סעלמאן פיש שערורי'

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

יהיה כן, אויב איר ווייסט נישט, העדה האט א פיינע הכשר, זיי האבן הונדערטער משגיחם און זיי האבן נישט מורא אראפצונעמן א הכשר. ליידער ליידער האט א פרענק אין אר"י, א בעסערע הכשר ווי א סאטמערער אין יו.עס..
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוסלמאן האט געשריבן: יהיה כן, אויב איר ווייסט נישט, העדה האט א פיינע הכשר, זיי האבן הונדערטער משגיחם און זיי האבן נישט מורא אראפצונעמן א הכשר. ליידער ליידער האט א פרענק אין אר"י, א בעסערע הכשר ווי א סאטמערער אין יו.עס..


אה, דיין כונה איז מען זאל אהער ברענגען די סטאנדארטן בכשרות פון דארט, איא
דעמאלטס אנטשולדיגט מיר, כהאב נישט פארשטאנען דיינע ווערטער,
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

יוסלמאן האט געשריבן: ווי א סאטמערער אין יו.עס..

ענד קענעדע?..
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

יוסלמאן האט געשריבן: לאמיר האפן אז ס'איז נאר דער אנהייב פון טראנספארמירןדעם כשרות סטאנדארט פון העדה, ס'שוין העכסט צייט!

צ"ל טראנספארטירן.

און דערמיט איז די מיספארשטענדעניש מיט יהי כן געלעהזט.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

פאכמאן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן: לאמיר האפן אז ס'איז נאר דער אנהייב פון טראנספארמירןדעם כשרות סטאנדארט פון העדה, ס'שוין העכסט צייט!

צ"ל טראנספארטירן.

און דערמיט איז די מיספארשטענדעניש מיט יהי כן געלעהזט.


שויקעך פאכמאן.

ס'אפשר ווערד א שמועס צו טאן וועגן אראפנעמן אן השגחה. ווען איינער נעמט אראפ א השגחה דארף א איד – כ'רעד א איד וואס מיט א ברייטע ביבער היט – זיכער מחמיר זיין. איבערהויפט ווען דער בעל מכשיר איז א היימישער.

אני לכשעצמי – אן נעמן – קויף נישט קיין שום פראדוקט פון א קאמפעני ווי מ'האט אראפגענומען דעם הכשר ווילאנג ס'האט דער אלטער בעה"ב.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יוסלמאן, דו לעבסט אפשר אויף אייער מיט דזשעק און דזשיל קוקיס ?
אפשר זאגסטו מיר וויאזוי עס איז מעגליך, ליידער, דא אין אמעריקע נישט צו עסן פון א פירמע וואס מען האט אראפגענומען די אלטע הכשר?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שוועמל האט געשריבן: וואס האמיר צו רעדן, קען איינער אהערשאפן עפעס א בריוו פון א בעל מכשיר????

אלף בית;
צוויי יאר נעמט פון אר"י ביז אמעריקא? וועלכע וואלקעינא איז דארט געווען?
וואו איז דא איין בריוו פון א ארץ ישראל'דיע בעל מכשיר?

כ'אב מורא ס'יז נישט מער פון נאך א קאקאו מעשה.

כהאב געהערט פון איינעם וואס האט געפרעגט ר' שמואל שטערנפעלד פון די וועד הכשרות שע"י העדה החרדית, טאקע די פראגע פארוואס די עדה גיט נישט ארויס קיין בריוו.
האט ער גע'ענטפערט אז ספעלט נישט אויס קיין בריוו.
אויף קענס געבן זיי נישט קיין הכשר, און אין געשעפטן גיבן זיי אכטונג מזאל נעמען פון די פלעצער וואס איז נישטא די שאלה.
(עפעס יעדע אינגרידיענט וואס עדה החרדית באשלוסט נישט צו ניצן דארפן זיי ארויסגעבן א בריוו)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יוסלמאן האט געשריבן: אני לכשעצמי – אן נעמן – קויף נישט קיין שום פראדוקט פון א קאמפעני ווי מ'האט אראפגענומען דעם הכשר ווילאנג ס'האט דער אלטער בעה"ב.

