הרבה חברותא עושה – בדידי הוה עובדא!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

הרבה חברותא עושה – בדידי הוה עובדא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

נעה, זאלעך שרייבן? פארוואס נישט? ווייל יענער האט גערודפט דארף איך אלעס האלטן אין בויך? בשום אין אופן! כ'פייף אים אן! כ'וועל שרייבן ווען און וואס "איך וויל", ס'איז שמעלקא שליט על השרייבן ואין ---- שליט על שמעלקא, ער וועט מיר נישט איינטיילן וואס צו טאן. און פאר די אלע וואס גייען נאך מיר וויל איך געבן אן התראה: גייט אראפ פון מיין וויידעל אויב נישט וועל איך ארויפקריכן אויף אייער נאז, און ס'וועט ווייט נישט שמעקן!

הקיצור, אז די בויך טוט וויי גייט מען און מ'קלאפט עס אפ אויפ'ן שליסל טאוועל (קי-באורד, כ'האב עס גוט געספעלט?) און מ'קאפירט עס ארויף, זאל דער ציבור מיטליידן מיט מיינע מאגענישן! והוא רחום וכו'.

*

געפין מיר די וואך אין די סדרה, איין מינוט, ווי בין איך דא, לאמיר גיין פאוואליע!

מאנטאג פארטאגס פר' שלח תש"ע.

דער זייגער ווייזט אויף 4:55, ביי משפחת טויב (נאמען געטוישט צוליב זיכערהייט סיבות, מ'קען שוין נישט וויסן היינטיגע צייטן) הערט זיך יאמערליכע קולות! דער ברויזער וועקער זייגער מיט זיין גריטשעדיגער קולכ'ל לאזט נישט נאך; ער נעמט איין "סנאוז" דורך א שמאלן לאנגן קוועטשער, אבער ביז א פינעף מינוט ווערט דאס געפייפעריי העכער און שטערקער און אונזער שמעלקא האט נישט קיין צוויי ברירות, מיט א נידריג שלאפענדער געמיט לייגט ער ארויף זיינע פוילע הענט אויפ'ן זייגער אים שטיל מאכענדיג מיט א ענדליכן פארלעש!

א גוט מארגען שמעלקא, זאגט ער צו זיך אליין, שוין נאך א וואך, נאך א מאנטאג, נאכאמאל אין אפיס אריין? ס'וועט זיין דא!

מודה אני לפניך מלך חי וקים, זאגט ער שנעל ווערענדיג אביסל מער וואך.

ס'בליצט אויף א געדאנק (האמת אגיד, דאס האט הערשט יעצט ביים קאמפיוטער אריינגעבליצט, אבער שוין) פארוואס זאגט מען דייקא אינדערפרי, מיט אומגעוואשענע הענט דעם מלך חי וקים?

נאר ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי איז מען געווענליך בנחית דרגא, מ'איז אביסל אראפגעקלאפט. רוב טעג ווייסט מען אז מ'שטייט אויף צו נאך א שווערן טאג אין וואס מ'וועט דארפן עומד בנסיון זיין יעדע רגע, אויפשטייענדיג איז מען מאכט-לאז און כוח-לאז. טוב יום המות מיום הולדו זאגט דער חכם, ווייסט פארוואס? ווייל ווען מ'הייבט אן האט מען נישט קיין איינונג וויאזוי ס'גייט אויסזעהן, אבער ווען ס'איז שוין יום המות, מ'האלט שוין דארט, ביים ענדע, און מ'איז געווען א עומד על נסיון, איז דאך ציקער זיס.

אט די זעלבע איז יעדן טאג. ווען מ'גייט אין בעט אריין און מ'האט געהאט א גוטן טאג, נישט אז מ'האט געהאט היינט איבער הונדערט צפיות אויף אייוועלט און איטליכע גרינע און רינדיגע געלע, נאר אז מ'האט היינט א טובה געטאן פאר א איד; געלערנט און געדאווענט ווי א מענטש און געמאכט א נח"ר פארן רבוש"ע, איז עס א שמחה און א פרייד, ס'שלאפט זיך זיס און באקוועם.

