סעלמאן פיש שערורי'

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

יש בו האט געשריבן: אויב שפיעלט מען זיך ארום מיט די סעלס וואס שטערן פון וואקסן שנעל,
אפשר קען דאס גורם זיין יענע מעשה?

אפשר איז כדאי צו ווארטן איינס אדער צוויי זשענערעישן'ס צו זעהן אלע סטאדיס וואס וועלן געמאכט ווערן?


יענער מעשה פאר וועם? פאר די פיש? די גראוטה הארמאון פון פיש און די גארוטה הארמאון אין מענטשען זענען אינגאנצען אנדערש. חוץ מזה וואס די הארמאון לעבט נישט איבער די באקן פראצעס, און אויב יא, לעבט ער נישט איבער די פארדייענוגס סיסטעם.
לעצט פארראכטן דורך Waukesha אום מאנטאג יוני 22, 2020 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע:עולם התורה

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Waukesha האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן: יישר כח וואקשע.

לכאורה קען מען זאגן אז די טריפה'נע חלק ווערט בטל ברוב היתר. אדער קען מען זאגן אז עס האט א דין אזוי ווי א "דבר המעמיד" אדער א דבר המחמץ כשאור וכדומה, וואס עס ווערט נישט בטל, אפילו די פיש וואלט בעצם געוואקסען, אבער די טריפה'נע חלק איז גורם אז ס'זאל וואקסען מער אזוי ווי ביי א טייג.


אחר קצת עיון זעה איך נישט אז א פראמאטער זאל לפע"ד הייסען א דבר המעמיד.

לאמיר צייגען די מציאות, הגם עס קומט לכאורה אין דער אשכול וועל איך עס אבער דא שרייבען. עס איז דא א קלאס פון ענזיימס, וואס הייסט RNA polymerase, די תפקיד פון די ענזיימס איז צו איבערשרייבען DNA צו RNA, שפעטער ווערט די RNA איבערגעטייטש צו פראטיען. איינער פון די נפלאות הבורא ווען עס קומט צו DNA, איז, אז RNA פאלימערייס קען זיך נישט סתם אזוי אנכאפן אין DNA און אנפאנגען שרייבען RNA, נאר ער מוז זיך אנכאפען אין א געוויסע שטיקעל DNA. די שטיקעל DNA, הייסט א פראמאטער, דער פראמאטער קען זיין אפען אדער צוגעדעקט, געוואנדען אין געוויסע מצבים פון די סעל. פארשטייט זיך אז ווען די פראמאטער איז צוגעדעקט, קען די פאלימערייס נישט זיך אנכאפען אין די DNA, און ער קען נישט שרייבען קיין RNA, מילא קען נישט ווערען קיין פראטיען. די מעלה דערפון איז, אז די גוף קען קאנטרילערן וועלעכע פראטיען זאל געמאכט ווערען אין וועלעכע צייט, און אז יעדער פראטיען זאל נאר געמאכט ווערען בעתה ובזמנה.

לעניננו זעט אויס אז די פראמאטער פון די אושען פאוט איז וויינגער צוגעדעקט, ווי די נאטוליכע פראמאטער מילא טוישט מען די פראמאטער, אזוי אז די RNA זאל מער געליינעט ווערען און אזוי זאל זיין מער פון די פראטיען. וואס איז דער פראטיען וואס ווערט געמאכט? דאס איז א growth hormone, וואס טוהט דער הארמאון? אנדערש ווי געהעריגע פראטיען, זענען הארמאונס נישט געמאכט צו טוען א תפקיד אין דער גוף, אנשטאט דעם איז ער געמאכט צו שיקען א מעססידזש צו אן אנדער פלאץ אין דער גוף.