אפילו סהאט יעצט א השגחה פון א גוטן הכשר
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

Wednesday, April 28, 2010, Noon ET:

Opening Up a Can of Worms: The Anisakis Worm in Fish
A Discussion with Rabbi Zvi Goldberg and Rabbi Mordechai Frankel

Questions are encouraged from the listening audience. You can ask questions by chat during the show. You can also email us questions prior to the show at [email protected] . The teleconference will run for about 1/2 hour.
There are two ways to join:
• Phone –call 1-218-895-1203 (if you have unlimited long distance there is no charge) and enter conference 2020#
• Online - we are video broadcasting live via the web on DimDim.

Our online system will open 15 minutes early to allow you plenty of time to get ready. If this is your first TeleKosher lecture, we recommend you come a few minutes early to familiarize yourself with the system.

Mark your calendars! STAR-K’s ongoing TeleKosher Conference Series is scheduled at noon on the last Wednesday of each month. Classes are archived at kosherclasses.org under Podcasts.

Your Kosherclasses.org team
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

יוסלמאן האט געשריבן: ס'אפשר ווערד א שמועס צו טאן וועגן אראפנעמן אן השגחה.


עס איז כדאי צו ליינען א דרשה פון הרב לנדוי פון בני ברק, וואס ער האט געזאגט נאכן אראפנעמען זיין השגחה פון די דארטיגע "שטראוס" מילכיגע פראדוקטן, איך האב ארויסגענומען א חלק פון די דרשה וואו ער רעדט ארום וועגן כשרות אין אמעריקא:

