דיונים ועיונים במגילת אסתר

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע:אין מארמאראש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיגוט »

קעניגזאן האט געשריבן: עס איז לעצטענס ערשינען א הערליכער ליקוט אויף מגילת אסתר געקליבן דורך א בעלזער אינגערמאן. דארט זעט מען אויך אסאך מדרשים, אז אחשורוש האט גענומען נשיאות און בתילות, ער האט נישט מבחין געווען בין נשיאה ובתילה, ולא עוד אלא בכל לילה וישכב עמו בתילה או נשיאה אחרת.

כמדומה שרש"י כתב כן על אסתר שטעם איזה טעם שרצה
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

אנעים זמירות האט געשריבן:
מגיני ארץ האט געשריבן: כ'האב געפרעגט די קשיא אפאר יודען, גיזוכט אין ספרים, נישט געפונען גארנישט.


די האר פון קאפ האבען זיך אויפגעשטעלט ווען איך האב דאס געליינט.

[ויאהב המלך את אסתר] מכל הנשים. הבעולות, שאף נשים בעולות קבץ. (רש"י מגילת אסתר).

ער האט טאקע גענומען אויך בעולות אבער דאס מיינט נישט נשואות - די האר קען זיך צוריק אראפלייגן.
אבער יעצט האב איך געזען אין מנות הלוי ווי ער ברענגט אז זייער אסאך מפרשים ווילן טאקע זאגן אנדערש ווי די הייליגע חכמים, אין זיי זאגן אז זי איז געווען א פנויה אדער העכסטנס אן ארוסה, אבער נישט קיין נשואה ווייל ווי קען מען זאגן אז די גזירה איז געווען אויך אויף הנשואות. אבער ער זאגט אז מ'זאל זיך נישט אוועקרירן פון חכז"ל אז ער האט אויך מקבץ געווען נשואות.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דא האט איר נאך ענינים איבער פורים ומגילת אסתר
וגם אנכי הקטן כתבתי שם כמה דברים
וקשה עתיקי מחדתי להעתיקם משם
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=100
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

דער חת"ס האט א מהלך אז מפשטת בנות ישראל מיינט אז ושתי האט איינגעפירט פריצות'דיגע מאדעס ביי יודישע פרויען, אשר ע"כ האבען די מענער נישט געקענט זינגען זמירות שב"ק אינדערהיים. ביום השביעי זענען די פרויען אבער געזעצן ביים סעודת ושתי און די ערליכע יודען וועלכע זענען נישט געגאנגען צום סעודת אחשורוש האבען יא געזינגען זמירות. דערפאר איז מדויק דער גמרא אז די מלאכים האבען פארגליכען יודישע סעודות וואו מען זינגט שירות ותשבחות צו גוי'אישע סעודות וואו מען איז עוסק אין ניבול פה.

האב איך געהערט אמאל א שיינע הוספה פון ר' שמואל ישעי' ווייסמאן שליט"א פון לונדון, אז דערמיט קען מען טייטשען די צוויי נסחאות להיות כל איש שורר (שין ימנית) און שורר (שין שמאלית). טאמער וועט דער מאן געוועלטיגען אינדערהיים און איינפירען צניעות'דיגע קליידער, וועט ער קענען זינגען (שורר) שירות ותשבחות צו השי"ת.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

אסתר ירקרוקת היתה אלא שחוט של חסד משוך עליה, זאגט רש"י "מאת הקב"ה לכך נראית יפה לאומות ולאחשורוש". שפעטער ווען זי איז אריין צו אחשורוש שטייט, ג' מלאכי השרת נזדמנו לה באותה שעה א' שהגביה צוארה וא' שמשך עליה חוט של חסד וא' שמתח את השרביט. קודם איז דאך אסתר אלס געווען "חוט של חסד משוך עליה" צו וואס האט אויסגעפעלט יעצט עקסטער? ועוד רש"י זאגט "מאת הקב"ה" אין דא איז עס געגאנגען דוקא דורך מלאכי השרת?

