סעלמאן פיש שערורי'

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

צווישן די שפאלטענס פון די ק.נ.א. הויפקוואטיר הערט זיך קלאנגן אז און די נאנטע טעג דארף ארויסקומען א קול קורא אינטערגעשריבן דורך די גדולי פוסקי דורינו אז מ'האט לעצטענס געפינען קליינע ווערם וואס כאפן זיך אריין אונעם גוף פונעם פיש,

און ס'קען גאר מעגליך זיין אז די באליבטע סעלמאן פיש וועט מיזן אראפ גיין פון אונזערע שבת'דיגע טישן,

מ'בעט אז דער עולם זאל נישט פארפלייצן די ק.נ.א. פאסט קעסטל מיט שאלות, ווען מיר וועלן וויסן מער וועלן מיר צווואוסן טון דעם ציבור,

געלעגער ביי די ק.נ.א. דעסק.
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

איך מיין ח"ו נישט חוזק צו מאכן און איך ווייס נישט וואס די פאקטן באמת זענען.

אבער עס ארויסגעקומען פאר אפאר יאר צוריק א נייע מין טעקנאלאטזשי, מען קען זעהן אפילו ווערים ווען זיי זענען נישטא.

וואס דא איז דער אמת ווייסעך נישט. ימים ידברו.
א חתימה ברויך מען האבן ?
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

געלעגער לויט ווי איך האב געמיינט איז די שערורי' נאר איבער די גרויסע סעלמאן נישט די בעיבי וואס באשיינען אונזער שבת טעיבל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שרעקט אייך נישט, די שאלה איז לויט וויפיל איך הער איז נאר אויף די סעלמאן וואס מיר קויפן אין די קען'ס, וואס דאס ריפט זיך וויילד סעלמאן, אבער די סעלמאן וואס מיר ניצן צום שבת'דיגן סעודה, דאס איז דערווייל ווי איך הער נישטא קיין שאלה.
----
די עולם האקט אריין, איך שיק ממילא.
אריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריאל »

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

געלעגער. יישר כח פארן מעלדן די נייעס.

די וועד הרבנים פון ק.נ.א. האט זיך אריינגעלייגט דעראון און האפענטליך וועט ארויסקומען אין די ענדע דער "יאכלו ענווים וישבעו" פסק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

צייטליך האט געשריבן: האפענטליך וועט ארויסקומען אין די ענדע דער "יאכלו ענווים וישבעו" פסק.

יעצט גערעדט מיט א פרינטער, די פיינעל צעטלעך זענען שוין אין דרוק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

מילא יאכלו ענווים העריך, אבער "וישבעו"? וויאזוי ווערט מען זאט פון ווערים?!
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

למעלה משבעים האט געשריבן: שרעקט אייך נישט, די שאלה איז לויט וויפיל איך הער איז נאר אויף די סעלמאן וואס מיר קויפן אין די קען'ס, וואס דאס ריפט זיך וויילד סעלמאן, אבער די סעלמאן וואס מיר ניצן צום שבת'דיגן סעודה, דאס איז דערווייל ווי איך הער נישטא קיין שאלה.
----
די עולם האקט אריין, איך שיק ממילא.

לאו דוקא וואס קומט אין די קענס.
עס זענען פארהאן וויילד סעלמאנס וואס שווימען פריי טיפער אין די גרעסערע וואסערן, אמאל זענען נאר געווען די סארט סעלמאנס.
שפעטער האט מען איבערגעפלאנצט די פישן אין פארם'ס - ד.ה. מהאט גענומען א שטח אינעם גרויסן ים, וואו דארטן האדעוועט מען די סעלמאנס, די פיש רופט מען בעיבי סעלמאנס. וואס רוב פון אונזערע סעלמאן פיש זענען די סארט.
די שאלה איבער די ווערים - לויט וויפיל איך האב געהערט - איז נאר אין די וויילד סעלמאן, אבער די בעיבי ווערן "געהאדעוועט" אין די א.ג. פארעם'ס דעריבער זענען ריין פון ווערים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גערעכט אז לאו דוקא די וואס קומען אין די קענס.
איך האב געמיינט צו שרייבן אז די שאלה איז נישט נוגע פאר אונז נאר לגבי די סעלמאן וואס קומט אין די קענס, וואס דאס איז יא די וויילד סעלמאן, ווייל די שבת'דיגע איז די געהאדעוועטע וואס איז נישטא די שאלה.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

כמיין אז די לאקס פיש קומט אויך פון וויילד סעלמאן. דעריבער גייט עס אריין בגדר די שאלה.


פאר די וואס ווייסן נישט, סעלמאן פיש ווערט אנגערופן אין אידיש 'לאקס', היינט צוטאג איז עס אדאפטירט געווארן צו ענגליש, אז די גערייכערטע סעלמאן ווערט גערופן לאקס
(אריין אין שפראך אשכול)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז פאהאן א חילוק צווישן 'פינק' סעלמאן און 'בלובעק' סעלמאן לענין זה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

די פיש סטארס שרייבן כסדר אז זיי האבן משגיחים וואס זענען בודק די פיש פון ווערים, אויב קען מען בודק זיין וואס דען איז דער פראבלעם דא? (פארשטייט זיך אז קענס איז נישט שייך בודק צו זיין, אבער איך רעד לויט "אלף בית" אז די שאלה איז אויך ביי אומ-גע'קענ'טע סעלמאן קען מען דאך לכאורה בודק זיין).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ר' פיש"ל: גיבט אכט, באלד וועט מען אייך ארויסשיקן...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

לידוע בעלמא.
די פראבלעם איז נישט קיין לעצטיגע פראבלעם. סגייט שוין אן איבער צוויי יאר. די עדה החרדית מאכט שוין איבער א יאר נישט קיין קענט-סעלמאן.
דאהי אין אמעריקא האט זיך עס לעצטענס אויפגעברענגט אויפן אויבערפלאך.

