם עמדי... וועסטו קענען זיין מיטן רבש"ע.... אזוי ווי צוויי גרים... טרעפן זיך ממילא ואל תסתר ממני מצותיך....

א גוט שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ווען הייבט זיך אן די פראגראם די וואך?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25186
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אין דער קומענדיגע מינוטן קומט אן דער עסן...

איך קום שפעטער צוריק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ער האט אראפגעלייגט זיין הוט אויפ'ן בענקל און קיינמאל נישט צוריק געקומען, ווי ביסטו געגאנגען טשילן? הע?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14828
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

@רבא מברניש קוקט אריין פון פענסטער און פוצט זיך ארויס פון שטח!
אוועטאר
רבא מברניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:😇🥳😇🥳🤣🥳😆😂😍😉🤤😓😇🥳😇🥳😄😃😀😁😂😂😂🤣🤣🤣🤣🤣

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

חחח..
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:22 am
@רבא מברניש איז א נייע לעכטיגקייט פאר אונזער וועלטל!
אוועטאר
רבא מברניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2024 5:58 pm
לאקאציע:😇🥳😇🥳🤣🥳😆😂😍😉🤤😓😇🥳😇🥳😄😃😀😁😂😂😂🤣🤣🤣🤣🤣

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבא מברניש »

ווייסטעך מומחה ברענגט אייביג אווערנייט קוגל מיין מאגן ברענט איך קען נישט עסן

גראדע אביסל קאלטע סעלצער וואלט פונקט נישט געשאדט
אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 2:22 am
@רבא מברניש איז א נייע לעכטיגקייט פאר אונזער וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”