גמ' יב: אמר רב כהנא מכאן שהדיוט קופץ בראש, וברש"י שממוכן היה קטן שבכולם שהרי נמנה האחרון. לכאו' וואס מיינט דאס מכאן שהדיוט וכו' וואס קומט דאס צו לערנען? שפעטער שטייט ווען התך האט נישט געוואלט צוריק גיין צו מרדכי שטייט מכאן שאין משיבין על הקלקלה, אן הוראה אז מ'זאל טאקע נישט טון אזוי, אבער וואס וויל ער מיט דעם מכאן שהדיוט קופץ בראש, אן הוראה אז מ'זאל אזוי טון?
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע:ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מגיני ארץ האט געשריבן: אסתר ירקרוקת היתה אלא שחוט של חסד משוך עליה, זאגט רש"י "מאת הקב"ה לכך נראית יפה לאומות ולאחשורוש". שפעטער ווען זי איז אריין צו אחשורוש שטייט, ג' מלאכי השרת נזדמנו לה באותה שעה א' שהגביה צוארה וא' שמשך עליה חוט של חסד וא' שמתח את השרביט. קודם איז דאך אסתר אלס געווען "חוט של חסד משוך עליה" צו וואס האט אויסגעפעלט יעצט עקסטער? ועוד רש"י זאגט "מאת הקב"ה" אין דא איז עס געגאנגען דוקא דורך מלאכי השרת?


אסתר האט אלגעמיין נישט געברויכט דעם חוט של חסד ווייל והנערה יפת תאר וטובת מראה, חוץ ווען אויסערליכע אומשטענדען האבען צוגענומען איהר נאטורליכען חן. צ.ב.ש. ווען ותלקח אסתר בע"כ צום ערל טמא, נאך א יאר זיך אויפהאלטען ביי איהם אין פאלאץ, איז געוועהן קענטליך איהר איבעל און ווייטאג, דערפאר האט אויסגעפעלט אן עקסטערע חוט של חסד. אויך ביים ויהי ביום השלישי ווען זי האט שוין געפאסט צוויי-דריי טעג (כמה שיטת בזה) און זי איז געוועהן שטארק דערשראקען האט זיך גענויטיגט אן עקסטערע חוט של חסד, מער ווי פריער.

מאת הקב"ה מיינט נישט אז עס איז נישט געוועהן ע"י מלאך, ווייל בלויז ג' מפתחות זענען ביד הקב"ה.


היינט געהערט פון א יוד א רמז אז מען דארף גיין נאך געלט אום פורים. מיטות זהב וכסף - [מען דארף] בעטען [פאר] גאלד און זילבער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך.(ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

רב טקסט האט געשריבן: אין דרשות חת"ס שטייט אז די תענית אסתר וואס אונז פאסטן איז ווייל די קטרוג ווערט יעדעס יאר נתעורר בו ביום.

אזוי שטייט אויך אין ישמח משה (על נ“ך) מובא בדברי יואל (פרשת צו דף קנד)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

פשטות איז אז אסתר נאטירליך לפי פשוטו של מקרא איז געוון א יפת-תואר,
און ע"פ חז"ל ירקרוקת.
ע"פ חז"ל איז זי נישט געווען א יונגע נערה, און מיט אלץ איז זי גענומען געווארען צו אחשורוש
דא אריינגיין צו אחשורוש האט זי געדארפט עקסטערע ניסים
[וואס איז פשט 'רעזשווילקע'? ס'דא אויך אין ארץ-ישראל? שולחן ערוך אורח חיים הלכות שבת סימן שב סעיף א
הגה: וכ"ש שאסור לנער בגד שנשר במים או שירדו עליו * (ג) גשמים. ודוקא בבגד (ד) ב חדש שמקפיד עליו, (כל בו).
ועדיין מהו 'רעזשווילקע'? ]
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רכבת הקלה »

אליהו האט געשריבן: .

פינקט לעצטנס זיך אנגעשטויסן אין אייער דקדוק אשכולות. איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. נישט געוואוסט אז איר דרייט זיך נאך דא.
חדש ימינו כקדם.......
אליהו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 02, 2009 8:37 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו »

אין אמת'ן האב איך נישט קיין צייט צו דעם.
איך וואלט גיוואלט צוריק-קומען צו די דקדוק אבער איך בין פראנומען.
אפשר ועעל איך פארט זען וואס צוטאהן
שיין צו זעהן א לעבעדיקן פארום
גרויס הצלחה!
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

אסתר א ניכטע אדער א שוועסטער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן
כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז
וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות?
די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: אסתר א ניכטע אדער א שוועסטער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

ליגט מיר אין קאפ אז עס איז א מדרש אדער תרגום שני.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אסתר א ניכטע אדער א שוועסטער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

סיגוט האט געשריבן:
קעניגזאן האט געשריבן: עס איז לעצטענס ערשינען א הערליכער ליקוט אויף מגילת אסתר געקליבן דורך א בעלזער אינגערמאן. דארט זעט מען אויך אסאך מדרשים, אז אחשורוש האט גענומען נשיאות און בתילות, ער האט נישט מבחין געווען בין נשיאה ובתילה, ולא עוד אלא בכל לילה וישכב עמו בתילה או נשיאה אחרת.