פישל האט א גערעכטע טענה אז מ'קען בודק זיין, און אזוי איז טאקע, מ'דארף זיין א מומחה אין דעם, און מ'דארף דורכקוקן יעדעס פישל (נישט די ניק).
ביי די קענט-סעלמאן איז פשוט נישט שייך ווייל סגייט אין ריזיגע קוואנטומס
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

יוסלמאן האט געשריבן: ר' פיש"ל: גיבט אכט, באלד וועט מען אייך ארויסשיקן...

איינער האט מיך דא גע'קען'ט????
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איינער וואס איז נישט קיין 'עניו' (אזוי ווי איך) מעג אויך עסן??
סארא גוט יאר, וואסעפעס נאר 'ענוים' מעגן און גאותנים נישט, דיסקרימינאציע,
כהאב אליינס געזעהן כמה פעמים, רבי'ס גרויסע גאותנים עסן אויך....

אגב ר' הערשל מייזליש שרייבט די וואך אין צייטונג זייער גרויס איבער דאס וויכטיגיקייט פון עסן 'נאר' ווילדע סעלמאן, ווייל די בעבי סעלמאן, לדבריו, האט נישט די זעלבע סגולות, סאו די אלע וועלכע גלייבן אין אמונת ר' הערשל מייזליש זאלן מוחל זיין זוכן א היתר
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

פישל האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן: ר' פיש"ל: גיבט אכט, באלד וועט מען אייך ארויסשיקן...

איינער האט מיך דא גע'קען'ט????

;l;p-
גראדע ביסטו גאנץ-נישט-לאנג-צוריק בא'קען'ט געווארן דא מיט דיין רייכן פעדער...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יהיה כן האט געשריבן: אגב ר' הערשל מייזליש שרייבט די וואך אין צייטונג זייער גרויס איבער דאס וויכטיגיקייט פון עסן 'נאר' ווילדע סעלמאן, ווייל די בעבי סעלמאן, לדבריו, האט נישט די זעלבע סגולות, סאו די אלע וועלכע גלייבן אין אמונת ר' הערשל מייזליש זאלן מוחל זיין זוכן א היתר

די זאך איז אזוי, נישט אלע וויילד סעלמאן האבן די פראבלעם, מהאט עס בעיקר געטראפן אין די וואס קומען פון אלאסקא. פון וואס די געקענטע סעלמאן ווערן געמאכט.

הבהרה
כהאב פריער געשריבן אז די לאקס פיש קענען אויך אריינגיין אין די שאלה דאס איז נישט אזוי, ווייל לאקס מאכט מען פון נאווע סעלמאן - ס'הייסט דאך נאווע לאקס - דאס איז פון די פארמס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס האמיר צו רעדן, קען איינער אהערשאפן עפעס א בריוו פון א בעל מכשיר????

אלף בית;
צוויי יאר נעמט פון אר"י ביז אמעריקא? וועלכע וואלקעינא איז דארט געווען?
וואו איז דא איין בריוו פון א ארץ ישראל'דיע בעל מכשיר?

כ'אב מורא ס'יז נישט מער פון נאך א קאקאו מעשה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

די עדה גיט שוין 2 יאר נישט קיין הכשר אויף געקענטע סעלמאן. (דאס איז א מציאות, אן קיין בריוו).

און פארוואס עס נעמט 2 יאר ביז א שאלה פון א"י קומט אן אהער, דאס איז א גוטע קושיא... אבער א קושיא אויף וועם?..
אוועטאר
ווילדער קאפ
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2009 2:35 pm
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילדער קאפ »

ר' שוועמל זז"ג האסטו נישט פריערט געשריבען "יעצט גערעדט מיט א פרינטער, די פיינעל צעטלעך זענען שוין אין דרוק"?
בעט דעם פרינטער א קאפי און זיי אונז אלע מזכה
"Anyone who has never made a mistake has never tried anything new."
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לאמיר האפן אז ס'איז נאר דער אנהייב פון טראנספארמירן דעם כשרות סטאנדארט פון העדה, ס'שוין העכסט צייט!
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

יהיה כן האט געשריבן: איינער וואס איז נישט קיין 'עניו' (אזוי ווי איך) מעג אויך עסן??
סארא גוט יאר, וואסעפעס נאר 'ענוים' מעגן און גאותנים נישט, דיסקרימינאציע,
כהאב אליינס געזעהן כמה פעמים, רבי'ס גרויסע גאותנים עסן אויך....


קוקט מיר אויס אז דו טייטשטס "עניו" מלשון זיך קליין האלטן, דא אבער טייטשט דאס טרויבן... ממילא קענסטו עס רואיג עסן.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוסלמאן האט געשריבן: לאמיר האפן אז ס'איז נאר דער אנהייב פון טראנספארמירן דעם כשרות סטאנדארט פון העדה, ס'שוין העכסט צייט!


??? זיי האבן זיך דען צי שעמען פון די כשרות דאהי ????
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”