מיללער האט געשריבן: שלום ביילין פון אירקוטסק (מזרח סיביר) האט בשנת תרפ"ג אפגעשריבן א זאמל-בוך איבער אידישע שפריכווערטער, און ער האט עס אפגעשיקט קיין ניו יארק פאר דעם באקאנטן שפראכנמייסטער אכלסנדר הארקאווי (הרכבי).
איך ווייס נישט צו די בוך איז אמאל געדרוקט און וואס מיט דעם ביילין (ער זעהט אויס אן ארטאדאקסישער איד, אין די הקדמה שרייבט ער א ייש"כ פאר ר' נטע אלעווסקי דער ארטיגער רב) , אבער דער כת"י איז איבערגעלביבן און עס איז לייכט צו ליינען, עס פארמאגט זיסע זאכן פאר ווער עס גלייכט די אמאליגע ענינים.
ליינט און לאכט
http://hebrewmanuscripts.org/hbm_1228.pdf
כהאב זייער ליב די סארט געשרייבעכצער. איבער הויפט עס איז איידל געשריבן. איז דאס געדרוקט געווארן?