כמדומה שרש"י כתב כן על אסתר שטעם איזה טעם שרצה

א אפענע גמרא אין מגילה.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איז מיר איינגעפאלן בדרך צחות צו פארענטפערן די גרייזיגע נוסח הן הדסה, ווייל ס'דא נ"ה מאל די ווארט אסתר אין די מגילה.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אסתר א ניכטע אדער א שוועסטער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

שם התלמוד האט געשריבן: עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן
כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז
וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות?
די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״

אין די מגילה (קאפיטל ב' פסוק ז' ופסוק ט“ו) שטייט בת דודו
אבער אין תרגום ראשון (ז' ו') תרגום שני (ב' ז') אבע“ז (ח' א') פירוש המיוחס להרמב“ם (ח' א' ובפסוק ח') מנות הלוי (ח' א') סידור היעב“ץ ועיון תפלה שבסידור אוצר התפילות בקרובץ לפורים בברכת שים שלום מהרש“א (מגילה טז.) יערות דבש (ח“ב דרוש י“ג) פוקד עקרים להגר“צ הכהן ז“ל (אות ה') ובספרו רסיסי לילה (אות נ“ב) שטייט אז מרדכי איז געווען איר פעטער וצ“ע (ספר פרסומי ניסא פי“ג אוצר המנוצר אות ק“ט)
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: אסתר א ניכטע אדער א שוועסטער קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

יעדער האט געשריבן:
שם התלמוד האט געשריבן: עס ווינדערט זיך א פראגע ביי מיר גאר א לאנגע צייט זיך איך איינער וואס קען מיך ארויסהעלפן
כידוע ווען אונז זענען געווען קינדער ווי אויך היינט יעדע טעיפ אדער CD וכדו׳ וואס פארציילט די מעשה פון מגילה זאגן אז מרדכי הצדיק איז געווען א פעטער פאר די צדיקת אסתר, אבער אויב קוקט מען אריין במגילת אסתר שטייט בפירוש אז אסתר איז געווען בת דודו דאס מיינט א טאכטער פון זיין פעטער דאס מיינט א שוועסטער קינד, קאזין בלע״ז
וויל איך וויסן איז דא עפעס מקורות אז מרדכי איז געווען איר פעטער אדער איז עס איינע פון די וועלט טעותים? און אויב איז עס א טעות פון ווי נעמט זיך די טעות?
די פסוק אין מגילה איז ויהי אמן את הדסה היא אסתר ״בת דדו״

אין די מגילה (קאפיטל ב' פסוק ז' ופסוק ט“ו) שטייט בת דודו
אבער אין תרגום ראשון (ז' ו') תרגום שני (ב' ז') אבע“ז (ח' א') פירוש המיוחס להרמב“ם (ח' א' ובפסוק ח') מנות הלוי (ח' א') סידור היעב“ץ ועיון תפלה שבסידור אוצר התפילות בקרובץ לפורים בברכת שים שלום מהרש“א (מגילה טז.) יערות דבש (ח“ב דרוש י“ג) פוקד עקרים להגר“צ הכהן ז“ל (אות ה') ובספרו רסיסי לילה (אות נ“ב) שטייט אז מרדכי איז געווען איר פעטער וצ“ע (ספר פרסומי ניסא פי“ג אוצר המנוצר אות ק“ט)

א דאנק
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיס האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 26, 2010 9:08 am
וואו אין די מגילה שטייט אז מען האט גע'הרג'עט ושתי?
אין די מגילה אליין שטייט עס טאקע נישט אבער אין גמרא און אין מדרשים שטייט עס בפירוש

אבל י“א אז מען האט איר נישט ממש געהארגעט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אין תרגום שטייט קאפיטל ב' פסוק א'

בתר פתגמיא האלין כד פח ואשתדך מרוית חמריה וכד נח תקוף רוגזיה דמלכא אחשורוש שרי למדכר ית ושתי מתיבן רברבנוי וכן אמרין הלא את הוא דחיבת עלה דין דקטול על מה דעבדת אמר להון מלכא אנא לא גזרית למקטלה אלהן די תעול קדמי ולא עלת ופקדית למעדי מנה מלכותא אמרו ליה לא הכי אלהן דין דקטול גזרת עלה בעטת שבע רברבניא מן יד תקוף רוגזיה וגזרי למהוי צליבן שבעא רברבניא על צליבאאז אחשוורוש האט געהאנגען די שבעת שרי פרס ומדי.


