אין דרוק - ערשט האנטיגע עדות פון מלחמה איבערלעבער

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א שיינעם דאנק הרב ווייס!

---

אין מאנסי איז דא א אינגערמאן ר' אהרן בנציון ווידער (ער איז א מעמבער אויפ'ן לאקאלן סקול באורד) וואס גייט שטארק נאך פרטים איבער די צווייטע וועלט מלחמה. דאכט זיך אז אויף קול מבשר איז דא א ךינק צו קול מאנסי ווי ער פארציילט פון די קריג. דער אינגערמאן גייט ארום רעדן מיט עלטערע אידן (כ'האב שוין איינמאל בייגעוואוינט אזאנס) און ער ווידיאו רעקאדירט עס, ער פלאנט ארויסצוגעבן אדער א ווידיאו אדער א בוך, קען איינער דערגיין מער פרטים? ער דארף צו האבן א אוצר מלא איבער די צווייטע וועלט קריג, ובעיקר וועגן די לאגערן.

אויב איינער ווייס מער ביטע לאזט אייך הערן.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

יא! הרב יוסף יוספא פרענקל הי"ו, א סאטמארער יונגערמאן, אוויעליפאלער אייניקל. פארמאגט טאקע אן אוצר פון טעיפס. וואס ער האט שווער און מיט שווייס געזאמעלט אפאר יאהר צוריק, דמים תרתי משמע האט ער אין דעם אינוועסטירט. ער פלאנט אמאל ארויסצוקומען דערמיט, אדער עס פארקויפן פאר גוט געלט.

רעדנדיג מיט אים שוין עטליכע יאר צוריק דערוועגן, האט ער מיר דאן געזאגט, אז די שאד איז ריזיג, און דער אבידה וואס מיר פארלירן איעדן פארבייגייענדער טאג איז א מעוות שלא יוכל ליתקן...

אויף דערווייל האט ער ארויסגעגעבן א ספר אויף מסכת עירוכין, מיטן נאמען "עריכת נר". און ער ארבעט איצט אויף'ן צווייטן חלק. וועט ווארשיינליך ארויסקומען ווען דער דאאף האיומי...וועט דארט האלטן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיין אייגענע מיינונג איז אז דער נאמען "לעצטע עדות" איז עפעס נישט, ס'איז צו טיפיקל, און ס'זאגט נישט גארנישט,
פאקטיש איז דער ספר א באשרייבונג פון אסאך אידן אשר אתנו חיים וואס מענטשן קענען זיי און האבן א היסטאריע פון קריג וואס זיי האבן איבערגעלעבט,
האט אפשר איינער א בעסערע איידיע פון א נאמען פאר אזא ספר?
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אפשר "בחורבנו של עולם" מיט א סוב טייטעל: לעצטע עדות פונעם לעצטן חורבן?
אוועטאר
קראצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראצער »

מיין זיידע זז"ג א מלחמה איבערלעבער, אזוי שמיסענדיג זאגטער מיר אז ער האט ריקארדעט 4 טעיפס פון די מלחמה איבערלעבעניש.
ער זיכט איינער זאל דאס באשרייבען.

ער האט אויך אסאך אייגענע רייכע היסטאריע.
ער האט זייער אסאך צו דערציילען. אויב איינער וויל זיך אראפזעצען מיט עם, קען מיר קאנטאקטען אין אישית. שכוח
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 9:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DONE »

יוסלמאן האט געשריבן: א שיינעם דאנק הרב ווייס!

---

אין מאנסי איז דא א אינגערמאן ר' אהרן בנציון ווידער (ער איז א מעמבער אויפ'ן לאקאלן סקול באורד) וואס גייט שטארק נאך פרטים איבער די צווייטע וועלט מלחמה. דאכט זיך אז אויף קול מבשר איז דא א ךינק צו קול מאנסי ווי ער פארציילט פון די קריג. דער אינגערמאן גייט ארום רעדן מיט עלטערע אידן (כ'האב שוין איינמאל בייגעוואוינט אזאנס) און ער ווידיאו רעקאדירט עס, ער פלאנט ארויסצוגעבן אדער א ווידיאו אדער א בוך, קען איינער דערגיין מער פרטים? ער דארף צו האבן א אוצר מלא איבער די צווייטע וועלט קריג, ובעיקר וועגן די לאגערן.

אויב איינער ווייס מער ביטע לאזט אייך הערן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32625
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קום שוין אן וואו א שירעם נאך א רעגן, הרב ווייס, און שאץ מאץ האבן מיך שוין אויסגעכאפט.