אפט מאל, ווען איין סעל שפירט אז עס פעלט א געוויסע פראטיען אין דער גוף, אדער אז עס איז געקומען דער צייט צו מאכן נאך פון א געוויסע פראטיען מאיזה סיבה שיהיה, אבער די פראטיען ווערט געמאכט דורך א צווייטע סעל, וועט די סעל מאכן א הארמאון, די הארמאון וועט געשיקט ווערן צום צווייטען סעל, און דארט אויפדעקען די פראמאטער פון דער gene וואס מאכט דער פראטיען, און אזוי ארום וועט יענער סעל אנהייבען צו מאכן די פראטיען וואס די ערשטע סעל האט געשפירט אז די גוף דארף.

לעניננו איז אזוי, א פראמאטער וואס קומט פון א טריפ'נעם פיש, דינט אלץ הענטעל פאר RNA פאלימערייס, וואס דער RNA פאלימערייס גייט מאכן א הארמאון, וואס דער הארמאון וועט אויף דעקען א פראמאטער, וואס יענער פראמאטער גייט דינען אלץ אן הענטעל פאר א צווייטער פאלימערייס, וואס יענער וועט מאכן פראטיען, וואס די פראטיענס גייען מאכן נייע צעלען.

לענ"ד זעה איך נישט אז דאס זאל הייסען א מעמיד. וכל זה לא להלכה ולא למעשה, רק לבירור מציאות.

זייער זייער אינטערסאנט, נאכאמאל א גרויסן דאנק.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

" ושכל יצא משכל..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8808
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יש בו האט געשריבן: אלטע מעשה דאס,

די פארמערס שפילן זיך שוין לאנג דערמיט,

זיי גיבן צו עסן די סעלמאן פיש גרויזאמע שלענג, זיי צו מאכן לענגער און שטערקער,

מ'קען דאס געהעריג דערקענען אויפן פיש..... פ.ך

נאר לעצטענס האט מען אפראווד זיך צו שפילן דירעקט מיט די זשינעטיקס פון די פיש,
נישט נאר מיט וואס מ'פיטערט זיי

#נידער_מיט_די_פראגרעסיווס

אוי האב איך מיך פארעקלט די וואך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

מי יודע האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן: אלטע מעשה דאס,

די פארמערס שפילן זיך שוין לאנג דערמיט,

זיי גיבן צו עסן די סעלמאן פיש גרויזאמע שלענג, זיי צו מאכן לענגער און שטערקער,

מ'קען דאס געהעריג דערקענען אויפן פיש..... פ.ך

נאר לעצטענס האט מען אפראווד זיך צו שפילן דירעקט מיט די זשינעטיקס פון די פיש,
נישט נאר מיט וואס מ'פיטערט זיי

#נידער_מיט_די_פראגרעסיווס

אוי האב איך מיך פארעקלט די וואך

איים סארי,
נאר ס'שוידערט מיר אויף יעדעס מאל איך טראכט דערפון,

(נאך אביסל קענען זיי טוהן דאס מיט מענטשן)
The Divided States Of America
אוועטאר
Waukesha
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע:Waukesha City, Waukesha County WI

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Waukesha »

מי יודע האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן: אלטע מעשה דאס,

די פארמערס שפילן זיך שוין לאנג דערמיט,

זיי גיבן צו עסן די סעלמאן פיש גרויזאמע שלענג, זיי צו מאכן לענגער און שטערקער,

מ'קען דאס געהעריג דערקענען אויפן פיש..... פ.ך

נאר לעצטענס האט מען אפראווד זיך צו שפילן דירעקט מיט די זשינעטיקס פון די פיש,
נישט נאר מיט וואס מ'פיטערט זיי

#נידער_מיט_די_פראגרעסיווס

אוי האב איך מיך פארעקלט די וואך


עצה טובה, רוף דיין פיש סטאר, פרעג זיי טאמער זיי ניצען די AquAdvantage פיש. איך מיין אז די היימישע סטארס ניצען נישט דעם קאמפאני בכלל.
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: סעלמאן פיש שערורי'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

Federal Court Declares Genetically Engineered Salmon Unlawful
“All products made with genetic engineering should undergo thorough and precautionary assessment for impacts to our health and environment, be properly regulated and clearly labeled before entering the market.”

https://www.centerforfoodsafety.org/fil ... _03835.pdf
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”