סעווינגס מיט פינף פראצענט

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פוילישער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

סעווינגס מיט פינף פראצענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

איך האב גענומען פון ביהמ"ד א סי. די. פונעם פרנסה סעמינאר, וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם ווינטער.

עס איז מיר זייער געפאלן די דרשה פון מנחם הארטמאן, ער רעדט היבש צו די זאך, און עס גיט א שטיקל שאקל צו טראכטן ווי אזוי צו פירן א בודזשעט.

צווישן זיינע ווערטער רעדט ער אסאך ארום פון סעיווניגס. ער ברענגט גוט ארויס די וויכטיקייט צו אוועקלייגן געלט, און ווי פריער אלץ בעסער. צווישן זיינע ווערטער רעדט ער ארום, אז א נארמאלער יונגערמאן וואס לייגט אוועק געלט, וואקסט עס מיט 5 פראצענט. ער לייגט נאך צו, אז ער זאגט דירעקט 5 און ניט מער, ווייל ער רעדט פון א געווענדליכע נארמאלער סעווינגס.

איז יעצט מיין קשיא, וואו איז דא א פלאץ אדער א באנק, וואס איך קען אריין לייגן געלט און עס זאל וואקסן 5 פראצענט?
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

מיט די היינטיגע פראצענט ראטעס, איז ניקס פארהאן אזא פראצענט, אפילו ביי א סי די.
ווארשיינליך איז בשעת די דרשה יא געווען פינף פראצענט. (נישט צו לאנג צוריק....:-()
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע:מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

מיר איז עס אויך שווער געווען בשעת די דרשה, אבער די תירוץ איז "האלל לייף אינשורענס", און דאס האט ער געמיינט צו זאגן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

פוילישער, פונקט האב איך היינט אויך געהערט דעם טעיפ, מנחם איז זייער גוט, אן טאפיק. מיינט ער אבער אינשורענס, וואס איז זיין עקספערטיז. און מיר האט אויסגעקוקט ווי ער פארקויפט אינשורענס ברבים, וויטש איז נאט בעד.

חיים דוד דעססער האלט איך איצט אינמיטן הערן, דאס ביסל וואס כאב שוין עספיעט, מאכט ער א גוטן איינקוועטש, ער רעדט צום דבר.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מנחם איז א געניטער אינשורענס אגענט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ! מנחם איז א פיינער אינשורענס אגענט, און אינשורענס איז די איינציגסטע פלאץ צו מאכן היינט צו טאגס 5 פראצענט.

אבער מנחם איז א עסקן אויך, און ווען ער רעדט פאר קרן עזר, מיינט ער נישט קיין אינשורענס ביזנעס, ער מיינט צו העלפן דעם עולם.

ער העלפט פאר כמעט יעדע ארגענעזעישן, חסד, מקימי, ועוד ועוד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
טרעגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעגער »

וויכטיגער חאס ושלום, עס קוקט אויס ווי איר האט מיר שלעכט פארשטאנדען, איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז ער האט "בלויז" געוואלט פארקויפן אינשורענס, און געצאלט געלט פאר קרנייזער צו האבן די סלאט, און קענען אגענטירן פאר א ריזן ציבור, און זיינע טעלעפאונען זאלן דשעמען דעם קומענדן אינדערפרי!

חס ושלום, ער איז א עסקן, א אהוב\ואוהב את הבריות, א פרייליכער יונגערמאן וואס ליבט צו טוהן חסד און טובות פאר אנדערע, א אמת'ע לב טוב, און חונן דל, ער קען זיין פאך, און ער פארשטייט צו געלט סעיווינגס, זייענדיג א עקספערט אין דעם, ער צונעמט גוט די פונקטן, ער ווייזט אויף מיט טשארטס עקטשועל פיגארס, און אזוי ארום ווייזט ער אויף גרין אויף בלו, אז מען מוז סעיווען, און די וועג דערצו איז סעיוון.

כאב נאר געענטפערט וואס פוילישער האט געפרעגט "ווי מען קען סעיוון די געלט אויף פייוו פערסענט"
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, גאט יו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

איך האב אויך געטראכט אז ער רעדט פון אינשורענס, באט נאכ'ן איבערהערן צוויי מאל, האב איך פארשטאנען אז ער רעדט לכאורה פון א סי.די. און נישט פון קיין אינשורענס.

ווייל ער רעדט א גאנצן צייט, אז מען זאל זען אוועקצולייגן יעדן דאלער וואס מען קען, אמאל איז עס טאקע אפאר טויזענט דאלער א יאר, און אמאל איז עס נאר 500 דאלער א יאר, און אמאל נאך ווייניגער. ער ברענגט שטארק ארויס אז יעדן דאלער וואס מען קין סעיווען, איז א פארמעגן פאר זיך. אין אינשורענס איז אבער נישט דא אזא זאך, איך מוז מיך אראפבינדן פאר א געוויסע פרייז יעדס יאר, אז נישט פארלירט מען דאך וואס מען האט אריינגעלייגט די פריערדיגע יארן, אדער עכ"פ עס וואקסט נישט.

אויב איז דער חשבון אז מען זאל טאקע מאכן א האל לייוו פאליסי פאר נאר טויזענט דאלער א יאר, און דאס קען מען זיך אי"ה יא אנשטרענגן יעדעס יאר, איז וואס זאל מען טון אין א יאר וואס מען האט 5000 דאלער אוועקצולייגן? סתם אוועקלייגן אונטער די מאטראץ, זאגט ער דאך אז עס איז נישט גוט, ווייל עס פאלט נאר די ווערד צוליב אינפלאציע. וואס זאל מען דאן טון? אין וועלכע סעיוועניגס קען מען עס אריינלייגן?

אויב איינער איז גוט מיט אים, וואלט כדאי געווען אים איבערצופרעגן, ער ווייסט דאך זיכער פון וואס ער האט גערעדט. (עכ"פ, כ'האף אזוי).
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

עס איז דא א מושג ביי לייף אינשורענס קאמפאניס, עס מוז נישט זיין אז אלע קאמפאניס האבן עס, פרעג דיך נאך. אבער עס איז דא א ריידער אז מען זאל קענען צולייגן געלט מער ווי די יערליכע פרימיום, און סיי די דעט בענעפיט, און סיי די קעש וועליו, וועלן וואקסן.
גארדיען האט זיכער אזא ריידער, אנדערע קאמפאניס, שטעל איך מיר פאר אז יא, אבער איך בין נישט זיכער.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”