אבער ווען מ'שטייט אויף אינדערפרי און מ'ווייס נישט וואס דער טאג וועט ברענגן, איז מען שטארק באזארגט.

פארדעם זאגט מען גלייך אינדערפרי דעם מודה אני לפניך "מלך חי וקים"
ס'גייט מיר בכלל נישט אן וואס ווען און וואו; כ'שטיי נישט אויף ווייל כ'וויל האבן עפעס דערפון, נאר אלעס איז פארן מלך חי קים, כ'ווארף זיך ארויף שוין גלייך צופרי אויפ'ן טאטן אין הימל, השלך על ה' יהבך, והשם כהטוב בעיניו יעשה, איך טוה מיינס, כ'שטיי אויף; כ'גיי און מקוה; מ'כאפט א לערן; א חסידיש ספר; און דערנאך א ווארימער דאווענען, און אויב מיין פלאן צו זיין היינט ערליך און אפגעהיטן וועט חלילה דוכפאלן וועט מען ווייטער אנגיין, ווייל דער רבוש"ע איז א מלך חי וקים, ביי אים טוישט זיך גארנישט. ווי דער הייליגער חת"ס האט געזאגט אין זיין הייליגע צוואה "יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה והוא לא ישתנה". מיט דעם שטייט מען אויף און מיט דעם לעבט מען, א אידישע לעבן און א לעבעדיגער לעבן.

אקעי, פשעטליך אין א זייט, שמעלקא שארט אן די נאגעל וואסער; מאכט נאס די אויגן; טוט זיך אן בזריזות; כאפט אריין א סגולה פאר יראת שמים (ווען וועט עס שוין ארבייטן?) ארויסטראגענדיג די נאגעל וואסער; סטארט די קאר מיטן רעמאוט קאנטראול; א כאפ דעם פרישטיק; די קאר איז שוין האלב-קיל; אריין אין ריווערס און; ויסעו, מ'פארט אין ביהמ"ד אריין.

וויאזוי א איד זעהט אויס ביי ברכות התורה מיט נאסע פאות נאך א הייסע מקוה דארף איך אייך נישט זאגן ווייל איר טוט דאס אלע אויך. נעבעך דער אפגעריסענער ערל וואס ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט א לעבן.

ביי דע וועי, אז כ'האלט שוין די מייק אין די האנט וועט נישט שאטען צו דערציילן ווייל איר קענט דאס אויך טאן. ווען איר גייט אריין אין שויער זיך צו וואשן איידער די מקוה, זאלט איר אינזין האבן מקיים צו זיין די הלכה וואס דער רמב"ם ברענגט אין הלכות תפילה אז פאר שחרית זאל מען וואשן פניו ידיו ורגליו, זאל שוין זיין א רחיצה לש"ש.

מיט א הייסע "טעיסטער טשויס" קאווע אין די האנט שפאצירט מען געמטליך אריין אין היכל הביהמ"ד; ס'קומט גלייך ארויף אין מחשבה: שמעלקא, ביזט נישט דער ערשטער און אפי' נישט דער צענטער דא, אידן זיצן שוין דא פון פירע, זיי נישט אזוי בגדולט! אקעי, מסכים!

מ'נעמט א גמרא, א חק, א חסידיש ספר ווייל אויב ס'וועט זיין צייט, און מ'זעצט זיך אראפ.

6:30: וויפיל איז דער שיעור צו ווארטן?
ווי איז ער מיין חברותא? שוין באלד צוויי וואכן וואס ער מאכט דאס גענאר פון מיר! דער חק איז שוין אפגעלערנט; די פאריגע וואכעדיגע איז שוין געחזרט; כ'האב שוין אריינגעביסן אין די פרישע גמרא; אבער וויפיל איז דער שיעור, כ'שלאף באלד איין זיצענדיג אליין?!

