רבי חנני' יו"ט ליפא דייטש זצ"ל "דער העלמעצער רבי" - א’ חשון תשנ”א
זיין מוטער מרת רחל מלכה ע"ה איז געווען א טאכטער פון הרה"ח המפורסם רבי שלום יוסף וויינבערגער ז"ל פון מונקאטש.
ער האט נאך געהאט די זכי' צו זען הרה"ק בעל דרכי תשובה ממונקאטש זי"ע; הרה"ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ביי וועם זיין פאטער רבי שמואל אהרן איז געווען יד ימינו ונאמן ביתו; געווען א מקורב ביי הרה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל, און געגעסן ביי אים 7 יאר.
ער איז געווען א תלמוד פון הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש זצ"ל הי"ד אב"ד אוהעל; דערנאך האט ער געלערנט אין האנשאוויץ ביי הגה"צ רבי יואב אדלער זצ"ל, ווי אויך ביי הגה"צ רבי שאול בראך זצ"ל אב"ד קאשוי.
פון דארט איז ער געפארן לערנען אין די גרויסע ישיבה אין מאד, ביי דעם גאון הדור רבי מרדכי לייב ווינקלער זצ"ל בעל לבושי מרדכי, וואו ער האט געלערנט פאר 4 יאר. ער איז געווען יד ימינו וחביב מאוד ביי זיין רבי'ן דער לבושי מרדכי, און באקומען די הורמנא פון אים.
שנת תרצ"ג האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדיקת מרת לאה ע"ה, די טאכטער פון הגאון המפורסם רבי יוסף אבעלעס זצ"ל אב"ד שאללא, אויבער אונגארן.
שנת תרצ"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס דומ"ץ אין דאבישנא, סלאוואקיי, ביז תש"ה. ביים סוף פון די מלחמה.
ער האט אין די מלחמה יארן מיטגעמאכט תלאות ויסורים, זייענדיג באהאלטן אין א בונקער 6 חדשים צוזאמען מיט 4 קליינע פיצלעך קינדער. ער האט צוגעזען ווי זיין קהילה און דיינות-פאסטן איז חרוב געווארן דורך די נאציס ימ"ש. ער אליין איז אויך דורך שבעה מדורי גיהנם, און בחסדי ה' האט ער זיך באוויזן צו ראטעווען מיט זיין גאנצע בני בית.
שנת תש"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב געווארן אין קיראלי-העלמעץ, טשעכיי, וואו ער האט אנגעפירט מיט'ן רבנות. ער איז נאך די מלחמה געווען פון די געציילטע רבנים אין סלאוואקיי, אויף וועמען עס איז געפאלן דער עול מתקן צו זיין הדת על תילה.
גלייכצייטיג האט ער דארט -אלס הכרת הטוב צו די חסדי ה' וואס ער איז ניצול געווארן מחיים למות- אנגעהויבן עוסק זיין ראשו ורבו אין די די ענינים פון טהרת המשפחה.
שנת תש"ח האט ער אנגעהויבן אין קאשוי ארויסצוגעבן די ערשטע חלקים פון זיין ספר "טהרת יום טוב" וואס האט געמאכט א שטארקן רושם צווישן די רבנים און לומדים.
שנת תש"ט איז ער אנגעקומען קיין אמעריקע און ער האט זיך באזעצט אין קליוולאנד, אהייא. ער איז נתקבל געווארן אלס רב אין די קהילה "בני אמונים" אין קליוולאנד. מרן רביה"ק מסאטמאר איז שנת תשי"ג געווען צו גאסו אויף א שבת אין קליוולאנג און ער געהאט זיין ווארימע אכסני' ביי דעם העלמעצער רבי'ן זי"ע.
דער רבי איז ארומגעפארן איבערן גאנץ לאנד מחזק זיין און בויען מקוואות, ווי ער האט באקומען שטארקע שטיצע פון אלע גדולים פאר זיין הייליגע ארבעט.
אזוי אויך האט ער דא פארענדיגט ארויסגעבן זיינע ספרים טהרת יו"ט אויף אלע אירע 20 בענדער. וואס איז א אוצר יקר פון די שווערסטע און הארבסטע שאלות וואס קומען אויף מיט דער היינטיגער, מאדערנער, טעכנישער פארשריט אין דער וועלט.
די 40 בענדער טהרת יום טוב, בכל מקצועות השו"ע, איז א קלאר עדות איבער דעם שטורמישן און פרוכטבארן לעבן פון דעם אדם הגדול בענקים.
תשכ"ב האט זיך דער העלמעצער רבי אריבערגעצויגן קיין ברוקלין און זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, וואו ער האט געגרינדעט דאס ביהמ"ד קהל זרע יצחק דהעלמעץ אויף 119 פען סטריט וואו ער האט אויך אויפגעבויט א מקוה טהרה.
ער האט אויך געגרינדעט אין ירושלים א "כולל טהרת יום טוב" וואו עס לערנען צענדליגער אינגעלייט בעניני מקוואות מתוך הדחק, פאר וועלכער דער העלמעצער רבי איז געווען דער נשיא ופטרון.
דער העלמעצער רבי איז אוועק שבת פרשת נח ר"ח חשון שנת תשנ"א און עלטער פון 82 יאר.
זי"ע
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)