וועגן דאווענען פרייטיג צונאכטס פרי

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

וועגן דאווענען פרייטיג צונאכטס פרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

ויש להזכיר, שלפי דעת הפרי מגדים בסי' רס"ד [אם זכרוני אינו כוזב לי] אין לעשות כן לכתחילה כלל, ואכמ"ל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון
mosh

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosh »

פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

די וואס מאכען די מנינים האבעו א גוטע סיבה ווייל יעצט זומער ווערט שפעט און די קליינע קינדער אויך די גרויסע שלאפען איין ביים טיש און מען האט געמאט נישט קיין ברירה
זיי פארגעסען אבער אז דאס אז עס ווערט שפעט, און אז די קליינע קינדער שלאפען איין איז נישט קיין נייע זאך אזוי איז געווען ווען מיר אלע זענען געווען קינדער און אונזערע עלטערן האבען דאס נישט געטוהן און מען האט דאס ב"ה איבער געלעבט

ברויכען מיר נישט זיין קלוגער ווי אונזערע עלטערן
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

mosh האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

mosh
האט געשריבן

וואס יעדער עקסטרעמער וויל זאגט ער אויף'ן רבי'נס קאפ...
צו קענען זאגן אזאנס דארף דו רבי עס האבן געשריבן, אדער איבערגעגעיבן איש מפי איש.
אויב האט דער וואס האט דיר עס דערציילט געהערט איש איש פונעם רבי'ן, שרייב ביטע דו אינפארמאציע מיט נעמען כדי מ'זאל עס קענען אננעמען מיטן גאנצן הארץ.

און אויב נישט קיין נעמען, האט דו רבי גארנישט געזאגט. [נעם עס נישט פערזענליך ביטע]

mosh
און דאווענען פרי פרייטוג צו/פאר נאכטס, איז אויך נישט קיין נייע זאך. פונקט ווי מידעקייט פון קינדער.
דאס האבן דו ראשונים שוין געטיען, (נישט נאר גע'פסק'עט)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

סאלאדס
איך נעם עס נישט פערזענליך און אויך נישט ווערעמיג

איך וועל איבערפרעגן פון וועם איך האב עס געהערט מער פרטים בל"נ
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו האבן א וויכוח מיט איינעם איבער א געוויסן ענין ווי ס'איז נישטא קיין קלארע הוראה מפורשת בכתב אדער בע"פ ברבים פון רבין ז"ל, און יענער האט מיר פארגעהאלטן און געט מיר א זאג:
די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון כידוע...
געב איך אים א פרעג:
אינגערמאן, מיט וואסערע לבוש גייט דיין ווייב?
ענטפערט ער מיר: מיט א שייטל
זאג איך אים פון דעם איז דאך קלאר אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן
סאו קאט די קרעפ
ווען איך ווילעפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
אוועטאר
שיך
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 21, 2010 11:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיך »

פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

אלס וועלכן טעם?
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע:אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

נעמען ?
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פאטאקי08 האט געשריבן: סאלאדס
איך נעם עס נישט פערזענליך און אויך נישט ווערעמיג

איך וועל איבערפרעגן פון וועם איך האב עס געהערט מער פרטים בל"נ
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

וואס ווערן אידן אזוי ווילד ווען מען מאכט זיי - אביסל אום באקועעם- זייערע באקוועמע מנהגים, וואס האט נאר מיט פשוט באקוועמקייט צו טוהן, ווייס איך נישט.