אין קאפיטל א' פסוק ט"ז זאגט די תרגום ואמר ממוכן הוא המן בר בריה דאגג רשיעא.

קען זיין מען פרעגט שוין די קשיא, לכאורה וויאזוי האט המן איבערגעלעבט אויב אחשוורוש האט יעדן געהאנגען.
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הגרח"ק בספרו טעמא דקרא ענטפערט.. אז המן האט דעמאלטס זיך געטוישט נאמען פון ממוכן צו המן.. און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פון דעם גזר דין..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כפרה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3793
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 3:22 pm
הגרח"ק בספרו טעמא דקרא ענטפערט.. אז המן האט דעמאלטס זיך געטוישט נאמען פון ממוכן צו המן.. און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פון דעם גזר דין..
און אחשוורוש האט נישט געכאפט אז דאס איז דער זעלבער ממוכן?
שטיצט די געשעפטן וואס לייגן די פרייזן אויף די שעלפ'ס.
#ווייז-די-פרייז
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 6:48 pm
אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 3:22 pm
הגרח"ק בספרו טעמא דקרא ענטפערט.. אז המן האט דעמאלטס זיך געטוישט נאמען פון ממוכן צו המן.. און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פון דעם גזר דין..
און אחשוורוש האט נישט געכאפט אז דאס איז דער זעלבער ממוכן?
די גזר דין איז בטל געווארן ווייל ס'איז געווען אויף ממוכן נישט המן.

ער האט אויסגעשפילט די סיסטעם.
אוועטאר
איש ציון
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
לאקאציע:רפיח, ארץ ישראל

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ציון »

ווער האט למעשה מחבר געווען די נוסח פון שושנת יעקב (בנוי על פי חז"ל)?
אויב ברויכט איר א ויזה אין ארץ ישראל דאן פארבינד אייך אין אישי.
אזוי אויך העלפן מיר מסדר ביטוח לאומי, מיר נעמען אראפ שווארצע זיגלעך פון מדינת ישראל וכדומה.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אגב האב איך געזעהן ברענגן אז הרה'ק מהר''א מבעלז זי''ע האט געקלאפט ווען מ'האט געזאגט ממוכן , ווייל ממוכן הוא המן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים במגילת אסתר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כפרה האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 6:48 pm
אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2024 3:22 pm
הגרח"ק בספרו טעמא דקרא ענטפערט.. אז המן האט דעמאלטס זיך געטוישט נאמען פון ממוכן צו המן.. און אזוי האט ער זיך ארויסגעדרייט פון דעם גזר דין..
און אחשוורוש האט נישט געכאפט אז דאס איז דער זעלבער ממוכן?

ער זאגט דארט אז לויט ווי עס קוקט אויס האט איהם אחשורוש נישט אזוי גוט געקענט, און דערפאר האט ער זיך געקענט באהאלטן מיט אן אנדערע נאמען.


לויט דעם רח"ק וועט אויסקומען אז דאס איז טאקע געווען איינע פון די סיבות פארוואס אחשורוש האט געהייסן הענגען המנ'ען.. ווייל די גמרא (מגילה טז.) זאגט אז אסתר האט געזאגט 'צר זה אינו שוה בנזק של מלך, איקני בה בושתי וקטלה, השתא איקני בדידי ומבעי למקטלי'.. קומט אויס אז זי האט איהם דא מגלה געווען אז דער איינער וואס האט זיך ארויסגעדרייט דעמאלטס איז גאר אונזער המן..

און דאס זאגט די גמרא ווייטער.. 'וחמת המלך שככה שתי שכיכות הללו למה וכו' ואמרי לה אחת של אסתר ואחת של ושתי'.. ווייל נאר יעצט האט ער זיך בארואיגט, האבנדיג געטראפן דעם אנטרונענעם, און מקיים פסק געווען מיט איהם.


ובזה יתיישב ג"כ דאס וואס אלע פרעגן, וואס האט אחשורוש זיך אזוי געוואונדערט 'מי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן', ווען ער איז געווען דער שר המסכים אויפ'ן גזירה.. נאר ער איז ווילד געווארן נאכ'ן וויסן די לעצטע ניין יאר אז איינער האט זיך ארויסגעדרייט פונעם עונש.. און דא זאגט אסתר אז זי ווייסט ווער עס איז.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”