בכלל איז דא אין דעם א יסודות'דיגער חילוק צווישן רוסישע חסידות'ן מיט אנדערע. די אלע רוסישע חסידות'ן קענען זינגען א ניגון צענדליגער מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, נישט קיין נפק"מ שטאטע אדער שנעלע (צב"ש חב"ד, קרלין, סלונים וכדו'). געהערט האב איך אמאל פון א סלאנימער חסיד אז דאס איז א בחי' וואס רש"י טייטשט והיה אם שמוע תשמעו בקולי, אם שמוע בישן תשמע בחדש, אז אין די אלטע וועט מען אלעמאל טרעפן נייע זאכן... מיינט צו זאגן, אז ווי טיפער מ'גייט אריין אינעם ניגון ווערט דאס אלץ געשמאקער און זיסער, אזוי אז מ'וויל זיך נישט אפטשעפענען. [אין אנדערער טייל וועלט חסידות'ן איז פארקערט, אויב זינגט מען א ניגון 2-3 מאל, לויפט מען שוין ווייטער צום נעקסטן].
איר האט ערווענט נאך א נקודה וואס בעצם אין מקומו כאן, אבער אזוי ווי איר שרייבט דערפון על איך געבן אביסל א ביאור משלי. אין די סארט חסידות'ן איז דער פרסום אינדרויסן זייער קנאפ, דעריבער די שמחה וואס חסידים האבן ביי דעם רבינ'ס א חתונה איז א אינערליכע שמחה וואס שפראצט ארויס בלויז צווישן זיך, דעריבער ביי דעם רבינ'ס א שמחה איז א אויסערגעווענליכער שמחה ביי די חסידים (ווי מ'קען דאס זעהן גוט ביי די קארלינע חתונות, וואס מיר האבן עטליכע מאל בייגעוואוינט), און מ'פריידט זיך פשוטו כמשמעו מיטן רבינ'ס שמחה. דער שמחה דינט נישט אלץ א מטרה צו ווערן געדעקט אין דער פרעמד. ומהאי טעמא וועסטו נישט געפונען אין קיין שום אויסגאבע בילדער וכדו' פון קארלינע שמחות ווייל דאס איז בניגוד לתכליתם.
מיט א תקופה צוריק איז פארגעקומען א חתונה בבית קרלין אין די זעלבע וואך וואס איז פארגעקומען צוויי חתונות פון רבישע/רבנישע הויפן. מיר האבן דעמאלסט געוויזן פאר איינעם; קוק נאר, די צוויי הויפן שלאגן זיך ווער עס זאל האבן דאס דעקל פון די בילדער מאגאזינען, און אינעווייניג איז געווען full pages אינהאלט איבער די שמחות, בשעת ווען אין קארלין איז געווען מער משתתפים חסידים ווי די צוויי הויפן צוזאמען, און אין זכר למו אין קיין שום אויסגאבע.
הארכתי במקום שאמרו לקצר, אבער דער פליטת קולמוס עשה את שלו.
דע לעצטע סלאנימע חתונה האט צו טון מיט די קאכעניש אין עמנואל, דאס איז געווען די התלהבות דארט ודי
דער קארלין סטאלינער רבי פערזענליך לאזט נישט בשום אופן קיין פאטאגראפיעס אין קיין איין שום אויסגאבע, און ביי קיין שום מאורע, יהיה מה שיהיה, און פאר זיינס א ווארט גייען אלע חסידים אין פייער, דאס אבערגלויבינג דארט אין רבי'ן שטייגט איבער אלע חסידות'ער
נייע, היינטיגע קארלינ'ער ניגונים איז נישט דא צופיל, סטאלין קארלין, מיין איך מאכט נישט מער היינט קיין ניגונים. פינסק קארלין האט יא צוגעלייגט ניגונים אין די לעצטערע יארן. איין שטארק באוואוסטער קארלינ'ער ניגון וואס איז די לעצטע יארן פארשפרייט געווארן (עס האט נישט קיין ווערטער ממילא קען איך עס נישט מסביר זיין), קומט פון פינסק קארלין.
אזוי אויך רעקארדס פון קארלינ'ער ניגונים זענען נישט דא. עפעס קארלינער ניגונים זענען דא אויף די רעקארדס פון ר' יום טוב ערליך, אבער ס'מערסטע פון זיי האט נאך די גאס נישט געהערט. אמאל ליקט ארויס א גוטער קארלינער ניגון צו די גאס, אבער ווי געזאגט, ממש כמעט אלע האט נאך די פרעמדע גאס נישט געהערט.
גראדע האט פינסק קאלין אין די מ"ם יארן, ארויסגעגעבן צוויי קאסעטעס מיט אלטע קארלינ'ער ניגונים, די מוזיק איז טאקע נישט זייער פראפעשאנעל, אבער די ניגונים הערט מען. איך האב זיי ביידע ערגעץ צווישן מיינע אלטע טעיפס. איינמאל האבן זיי אויך ארויסגעגעבן א קאסעט פון שמחת בית השואבה אין פינסק קארלין, צוזאמען מיט אפרים וועבערמאן. אבער כפי ידיעתי איז דאס אלעס וואס איז דא פון ניגוני קארלין צובאקומען.
חי עולמים - טהור עיניים NO man is a failure who has friends