ווילסט דאווענען פריה, וואס ארט דיך וואס יענער זאגט?
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

take your time
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

וויל וויסן האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו האבן א וויכוח מיט איינעם איבער א געוויסן ענין ווי ס'איז נישטא קיין קלארע הוראה מפורשת בכתב אדער בע"פ ברבים פון רבין ז"ל, און יענער האט מיר פארגעהאלטן און געט מיר א זאג:
די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון כידוע...
געב איך אים א פרעג:
אינגערמאן, מיט וואסערע לבוש גייט דיין ווייב?
ענטפערט ער מיר: מיט א שייטל
זאג איך אים פון דעם איז דאך קלאר אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן
סאו קאט די קרעפ

אלא מאי? וואס מיינסטו צוזאגן, אז ווי לאנג מען פירט זיך נישט צו לערנען אזוי פלייסיג ווי דער רבי האט געלערנט און דאווענען אזוי ווי ער האט פארלאנגט מעג מען שוין גיין צום כותל אויך?

איך מיין מען רעדט דאך דא פון אידן וועם עס אינטערעסירט דעם רבי'נס דע"ת, און ער וויל טאן אזוי. יעדער פארשטייט, אז מען גייט נישט אין גיהנם אויב מען פירט זיך נישט מיט דעם אזוי ווי דער רבי וואלט ווען געוואלט, אבער דער איד וויל דייקא יא טאן ווי דעם רבי'נס מיינונג, עס איז נישט קיין תביעה צו קיינעם.
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

צעיר באלפי ישראל

איך פארשטיי אויך נישט וואס ס'ארט דיר אזוי, וואס יענער -באקוועמער וואס וויל דאווענען באקוועם- ארט?!
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

imzist האט געשריבן:
וויל וויסן האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן: גם שמעתי פון עלטערע אידן אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע האט נישט געלאזט מאכען קיין פריע מנין און האט נישט געהאלטן דערפון

עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו האבן א וויכוח מיט איינעם איבער א געוויסן ענין ווי ס'איז נישטא קיין קלארע הוראה מפורשת בכתב אדער בע"פ ברבים פון רבין ז"ל, און יענער האט מיר פארגעהאלטן און געט מיר א זאג:
די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן דערפון כידוע...
געב איך אים א פרעג:
אינגערמאן, מיט וואסערע לבוש גייט דיין ווייב?
ענטפערט ער מיר: מיט א שייטל
זאג איך אים פון דעם איז דאך קלאר אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן
סאו קאט די קרעפ

אלא מאי? וואס מיינסטו צוזאגן, אז ווי לאנג מען פירט זיך נישט צו לערנען אזוי פלייסיג ווי דער רבי האט געלערנט און דאווענען אזוי ווי ער האט פארלאנגט מעג מען שוין גיין צום כותל אויך?

איך מיין מען רעדט דאך דא פון אידן וועם עס אינטערעסירט דעם רבי'נס דע"ת, און ער וויל טאן אזוי. יעדער פארשטייט, אז מען גייט נישט אין גיהנם אויב מען פירט זיך נישט מיט דעם אזוי ווי דער רבי וואלט ווען געוואלט, אבער דער איד וויל דייקא יא טאן ווי דעם רבי'נס מיינונג, עס איז נישט קיין תביעה צו קיינעם.

אנטשולדיגט אבער איר בייזערט זיך "אומזיסט"
מיין תגובה איז חלילה נישט געוואנדן בנוגע קלארע הוראות און פסקים פון רבין הכתובים בספרי דבי רב, אדער זענען געהערט געווארן ברבים
נאר געווענדעט איז עס צו די יעניגע וואס מאיזה סיבה שהוא האבן זיי ליב ארויפצולייגן און תולה זיין באילן גדול יעדע זאך וואס שמעקט זיי נישט, אבער ווען ס'קומט צו זייער באקוועמליכקייט וועלן זיי פארקוקן אפילו אויף קלארע הוראות און פסקים פון רבין, ובכללם אויך דאס גיין צום כותל וכדו'.
די רבי האט איינגעפירט גענוג און נאך זאכן דא אין אמעריקא, ובנוסף צו שמירת שבת די שיטת רבינו תם, אויב וואלט די רבי געהאלטן אז ס'איז דא איין נדנוד פראבלעם און דאווענען פרי, וואלט ער עס געלאזט הערן פאר עדת צאן מרעיתו, און אויב האט ער עס נישט געזאגט ברבים, לו יהא ער האט עס יא געזאגט פאר א יחיד, איז עס קיינעם נישט מחייב.
ווען איך ווילעפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

