א שיינע מעשה פונעם צדיק
רבי ליב שרה'ס האט ווי באקאנט, פיל עוסק געווען אין פדיון שבוים, אויסצולייזן געפאנגענע און צו באפרייען פארשלאסענע אין טורמעס. ער פלעגט אויך פאָרן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים נסתרים. פלוצים און אומפארהאפט פלעגט ער אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת עס איז דארט נחוץ געוועהן א גרויסע ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער גלייך נעלם געווארן ועקבותיו לא נודעו.
אין איינער פון זיינע וואנדער וועגן איז רבי ליב שרה'ס אנגעקומען אויך קיין אונגארן. גייענדיג אויף א פוסט פעלד הינטער די טאקאיער בערג, נעבן א וואסערל, האט ער דארט דערזעהן א קליין אכט יעריג קינד, וועלכער געבט אכט אז די גענז זאלען זיך נישט צו ווייט פארשפרייטען. דאס אינגעל איז געזעסען און געזונגען שיינע לידער מיט גרויס מתיקות. רבי ליב שרה'ס האט גלייך דערפילט א שיין פון א הויכע נשמה אינעם קינד, און ער האט באשלאסען צו נעמען דאס קינד צו זיך.
האט זיך רבי ליב שרה'ס געוואנדען צו אים – פארוואס דארפסטו פאשען גענז, און פארוואס לערנסטו נישט אין חדר?
ווייל מיין מאמע איז אן ארימע אלמנה, און איז נישט ביכולת צו צאהלן פאר'ן מלמד דעם שכר לימוד. און איך דארף צוהעלפען צו דער פרנסה אינדערהיים – האט דאס יונגעל געענטפערט.
רבי ליב שרה'ס האט זיך צעשמועסט מיט דעם קינד, און אלץ מער און מער געבליבען פארוואונדערט זעענדיג פאר זיך א קלוג קינד מיט א גרויסע נשמה.
ביני לביני איז די צייט פאראיבער, די זין האט שוין אנגעפאנגען ארונטערגיין, און די גענז האבן אנגעהויבן צו גיין אהיים. רבי ליב שרה'ס האט באגלייט דעם קליינעם אייזיק'ל ביז אהיים, און ער האט מסביר געוועהן פאר דער אלמנה, אז איר קינד איז ביכולת אויפציוואקסען א גדול בישראל, און ס'איז א שאד אז ער זאל נישט לערנען תורה. רבי ליב שרה'ס האט געבעהטן די מוטער, אז זי זאל איבערגעבן פאר אים דאס קינד, ער וועט זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים, און ווען דאס קינד וועט ווערן גרויס, וועט ער צוריק אהיימקומען, און ער וועט מיט זיין תורה באלייכטען גאנץ אונגארן.
די אלמנה האט מסכים געווען, און דאס קינד איז מיטגעגאנגען מיט רבי ליב שרה'ס. מיט א צייט שפעטער האט רבי ליב שרה'ס אים איבערגעגעבן צום גאון וצדיק דער רבי ר' שמעלקא הורוויץ מניקלסבורג זצוק"ל, צו לערנען אין זיין ישיבה. דארט האט זיך מיט אים באקאנט געמאכט דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל, וועלכער האט אים מיטגענומען קיין ליזענסק, און דארט האט זיך דער יונגערמאן אנגעזאפט מיט תורה, חסידות און יראת שמים.