- מצב הכשרות -
הקהל מחכה לשמוע הסבר על מה שקרה באחרונה.
חזרתי לפני שבועיים מדרום אמריקה שם עשינו שחיטה לחג הפסח הבעל"ט.
ואני מוכרח לומר ולשתף את הציבור בירידת מצב הכשרות שראיתי והכאיב לי מאד ומבלי להיכנס לפרטים, כי אם נפרט יצטרך הציבור לשבת כאן עד עלות השחר... אספר רק דבר אחד:
באנו לשחוט במקום שקדמו לנו רבנים אחרים עם צוות שוחטים ומשגיחים שלהם. בשבוע הראשון שחטנו ובדקנו, והיתה כמות מועטת ביותר של חלק, אך לא לקחנו אפילו כזית אחד של בשר משבוע זה.
פשוט לא יכולנו לקחת, וזאת בגלל צורת ההנהגות וההרגלים של הפועלים המקומיים, שהורגלו כך מהצוותות הקודמות, ולדוגמא בענין חיתוך הבהמות, שחותכים אותם בשעה שכל נסורת האחוריים עם החֵלֶב נופלת על הבשר ואח"כ גוררים את הבהמות על כל הפירורים של הטריפות והחֵלֶב הנמצאים על פח נירוסטה על הרצפה.
הי' מתוכנן שצוות השוחטים שלנו נשאר במקום לקראת שבת ולא יהי' להם בשר לסעודות שבת, הצעתי להם שייקחו יד של בהמה שהיא חלק, יחתכו אותה עוד לפני שהפועלים יטפלו בה בצורה הנ"ל, וימלחו אותה במטבח ויהי' בשר לסעודות השבת. גם אחרי שבועיים וחצי שהייתי שם, עוד ניהלתי מלחמות על חיתוך החזה של הבהמה. כשמורידים חזה שלם מהבהמה נסחב איתו חלב, חוד החזה יורד לחלק האחורי.ולכן בכל מקום ששחטנו, עוד לפני שהכניסו את הבהמה לקירור, היינו עושים חיתוך עם סכין על החזה באופן כזה שהחלק האחורי לא יוכל להצטרף לחלק קדמי כדי שלא תהי' לנו בעיה ח"ו של חלב. וכאן במפעל זה, בשום אופן לא נתנו לנו.
באנו ואמרנו למפעל שאנו רוצים לחתוך את זה לפני פירוק הבהמה ולפני המליחה, כי יש חילוק גדול בבהמה אם חותכים לפני הפירוק והמליחה שאז אפשר בקלות יותר לראות היכן החלב והיכן לחתוך. ואילו בשביל לחתוך אחרי שפירקו את הבהמה לחלקים צריכים מנקר כדי לראות היכן הם המקומות שיש חלב והיכן אין, ואזי זה נעשה מסובך יותר.היות והם לא הסכימו, הוצרכנו לחתוך אחרי הפירוק ולכן חתכנו חתיכות די גדולות. עד שבסופו של דבר הגויים נכנעו והגיעו למסקנה שכדאי להם להרשות לנו לעשות את החיתוך מראש כדי לחסוך בהפסדים שלהם.
עד אמצע השבוע השלישי שהיינו שם עדיין לא נתנו לנו עוד לחתוך. וזה הי' אחרי שהיו ופעלו שם כבר צוותות אחרות.
הגויים אמרו שצוות כזה עוד לא הי' להם והם מקוים שגם לא יהי' להם בעתיד...
וכך אפשר להבין באיזה קשיים אנחנו עומדים כדי להשיג בית מטבחיים שישתף פעולה וירצה שנבוא לשחוט אצלו.
איך קורים דברים כאלו? לדאבוני הדבר פשוט מאד. מצב זה התחיל בארה"ב ומשם המשיך והגיע גם לדרום אמריקה. כאשר רב אחד רוצה לרשת הכשר של רב אחר, הוא בא ומציע למפעל, אני אתן לכם קולות, אצלי יהי' לכם יותר קל. בעל המפעל בא אל הרב ואומר, הי' אצלי רב פלוני והוא מוכן לוותר על כך וכך.
כעת הרב הזה עומד בניסיון, ושתי אפשרויות לפניו: האחת, שיאמר לבעל המפעל, תעבור עם ההשגחה לרב ההוא, אני לא יוכל לוותר על דרישות ההלכה. והאפשרות השני', המצוי' יותר לצערי, שהרב מעוניין להישאר בהשגחתו על המפעל, הוא אינו רוצה לאבד את ההכשר מפאת 'רווחים שונים', וכביכול 'אין לו ברירה' ואומר לבעל המפעל - גם אני מוותר ומסכים למה שרב פלוני מציע.
אך לדאבוננו, זה לא נשאר בויתור הראשון, אח"כ מגיע רב נוסף לאותו מפעל ומוותר ומציע גם את קולותיו שלו. עבור המפעל זה כמובן ריווחי, ושוב 'בלית ברירה' כביכול מסכים 'הרב המכשיר' לרדת אף הוא בדרישות.
וכך נעשה שלשלת שא' מתיר את דרישות קודמו והמצב כמובן נהי' גרוע ביותר. ומגיעים רח"ל לבזיונות ולחילול ה' בעיני הגויים או להבדיל בעיני אותו בעל מפעל יהודי שאינו שומר תומ"צ, שרואה ש'התורה הזאת תהא מוחלפת' תמורת בצע כסף.. גם אצל רבנים רח"ל.
אינני יכול להאריך בסיפורים רבים שקורים חדשים לבקרים, בהיותי בחו"ל בא אלי רב ירא שמיים, שאכפת לו באמת על המצב. הוא נסע ארבע שעות רק כדי להיפגש עמי כדי לשתף ולשפוך את לבו על דברים שקורים בכשרות בעירו ע"י התערבות רבנים מקילים כנ"ל.
משגיח שלי נסע כדי לבדוק בית מטבחיים בחו"ל, על מנת לברר אם נוכל לבוא לשחוט שם, וכשנפגש המשגיח במפעל עם הגוי, להבדיל, אמר לו הגוי:
"אני מבין מה אתה צריך, אני מכיר את הדרישות שאתה מחפש, אני יודע שלא תמצא כאן יותר מתשע (9) אחוז חלק! והמפעל כאן לא יעבוד על תשע אחוז".
"אבל" ממשיך הגוי ואומר, "יש לי הצעה טובה בשבילך: אם תעשה שותפות עם הרב שעובד עכשיו ושוחט כאן היום, אתה תיקח את ה 9 אחוז והוא ייקח את היתר, אז תוכלו לעבוד..."ובנוסף" אומר הגוי: "יש לי בקשה אחת, אני מבקש שתעשה את הביקור קצר, ותעזוב את בית המטבחיים".
כששאל המשגיח לסיבת דרישתו של הגוי, נענה הגוי ואמר: "כי כל זמן שאתה כאן במפעל אפילו בהמה אחת לא יצאה חלק"!... אומר לו המשגיח: "אבל אני רק 'משגיח', אני לא רב שפוסק, אני לא מסתכל על שאלות שבודקים"? עונה לו הגוי: "אכן, אבל זוהי המציאות בשטח, כל משך הזמן שאתה שוהה כאן בבית המטבחיים... (!)
בערב כאשר נפגש המשגיח עם הגוי, להבדיל, שאל אותו המשגיח מה הי' כשיצאתי? ענה לו הגוי: "כרגיל, נהי' נורמלי, 60% חלק כמו כל יום"... כך זה הולך לדאבוננו וכואב הלב לראות מה שקורה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בעבי סעלמאן איז נישט קיין סעלמאן פיש. פינטל.