איך האב געהאט א שמועס מיט חני פריעדמאן, איך האבעם געזאגט וועגן דעם אשכול, האטער מיר געזאגט אז ער ווייסט דערפון, ער האט געהערט אז דא שטייט אז ס'איז שוין אין דריק, אבער - וואו אנדערע האבן שוין דערמאנט - ס'האלט נאכנישט דארט, מ'האלט נאך ווייט פון גיין צום דריק.

איך מיין אז אויסרוהמען חני'ן איז גענצליך איבעריג, סאו איך וועלעס לאזן פלעין אזוי.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28339
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גם אני מצטרף: געטראפן ר' אלחנן פר"מ פורים ווען מיר זענען ביידע געווען בגילופין, און ער האט געלייקנט אז דער בוך איז שוין אין דרוק.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

דאס מאל האב איך קראנטע אינפארמאציע אז דער נאמען פון דעם ביכל וועט נישט זיין "די לעצטע עדות"
נאר ויקרא שמו בישראל "מקדשי שמך" וואס דאס איז דער אפטייטש פון קידוש ד' בעבר ובהוה, וואס דאס איז דער ציל פונעם ספר, ווי אידן האבן מקדש שם שמים געוועהן בשעתן' קריג און זענען מקדש שם שמים ביז היינט דורך איבערלעבן דעם שונא און אנפאנגען פון דאסניי,

וואס זאגט דער עולם דערצו?..
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פשי הא! היינט האבעך געזעהן אן עלטערער איד, א מלחמה איבערלעבער עולה זיין לתורה מיט א ברען, כ'זאג אייך, א נקמה אין די נאציס!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאץ,
מקדשי שמיך איז אויך נישט עפס באמבאסטיש.
דער נאמען ברויך מקיף זיין דעם גאנצן אינהאלט, ברו כתוכו
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

מען קען דאס אפשר משלב זיין

עדות על קידוש השם

לפע"ד הקטן
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע:ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

מקדשי שמך זעט אויס ווי גע'גנב'ט פון מקדשי השם פון ווייצענער רב, וואס איז דאך אויך אויף די צווייטע וועלט מלחמה.
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

אפשר למען שמו באהבה ??
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שקר_הדייעט האט געשריבן: מקדשי שמך זעט אויס ווי גע'גנב'ט פון מקדשי השם פון ווייצענער רב, וואס איז דאך אויך אויף די צווייטע וועלט מלחמה.

מקדשי השם איז שוין געווען געגרייט צו דריקן (אדער אפשר שוין געדרוקט) פאד די קריג, בעסער געזאגט פאר די אונגארישע אידן זענען דעפאטירט געווארן.
זעה אינעם ספה"ק עצי חיים וואס מהאט נארוואס איבערגעדריקט, איז דארט דא א תשובה פון פון הרב ליפא הי"ד בן הרב מקלוזנבורג ז"ל צום ווייצענער רב וואו ער באציעט זיך איבערן ספר מקדשי השם.

אגב האלט איך אז די נאמען פונעם ספר דארף זיין מער אראפצומאלן אז מזאל געדענקען וואס עס איז געווען מיט אונזערע עלטערן.
א שטייגער וואו "למען ידעו"
אדער האב איך געטראכט א נאמען
"זכור"
און קליין; את אשר עשה לך
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

אפשר זאל דער מחבר צוזאגן א מתנה פאר דעם וואס וועט צוטרעפן דעם ריכטיגן נאמען

(אפשר א ספר אומזינסט. אדער אפאר רובעל וכדו')
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

קראצער האט געשריבן: מיין זיידע זז"ג א מלחמה איבערלעבער, אזוי שמיסענדיג זאגטער מיר אז ער האט ריקארדעט 4 טעיפס פון די מלחמה איבערלעבעניש.
ער זיכט איינער זאל דאס באשרייבען.

ער האט אויך אסאך אייגענע רייכע היסטאריע.
ער האט זייער אסאך צו דערציילען. אויב איינער וויל זיך אראפזעצען מיט עם, קען מיר קאנטאקטען אין אישית. שכוח


גם אני מצטרף, איך זוך אויך אזא איינער פאר מיין זיידע זז"ג, ער האט זייער אסאך צו דערציילען. אויב איינער וויל זיך אראפזעצען מיט אים, קען מיר קאנטאקטען אין אישית. ייש"כ.
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

איך מיין אז איר זאלט קאטאקטן הרב פריעדמאנן שליט"א

ער וואלט לכאורה געווען דער בעסטער קאנדידאט פארדעם
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

יוסלמאן האט געשריבן: אין מאנסי איז דא א אינגערמאן ר' אהרן בנציון ווידער (ער איז א מעמבער אויפ'ן לאקאלן סקול באורד) וואס גייט שטארק נאך פרטים איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

דאכט זיך אז אויף קול מבשר איז דא א לינק צו קול מאנסי ווי ער פארציילט פון די קריג.