6:35: מיט א שמייכל פון אויער צום היט קומט אריין דער חשובער טייערער חברותא גבאי, אונטער אים שפאצירט א פרישער שעמוועדיגער אינגערמאן, קוים ארויס פון אויבן מיט שיינע געמאכטע פאות און א געמאכטע שמייכל. דער גבאי ווייזט מיר, ער איז יואל ברש"צ פריעדמאן א אייניקעל פון ר' חיים מרדכי, כ'האב דיר געלאזט א מעסעדזש נעכטן נאכט, אפשר וועט ער זיין גוט אלץ דיין נייער חברותא!

הממממ.... ס'טוה איך דא? כ'האב דאך באמת געוואלט וויסן פארדעם פון וועם מ'רעדט. "איך, זיך, יעך" דער גרויסער רעבע רעב שמעלקא וועט גיין לערנען מיט א "ראצער"?!

נו, א חברותא איז נישט קיין ווייב, אז ס'געפעלט מיר נישט וועט מען עס פטרן, מ'דארף אפי' נישט קיין 12 שורות. נו, זעץ זיך אראפ, איך לערן פסחים, אז די ווילסט וועט מען לערנען עפעס אנדערש!

ווי צוויי וואוילע אינגליך די ערשטע טאג אין חדר נעמט מען צוויי נייע גמרות און מ'הייבט אן לערנען, מ'פארגעסט ווי "גרויס" מ'איז; מ'פארגעסט ווי אזוי דער הייסט און יענער הייסט, יואלי פריעדמאן זאל זיין יואלי פריעדמאן, אבער רב הונא אמר נגהי ורב יהודא אמר לילא.

7:38: וויי געוואלד, כ'האב שוין פארפאסט מיין מנין היינט, כ'דארף שוין באלד זיין אויפ'ן סעווענטין, אויש! דער נייער חברותא יאגט זיך נישט, ער ארבייט דאך אין כולל, און אונז זעמיר געווען צו "עקסיידעט" אזוי אז מ'האט פארגעסן פונעם זייגער!

יענע טאג האמיר שוין געמוזט גיין שפעט אין די ארבייט, אבער אוי ווי ס'איז געווען א טאג. ס'האט זיך באמת אנגעהויבן, נעה, אנגעהויבן נישט, אנהויב איז ער געווען בדיוטא התחתונה, מ'האט געווארט און געווארט, אבער עט-די-ענד איז ער אריין מיטן רעכטן פיס, ס'האט זיך אנדערש געדאווענט און אוודאי אנדערש געלעבט מיט די קאלעגע און ארבייטער.

יעצט אז ס'איז שוין אדורך צוויי וואכן, ב"ה אז דער חברותא מיינער האט נאך מורא פונעם ווייב, זי וויל דאך זיין א אשת חבר, און ער קומט מיט א ערליכקייט יעדן פארטאגס, און די טעג פון זיצן פארכומערט און ווארטן זעהט מען שוין פון אונטן, און זאל ער ווי די באקסער וואקסט!

*

יא רבותי, חז"ל זאגן "הרבה חברותא עושה" א חברותא מאכט אויס פארן מענטש גאר אסאך.
ווען מ'איז אליין ווערט מען מיד און נאכגעלאזט;
אליין מאכט מען שנעל אפ אז היינט ביך איך מיד און מ'בלייבט שלאפן;
אליין ווערט מען פארפלאנטערט אין א שווער גמרא און צומאל געט מען אויף און;
אליין איז דא איין פאר אויגן און איין קאפ ווען מיט שוויי איז עס דאפעלט!

מיט א גוטע חברותא איז מען א מענטש, כ'זאג עס בתורת עדות, מבשרי אחזה. די לעצטע פאר וואכן בין איך אן אנדערער מענטש. נישט קיין וואונדער אז כ'בין כמעט נישט אויפ'ן געוועב, כ'האב ב"ה סיפוק פון א פיינע חברותא און א בלאט גמרא!

מורי ורבותי, כאפט אייך ארויף אויפ'ן באן און לאמיר אינאיינעם פארן!
הונדערטער און אפשר טויזענטער אינגעלייט ווילן און קענען ניצן א שעה פארן דאווענען, די כלים זענען דא, דער רצון איז דא און דער מענשט איז זיכער דא, מ'דארף זיי נאר צוזאמ-פארן, מ'דארף האבן א שדכן, ווער וויל טוען דערוועגן?