וויל וויסן האט געשריבן
די רבי האט איינגעפירט גענוג און נאך זאכן דא אין אמעריקא, ובנוסף צו שמירת שבת די שיטת רבינו תם, אויב וואלט די רבי געהאלטן אז ס'איז דא איין נדנוד פראבלעם און דאווענען פרי, וואלט ער עס געלאזט הערן פאר עדת צאן מרעיתו, און אויב האט ער עס נישט געזאגט ברבים, לו יהא ער האט עס יא געזאגט פאר א יחיד, איז עס קיינעם נישט מחייב.

און אויב האט דער רבי יא געזאגט פאר א יחיד, מעיג מען וויסן אז ער האט עס געזאגט. תורה הוא וללמוד אני צריך.

נו ווארט מיר טאקע צו הערן צו ער האט זיך אויסגעדריגט דערגעגן כאטש פאר א יחיד.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
וויל וויסן
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2010 11:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וויסן »

נאו פראבלעם, אויב איז דא א יחיד פאר וועם דער רבי האט עס געזאגט איז טאקע אינטערעסאנט צו הערן
אבער געדענקט, דאס איז נישט קיין תורה שלימה פארן ציבור
ווען איך ווילעפעס וויסן, און איר טוט א ענטפער אנשליסן, על העתיד טו איך אייך יעצט באגריסן, אז איך קען פון אייך געניסן

יישר כח
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אינעם היינטיגען קלאסיפיידס, איז דא א "לתשומת לב"

הנוהגים להתפלל ערבית ומקבלין שבת קודם צאה"כ צריכין להיזהר:
א) להתפלל מנחה קודם פלג המנחה
ב) אסורים להתחיל לאכול בהחצי שעה קודם צאה"כ
ג) לאכול כזית פת כשהוא ודאי לילה
האריז"ל הי' מתפלל ערבית בלילה אף בע"ש (עי' מג"א סי' רס"ז ובהרב ובמ"ב)
פלג המנחה בשבוע זו 7:43עד כאן.

איך האב געזעהן אין ביהמ"ד ווי די ת"ח זענען מפלפל דערין, אבער איך האב געדארפט לויפן, וואס זאגן די יודעי ספר דא?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מיר ליגט אין קאפ אז ס'איז דא א היתר אויף ערב שבת אפי' אויב די צוויי שיטות פון ר' יהודא מיט די חכמים זענען זיך סותר.
וואס זאגן די יודעי ספר דא?
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

בסך הכל איז דא פיר הלכות וואס מ'דארף זיין נזהר, ואלו הן:

א) לא להתפלל מנחה ומעריב בזמן אחד (שלא יהא כתרתי דסתרי)
ב) לא להתפלל מעריב או לקבל שבת קודם פלג המנחה (קבלת שבת קודם פלג המנחה הוא בדוגמא לקבל שבת באמצע השבוע)
ג) האשה שבעלה כבר קבל שבת אסורה לעשות מלאכה או להדליק נרות אע"פ שלא קיבלת את השבת
ד) אם הגיע חצי שעה קודם צאה"כ אזי צריכין אז להמתין להצאת לקרות קריאת שמע ואח"כ יכולין לאכול

פראקטיש ארבעט עס אזוי:
1) דאווענען מנחה לערך 20 מינוט פאר פלג המנחה
2) די ווייב זאל צינדען ליכט תיכף נאך זמן פלג המנחה
3) מזמור שיר ליום השבת (וואס איז קבלת שבת על פי הלכה) זאל אויסקומען אז מ'זאל זאגן לערך נישט פאר 5 מינוט נאך פלג המנחה (בכדי די פרויען זאלן האבן א געלעגענהייט צו צינדען פאר די מאן איז מקבל שבת)
4) מאכן זיכער זיך צו וואשן צו די סעודה פאר מען דערגרייכט די האלבע שעה קודם צאה"כ