עס איז א טראוט פיש וואס מען גיבט איהר א געוויסע סארט מאכל אז די פלייש פון אינעווייניג זאל באקומען די ראזע קאליר.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דע שערורי' איבער ווערים בבשר הדג, איז נישט היינט געבוירן. איבער צען יאר צוריק, האט מען אויך גערעדט פון דעם. אונזערע רבנים, די פוסקים אחרונים, אשר מפיהם אנו חיים, האבן דאס מתיר געמאכט, כמבואר בשו"ע. און זיי האבן נישט חושש געווען אויף די טעכנאלאגיע וואס זאגט אז די ווערים קומען פון אויסנווייניג. ודי בזה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

smoked salmon אדער ווי עס רופט זיך lox קןמט געווענליך נישט פון אלאסקע. ווי אויך דו סארט פיש וואס קומט פון אלאסקע זענען אביסל טייערער צוליב זייער ארגינעלער טעם, אין צוליב shipping cost.

חוץ דו סעמאן אין דו קענס, נעמט מען יא פון אלאסקע און ס'ווערט נישט טייערער דורך shipping . ווייל דו סארט געקענטע פיש קומען אלס פון דערווייטענס. און דו קאמפאניע וואס כאפט דו פיש קאכט עס נארמאלערהייט גלייך אפ, און מ'קענט עס, מ'לייגט דו סטיקערס, און אריין אין דו באקסעס אויפן שיף! אויפן וועג אהיים. דו "כאפער שיף" איז שוין עקוויפט מיט דו אלע סארטן מאכינאציעס. אפילו א האטעל האט עס אויבן (פאר דו משגיחים) אין ס'קומט נארמאלערהייט אן דא ready to eat.

אויפציהאלטן א אייגן קיטשן דו delivery מיט דו cooking און packing מאשינען, קאסט שוין סאך סאך טייערער.


אגב
אויב איז דו ווערים אין דו פיש קישקעס קען עס דו משגיח באקוקען, אין אויב איז עס אין דו פלייש פון דו פיש (אויב איר עקלט זיך שטארק, לייענט נישט ווייטער) מעג מען עס הלכה'דיג עסן.
אזוי ווי ביי דו באקאנטע sable פיש.


אלף בית

nova salmon איז נישט קיין סארט פיש!