דער הייליגער יטב לב זי"ע זאגט אין יטב פנים (כ'מיין אויף ראש השנה), און רבותינו הקדושים מסאטמאר זכותם יגן עלינו האבן עס כסדר געחזרט, אז אויפשטיין פארטאגס איז א בחינה פון מסי"נ, נו פארוואס דען נישט?
מרן הרה"ק מהרי"ד מבעלז זי"ע פלעגט זאגן אז אויפשטיין פארטאגס איז א סגולה צו שלום בית, נו פארוואס דען נישט?

דער הייליגער טריסקער מגיד, היינט איז זיין יארצייט, רבינו אברהם בן רבינו מרדכי זכותם יגן עלינו, זאגט אז ע"ז איז בגימ' מז"ל, און עז איז דאך תורה, השם עז לעמו יתן, אז ווען מען לערנט ווערט נתרומם מזלם של ישראל און ס'קומט א השפעה פון אלעם גוטן, טא פארוואס נישט געבן א פרוביר?

עניוועי, כ'ציל דא אויף עפעס אנדערש.
צוויי חשובע עסקנים וואס האבן אסאך געאפפערט פאר לימוד התורה אין קרית יואל ליגן ליידער על ערש דוי. כ'האף אז מיין נייע קבלה טובה פון ניצן אינטערנעט נאר ווען מ'ברויך זאל זיין לרפואתם (וזאת למודעה, כ'שרייב ביי מיר אין קאמפיוטער און כ'קאפי עס אריין אין אייוועלט, כ'ניץ אינטערנעט נאר די האלבע מינוט ווילאנג ס'לאדענט זיך, און פארשטייט זיך אז כ'קום זעהן ביינאכט צו איינער האט עס געליינט... אבער דער אינטערנעט באניץ איז אראפ ב"ה פון נומער הונדערט צו פינעף, דער רבוש"ע זאל העלפן ווייטער), און דער געוואלדיגער זכות פון תורה הקדושה זאל זיי באשיצן און אויף אייביג באגליקן.

זאל דער רבוש"ע העלפן אז מז'אל מיר אלע זוכה זיין לאור באור החיים, האבן א לעכטיג לעבן און א פרייליך לעבן. און די טעג פון תמוז-אב זאלן נתהפך ווערן פון טרויער און קרעכטצן צו לוסטיג און לעבעדיג, מ'זאל מיר שוין היי יאר זוכה זיין, ווי דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע האט געזאגט, אז ער זעהט שוין ווי אידן שטייען מיט פרייד אין ביהמ"ד תשעה באב ביינאכט ווען אלעס איז ליכטיג און מ'זינגט "ותתן לנו השם אלוקינו את יום חג התשעה באב הזה" אוטש ווי דאס ווארט רייסט שטיקער, ס'ברענגט דאך אזויפיל געגעין צו די גאולה שלימה, ונזכה ונחי' ונראה בביאת משיח צדקינו בב"א!

סאו שמעלקא דעסייד, ביזט יא דא אדער נישט? ניין, אבער אן אויסברוך יעדע שטיק צייט צוליב דרוקעניש וועט זיין אן הכרח! זייט מיר געזונט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28552
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געוואלדיג, געוואלדיג. האסט מיך מעורר געווען אויפצושטיין פארטאגס און לערנען פארן דאווענען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שמעלקא.. ווי קענען מיר טראכטן פון שמעלקא'ס אוועקגיין פון דא?! ס'איז א נחת צו ליינען ווען שמעלקא האט אן אויסברוך! און דערפאר איז טאקע א שמחה ווען ער ענדיגט צו:
אן אויסברוך יעדע שטיק צייט צוליב דרוקעניש וועט זיין אן הכרח!