לדוגמא אויב די זמנים זענען: פלג המנחה=7:43 צאת הכוכבים=9:29
מנחה=7:30 הדלקת הנרות=7:43 מזמור שיר ליוה"ש=7:50 נטילת ידים לסעודה קודם=8:59

פארשטייט זיך נישט פארגעסן איבערצוליינען קריאת שמע נאכן צאה"כ (אויך ציילן ספירה אין די ספירה טעג)
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

לתועלת הענין וועל איך דא נאכצייכענען די ווערטער פונעם ערוך השולחן (וואס האלט גאר שטארק פון דאווענען פרי ערב שבת)

סימן רסז סעיף ג
וכתבו הטור והשולחן ערוך: דמקדימין להתפלל ערבית יותר מבימות החול.וכן כתב הרמב"ם בפרק שלישי מתפילה (הלכה ז): "ומפלג המנחה יכול להדליק, ולקבל שבת בתפילת ערבית", והיינו שעה ורביע קודם השקיעה.

ואף שבחול מתפלל באותו זמן מנחה – מכל מקום בערב שבת יכול להתפלל אז ערבית. ואין זה כסתרי אהדדי, דמפני תוספת שבת יכול לעשות כן.

וגם יש טעם גדול בדבר להקדים ערבית של שבת, דהנה תפילת ערבית תקנו כנגד אברים ופדרים שהקריבו בלילה מתמיד של בין הערבים. ועתה הרי אסור בלילה להקריבן, כדכתיב: "עולת שבת בשבתו" – ולא עולת חול בשבת (שבת קיד א). ואם כן בהכרח שהקריבו האברים והפדרים מבעוד יום, ולכן גם התפילה שכנגדן ביום (מגן אברהם סעיף קטן א). אמנם המנחה של ערב שבת בהכרח שיתפלל קודם פלג המנחה, דביום אחד אי אפשר לעשות תרתי דסתרי. ויש מי שאומר דבציבור גם בכי האי גוונא מותר (דרך החיים).

סימן רסז סעיף ד
מיהו על כל פנים חזינן דרבותינו הקדמונים ציוו לנו להקדים תפילת ערבית מבעוד יום. וגדר גדול הוא לשַבָּתלההמון ונשים ועמי הארץ, שעינם רק אל זמן התפילה בבית הכנסת, ואם יאחרו להתפלל בבית הכנסת הרבה – הרבה בכל עיר ועיר שידליקו נרות אחר השקיעה. כאשר עינינו רואות ואזנינו שומעות לדאבון לבבינו, בכמה עיירות גדולות וקטנות: שמאחרים להדליק נרות, ובאים לידי חילול שבת, רחמנא ליצלן מהאי עונשא רבה. וחוב קדוש על הרב והיריאים שבעיר להתפלל מבעוד יום, למען למנוע חילול שבת קודש.

ויש שמתאמצים להתפלל ערבית בזמנה בשבת, ועתידים ליתן את הדין, דידוע שבזה תלוי שלא יחללו שבת בעיר. והמזרז בהקדמת כניסת שבת – זכות שבת קודש תגן עליו. וכבר הארכנו בזה בכמה מקומות, מפני שידוע לנו שהקדמת התפילה מעמדת השבת וקדושתה על מכונה.