עס איז דו סארט וועג וויאזוי ס'איז גערייכערט געווארן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

אפפס

סאכדעס האט שוין אריינגעהאקט. [בניחותא]
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

סאכדעס האט געשריבן: דע שערורי' איבער ווערים בבשר הדג, איז נישט היינט געבוירן. איבער צען יאר צוריק, האט מען אויך גערעדט פון דעם. אונזערע רבנים, די פוסקים אחרונים, אשר מפיהם אנו חיים, האבן דאס. מתיר געמאכט, כמבואר בשו"ע. און זיי האבן נישט חושש געווען אויף די טעכנאלאגיע וואס זאגט אז די ווערים קומען פון אויסנווייניג. ודי בזה.

די בוזט גערעכט. לאנג צוריק האט מען שוין גערעדט דערפון און עס איז א קלארע הלכה, אז ווען עס איז אין די בשר אין עס פון די פיש און עס נישט קיין פראבלעם. מיט עטליכע יאר צוריק האט מען זיך מער אריינגעלייגט האט מען געזען אז אפילו ווען סאיז אין די בשר קען עס קומען פון דרויסן.
איך האב געהערט פון א בעל מכשיר וואס ער האט דערציילט אז איינמאל ביים באקוקען א פיש האט ער געטראפן א ווארם האלב אין די פלייש און האלב אינדרויסן, דאס איז די גרעסטע באווייז אז דאס איז געקומען פון דרויסן און עס איז אריינגעקראכן.
אין ארץ ישראל האבן רובם ככולם פון די גדולי ישראל עס גע'אסר'ט, אנגעהויבן ביי הגרא"ש וואזנער, הגר"מ שטערנבוך, (כ'ווייס פארוואס דו בוזט זיי נישט כולל צווישן אונזערע רבנים אשר מפיהם אנו חיים) און גע'ענדיגט ביי הרב אלישב און הגר"ח קנייבסקי. און די עדה החרדית ניצט עס נישט ווי שוין ערווענט דא עטליכע מאל.

יעצט, איז דא נאך א פראבלעם. אפילו ווען די ווייסט קלאר אז סאיז נאר אין די בשר און עס איז א חלק פון די פיש, איז נאר ווילאנג עס איז אינעווייניג. איינמאל סאיז פרוש, ד.ה. אז ס'טיילט זיך אפ פון די בשר הדג איז עס אסור פונקט ווי אלע ווערים. איז ביי קענס איז עס א געוואלדיגע פראבלעם, עס איז א מציאות אז מטרעפט געהעריגע ווערים אין די קענס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

salads האט געשריבן: nova salmon איז נישט קיין סארט פיש!
עס איז דו סארט וועג וויאזוי ס'איז גערייכערט געווארן.

גערעכט.
דער אמת איז אז נאווע איז א פלאץ, פון וואו עס קומען אסאך סעלמאן פיש.
די ווארט נאווע איז אדאפטירט געווארן פאר די סארט גערייכערטע פיש (פונקט ווי לאקס איז אדאפטירט געווארן פאר גערייכערטע סעלמאן בכלל).
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך »

פסק פון הרב וואזנער, הרב אלישיב און נאך גדולי הפוסקים איבער דעם:

https://docs.google.com/viewer?a=v&pid= ... acmw&pli=1
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אורח האט געשריבן:
Wednesday, April 28, 2010, Noon ET:

Opening Up a Can of Worms: The Anisakis Worm in Fish
A Discussion with Rabbi Zvi Goldberg and Rabbi Mordechai Frankel

Questions are encouraged from the listening audience. You can ask questions by chat during the show. You can also email us questions prior to the show at [email protected] . The teleconference will run for about 1/2 hour.
There are two ways to join:
• Phone –call 1-218-895-1203 (if you have unlimited long distance there is no charge) and enter conference 2020#
• Online - we are video broadcasting live via the web on DimDim.

Our online system will open 15 minutes early to allow you plenty of time to get ready. If this is your first TeleKosher lecture, we recommend you come a few minutes early to familiarize yourself with the system.