דער אינגערמאן גייט ארום רעדן מיט עלטערע אידן (כ'האב שוין איינמאל בייגעוואוינט אזאנס) און ער ווידיאו רעקאדירט עס, ער פלאנט ארויסצוגעבן אדער א ווידיאו אדער א בוך, קען איינער דערגיין מער פרטים? ער דארף צו האבן א אוצר מלא איבער די צווייטע וועלט קריג, ובעיקר וועגן די לאגערן.

אויב איינער ווייסט מער ביטע לאזט אייך הערן.


כ'האב גערעדט מיט אים די וואך, און ער זאגט אז מ'גייט עפענען אויף קול מבשר (שוין די קומענדיגע וואך) א נייע אפטיילונג פון אינטערוויו'ס נאר מיט עלטערע אידן איבער די קריג אד"ג.
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אורח האט געשריבן: איך מיין אז איר זאלט קאנטאקטן הרב פריעדמאנן שליט"א

ער וואלט לכאורה געווען דער בעסטער קאנדידאט פארדעם


יא, כ'פראביר אים יעצט צו קאנטאקטן (שכוח קרעמער און שאץ), אבער דאס וועט מיך אפקאסטן אסאך געלט?
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

שעמט אייך נישט אין פרעגט אים אלעס איך גלייב אז ער וועט אייך אויף אלץ ענטפערן
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
ווייס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייס »

די לעצטע וואכן האב איך געהאט א ביכל, וואס איז א חלק פון דעם ספר. יישר כח פאר ידידי היק"ר נ"י וואס האט משתדל געווען ביי הרב פרידמאן איך זאל עס באקומען. די סיבה פארוואס כ'האב עס באקומען איז, אז איך גלייך די זאכן און איך האב פארגעשלאגן צו העלפן עס מגיה זיין, אדער צוצולייגן הערות. וכן עשיתי.

דאס איז א זעלטענער צוזאמענשטעל פון אלגעמיינע פאקטן איבער די מלחמה, די געשעענישן און די לאגערן, שמועסן מיט זקנים לאוי"ט פון מערערע מקומות, באקאנטע און אומבאקאנטע אנעקטאדן (צ.ב.ש וואס איינער האט שוין דערמאנט, דער ציון פון רבי'ן ר' אלימלך זי"ע) וכד'.

עס איז אפשר נישט פארהאן שמועסן מיט גענוג "היימישע" אידן מקרב עירנו ובתי מדרשינו. אפשר ווילן די אידן זיך נישט לאזן אנטערוויוען? (פון די 15 שמועסן וואס איך האב אין מיין ביכל זענען אפשר 10 פון מענטשן וואס איך קען נישט. הגם חסידי'שע אידן, אבער נישט אזא איינער צ.ב.ש. ווי ר' יאסל סאקס לאוי"ט...)

איך גלויב אז אויב איינעמ'ס זיידע וויל זיך אוועקזעצן, און ער האט וואס צו דערציילן, וועט הרב פרידמאן דאס גערן טאן. (זיין נומער איז 388-0041).

נאך א הערה: אפשר זאל הרב פרידמאן מאכן א באזונדערער חלק פון די הצלה פון די באקאנטע רבי'ס, ווי סאטמאר, בעלז, גור וכד'. איך האב געהערט אז דער ביכל וועט עס האבן, אבער איך האב עס נישט געזען אין מיין חלק. (קען זיין אין אנדערע חלקים).

מיינע פארשלאגן פאר א גוטן נאמען:
"די לעבעדיגע קדושים דערציילן"
"איבערגעלעבט און אויפגעבויט"
"הרואה ביישובן ובחורבנן אומר"
"קדושים בחייהם ובמותם"
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א ביכל דארף האבן א קורצער נאמען וואס זאל זאגן וואס דער ביכל איז, כ'קלער אז אפי' אזא נאמען ווי "איבערגעלעבט" וואלט געזאגט אסאך.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אפשר אזא נאמען ווי?
קדש את שמך
און אונטער איר מיט קלענער ווערטער
על ידי מקדישי שמך
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

אדער "ובישיעתך תרום" אין מיט קליינע ווערטער ותגביע קרנינו
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”