[עריכה] סימן רסז סעיף ה
וכמו שיכול להתפלל מבעוד יום, כן יכול לעשות קידוש מבעוד יום, כמו שכתב הרמב"ם בפרק כט דין יא, וזה לשונו:

יש לו לאדם לקדש על הכוס ערב שבת מבעוד יום, אף על פי שלא נכנסה השבת. עד כאן לשונו.
וכתב המגיד משנה: שאף על פי שמבעוד יום קידש – מותר לו לערב לאכול בקידוש זה..., עד כאן לשונו. ויש להסתפק בכוונתו: אם כוונתו דלאכול צריך דווקא בלילה, ולכן אומר דהקידוש עולה לו, ואי משום שצריך קידוש במקום סעודה – יכול לאכול כזית מזונות אחר הקידוש. או שכוונתו דאם אוכל בלילה – יצא בקידוש זה, אבל לעולם יכול לאכול מבעוד יום, ויצא בזה ידי סעודת שבת.

וכן מבואר מדברי רבינו הבית יוסף שכתב:

ובפלג המנחה יכול להדליק, ולקבל שבת בתפילת ערבית, ולאכול מיד, עד כאן לשונו.
וכן כתב בספר תרומת הדשן (סימן א) שהיו גומרים סעודת שבת מבעוד יום. וגם בימי הגמרא נראה שהיה כן, דבריש ברכות אמרינן: "משעה שבני אדם נכנסין לאכול פיתן בערבי שבתות", וכתבו התוספות שם בריש ברכות שהיתה מבעוד יום, עיין שם. ולכן כן עיקר לדינא.

ויש שכתבו בשם ספר חסידים דצריך לאכול כזית בלילה (עיין מגן אברהם שם), וחומרא בעלמא הוא ממידת חסידות (וכן מוכח במגן אברהם). וטעמא: דכל אחר פלג המנחה, כשקיבל תוספת שבת – הוי כלילה גמור (שם). ולא מיבעיא לרוב הפוסקים דתוספת שבת דאורייתא, אלא אפילו להרמב"ם דלא סבירא ליה תוספת כמו שכתבנו בסימן רסא, מקום מקום כיוון דמקבל עליו התוספת – הוי כלילה ממש, לעניין שיוצא בקידוש שעשה מבעוד יום על חיובו בלילה, כיוון שמיד יבוא לידי חיוב. לכן יכול להמשיכו גם מקודם בתוספת קדושה, שהרי התורה נתנה לו רשות על זה
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

א אינטרעסאנטע הערה איז כדי דא אויפצוברענגען װיבאלד מען שמועסט שוין װעגען דער ריכטיגער זמן פין צינדען לעכט און פלג המנחה, װינטער און די גאר קורצע טעג קימט אויס עטליכע װאכען װאס דער אפציעלער זמן הדלקת הנרות איז פאר פלג המנחה (פארשטײט זיך אז מען רעדט לפי שיטת ר״ת)
װאס װי דא אויבען דערמאנט קען זײן א פראבלעם אז מען קען גאר נאך נישט יוצא זײן , ספעציעל איז דער פראבלעם נאך ערגער ערב שבת חנוכה װאס די חנוכה לעכט איז ממצוות הלילה,
א טײל מאל איז אין יענער װאכען נישט דא קײן גאנצע מינוט (נאר סעקונדעס) צװישען פלג(דר״ת) אין די שקיעה!
וכבר דשו רבים בזה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

הרה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א נכד הקדושת ציון מבאבוב, כשהי' בחור למד בא"י והסתובב הרבה אצל הרה"ק מהר"א מבעלזא ז"ל
והנה אמו נישאה בזוו"ש לר' יהושע פרישוואסער שגר בגאלדערס גרין בלאנדאן, והנה גאלדערס גרין לא הי' חסידישע געגענט, ובלאנדאן נעשה בקיץ הזמן יותר מאוחר מכאן, ולפיכך בימים ההם לא הי' מנינים בקיץ בגאלדערס גרין לקבלת שבת רק "ערלי שבת"
וקודם שנסע לביתו להיות אצל אמו שאל את הרב מבעלזא איך יתנהג בענין זה, אם יתפלל מוקדם,
והשיב לו, פרי דאווענען האב איך נישט געהערט פון טאטן (והיינו לא שמיע לי ולא סבירא לי), זאלסט בעטן ר' יהושע רשות, און דאווענען פאר זיך, און אנקומען אינמיטן די סעודה, וכן עשה
יש עוד פרטים בהמעשה, אבל זה מה שאני זוכר
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

א גרויסן ייש''כ פארן אראפברענגען די אלע דברי הפוסקים, ווי עס שיינט איז די דרך החיים די פסק וואס דער עולם פארלאזט זיך.