Mark your calendars! STAR-K’s ongoing TeleKosher Conference Series is scheduled at noon on the last Wednesday of each month. Classes are archived at kosherclasses.org under Podcasts.

Your Kosherclasses.org team


רימינדער פאר היינט אווענט
אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2009 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח »

נו האט איינער מיטגעהאלטן?
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

כשרות אלערט אין 'גפן' סארדיענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

וואס פונקטליך גייט פאר?

Kashrus Alert - Insects are found in bones of 'Gefen' Sardines from portugal with bones & skin, Open fish & clean guts in order to eat it.
אטעטשמענטס
218611297.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35603
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איז גפן א בן יחיד אין דעם, קריכן טאקע די קישקע ווערעם נאר אריין אין סארדינס מיט די השגחה פון וואלאווער רב?

דאס איז לכאורה א הארבע פראבלעם, קושקע ווערעם האבן קיין היתר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6437
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

לדעתי: גפן איז איז א בן יחיד מיט אן אחריותדיגן בעל מכשיר.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שוין לאנג וואס איך האב געוואלט די מגיב זיין איך האב נאר נישט די צייט.

איך מיין אז תהלים-איד אז דיין תגיבה איז זייער נישט פאסיג און נישט אויסגעהאלטן, בעקיפין צי בארעדן אלע רבנים המכשירים, ובפרט ווען למעשה גלייב איך אז מן הסתם פאסטו נישט קיין תעניתים יעדען טאג, און די מיסט צוקימען צי עסן פון אנדערע הכשרים אויך, נישט נאר פון וואלאווער רב שליט"א, און ס'קען נאך זיין א שאלה שוי' אנפשי' חתיכא דאיסורא:wink:, און דאס מערסטע באדערט מיך אז די האט נישט גענימען די מיה צי מברר זיין פאר האסט ארויסגעשאסן אזא סטעיטמענט, איך בין געווען אין גראסערי יעצט, האב איך געקיקט אויף די סארדינס, און איך האב געזעהן אז גפן איז די איינציגסטע קאמפאני וואס זייערע סארדינס קימען פון פארטוגאל, דער וואלאווער רב שרייבט דאך ארויס קלאר אז דוקא די סארדינס פון פארטוגאל האבן דעם פראבלעם, אינטערסאנט איז אז אפילו גליקס וואס איז די זעלבע קאמפאני מאכט אויך זייער סארדינס אין מאראקא נישט אין פארטוגאל, איי וועסטו פרעגן וואס איז די חילוק? איך ווייס אויך נישט, אבער איך זעה אז דער וואלאווער רב איז מדייק פארטוגאל, (און דא שרייבט דאך אויך איינער אז נישט אלע סעלמאן האבן די פראבלעם נאר די וואס קימען פון אלאסקע).

און וועגן די סעלמאן פיש, דעם זיממער איז דא געווען הרב לאנדא פון בני ברק, האט ער געזאגט פאר האדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) אז די סעלמאן איז נישט קיין פראבלעם, און ער האט געזאגט בשם הרב וואזנער אויך אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, סתם צי באצייכענען איינער האט אמאל געזאגט אז די סבה פארוואס מען האט געגעבן די תורה אין מדבר, אז ס'באלאנגט נישט פריוואט פאר קיינעם, יעדער רב האט א רעכט צי זיין מיינונג און ער איז נישט מחויב נאכציטאנצן יענעמס ריקאלס.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2962
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

די OU האט ארויסגעגעבען אן אנדערע אלערט וועגען סארדינס
http://www.oukosher.org/index.php/consu ... s/sardines
אין כשרות מאגאזין לעצטען חודש איז עס באשריבן בטוב טעם ודעת,
איך בין נאר נייגיריג, צו פארצייטנס ווען מען האט געגעסן סארדינס בלי הכשר, צו דער פראבלעם איז געווען
עיין כאן היטב
http://www.oukosher.org/index.php/consu ... /advisory/
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”