פאר ווער ס'איז שוין אמאל געווען אין ענגלאנד ווייסט אז די איינציגסטע שול אין גאנץ לאנדאן וואס דאוונט נאך די 72 איז די סאטמארע שול.

בנוגע די פסק פונעם רבי'ן, ווי שוין ערווענט ווארט דער עולם צו הערן מער דיטעילס.
ס'איז אבער כדאי אנצומערקן אז אין נושאי כלים פון שו''ע ווערט אסאך מאל געברענגט מנהגים פונעם אר''י הק' וואס ס'איז באקאנט אז די רבי האט זיך אזוי געפירט, אבער די עולם איז בכלל נישט מקפיד אויף דעם. צווישן זיי, זיך שערן נאר ערב שבועות פאר חצות, זיך שערן די נעגל ערב שבת פאר חצות.
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM

סיכום השיטות ע"י ר פלוני אלמוני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

סיכום השיטות ע"י ר פלוני אלמוני
http://tinyurl.com/early-shabos

גאר אינטערסאנט איז הוראת הגרי"ד הארפענעס שליט"א
http://tinyurl.com/nishmas-harf
עס איז דא אזוי א מנין אין זיין בה"מ
?
מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע:בתוך כללות עם ישראל

וואלט איר געדאווענט פרי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיני ארץ »

איך האב מייסד געווען א מנין אין א ביהמ"ד צו דאווענען פרי ערב שבת. אסאך מענטשן וועם כ'האב געפרעגט צו זיי ווילן מיט דאווענען האבן מיר געזאגט אז עס א נייע זאך זיי האבן עס קיינמאל נישט געזען ביי זייערער עלטערן. אנדערע האבן זיך אויסגעדריקט, קוק נאר ווער עס דאווענט מיט די אלע פריע מנינים נאר גראבע יונגען און פויערען וואס זוכן צו פרעסן, א יוד וואס טאנצט און שפרינגט ביי לכה דודי דאווענט נישט מיט אזא מנין, ממילא פארשטייען זיי אז דאס איז א מאדערנע זאך. אזוי ווי מ'רופט עס ביי די מאדערנע: EARLY MINYEN. ס'זעט אויס אס עס קומט פון די מאדערנע וועלט.
לענ"ד איך טו דאס וועגן די קינדער און אויך ווייל עס איז מיר באקוועמער אזוי. איך קום אין ביהמ"ד 10 מינוט פארן דאווענען און איך זאג שיר השירים מיט א ברען, אין אויך א טענצל ביי לכה דודי. און עס איז מבואר און די גמ' און שו"ע אז מ'קען אזוי דאווענען.
אבער איך וויל הערן פונעם עולם ווי אזוי עטס זענטס צוגעוואוינט לגבי דעם. פון די שטעט ווי עטס זענטס אויפגעוואקסן ווער האט אלס געדאווענט פרי, און אויב מעגליך וואסערע ערליכע יודן האבן געדאווענט פרי.
לגבי די הלכה'דיגע חלק איז אלעס אויסגעהאלטן צו דאווענען פרי. אזוי ווי מיין מנין פירט זיך, מנחה פארן פלג אין מעריב נאכן פלג.
איך מאך נישט אוועק א יוד'ס הרגש אבער מיין הרגש איז אז עס איז יא אן ערליכער זאך ממילא דאווען איך פרי.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”