מיר קוקן ארויס דעראויף ווייטער. און יישר כח פארן מעורר זיין. דאס הארץ רייסט דערוועגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דברים קולעים אל השערה. זאל דער זכות פאררעכנט ווערן פאר דיר און פאר די צוויי חשוב'ע עסקנים וואס האבן מיליאנען שעה'ן תורה אויף זייער קאנטע.
An article a day keeps the babies away
זעליש קיצבורג
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 24, 2009 10:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליש קיצבורג »

הערליך שיין רבי שמעלקא. א גרויסן יישר כח, און זאל עס זיין לזכות.

אזויווי ווען דו וועסט לעזן דאס וועט שוין זיין ביינאכט, אזוי האסטו געזאגט, יא? וואס לאכסטו דיך אונטער? וויל איך דיך דערמאנען אז דיין ביינאכט חברותא ווארט שוין..
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7978
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יישר כח ר' שמעלקא,
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

געלויבט השי"ת וואס האט באשאפן אזא מושג פון אויסברוכ'ן אזוי האמיר כאטש די זכי' מזמן לזמן צו אריינכאפן אן ארטיקל פון רבין ר' שמעלקא'ן, מיר האפן אז די התעוררות פון אחב"י ביים ליינען ר' שמעלקא'ס געשרייבעכצער זאל זיין לזכותו ולזכות חבריו היקרים.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

יא שמעלקא, זייער גוט געשריבן.
כהאב געהאט פארשידענע צומישטע מחשבות, די לעצטע פאר טאג.
דו האסט עס מיר זייער שיין מסדר געווען.


אגב, דערמאן איך זיך. אז פאר אנדערהאלבן יאר צוריק האט פאסירט א שרעקליכע טעראר אקציע ווי צוויי כשרות משגיחים זענען ל"ע טראגיש אומגעקומען. אסאך רבי'ס און רבנים האבן דעמאלטס ערקלערט אז אזא מעשה, דארף אביסל א שאקל געבן דעם ציבור, אביסל מער צו טוהן בעניני כשרות.
לענינינו, ווען צוויי עסקנים, לקביעות עתים. וואס האבן אזויפיל אויפגעטוהן פאר מרומם צו זיין דעם כח התורה. וואו מאשקע האט עס ארויסגעברענגט אז זיי האבן מיליאנען שעה'ן תורה אויף זייער קאנטע. ליגן על ערש דוי, דארף דאס א שאקל געבן פארן ציבור, אביסל מער צו טוהן איבער קביעות עתים לתורה, כבין זיכער אז דאס איז עפעס א צייכן פון הימעל. על כן אידעלעך, לאמיר אלע אינאיינעם זיך מקבל צו לערנען לכה"פ 2 שעה א טאג, (לויט דעם קאמפיין וואס זיי האבן אונטערגענומען פארגאנגענעם שבועות).
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

אפשר איז כדאי אויב איינער קען ארויסשרייבן די נעמען פון די צוויי חשובע עסקנים מ'זאל קענען אינזין האבן ביי א קאפיטל תהילים (אדער שרייבן תגובות...) לזכות החלמתם במהרה.
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אפענע ניסי ניסים ביי ביידע
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

כ'מיין אז ס'איז נישט קיין סוד, אבער זייער מאמע'ס נאמען האב איך נישט.

העסקן החשוב מו"ה יואל ברי"א וויינבערגער הי"ו, און זיין חשוב'ער שותף לדבר מצוה מו"ה שלמה צבי ברא"ד קארנבלי הי"ו. ביידע זענען גאלדענע יונגעלייט וואס זענען עוסק מיט'ן צוזאמשטעלן שיעורים און חברותות אין קרית יואל. זיי האבן א חלק אינעם תורה לערנען פון הונדערטער יונגעלייגט, אריינגערעכנט אני הקטן (ס'איז נישט קיין גילוי, ווייל ס'איז דא נאך הונדערטער אזוי ווי מיר).
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע:אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יואל בן פיגא

שלמה צבי בן שרה

ייש"כ נייגעריג פאר די אינפארמאציע
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יעצט באקומען אין אישית:

יואל בן פיגא
שלמה צבי בן שרה
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה, דאפלט איז שטערקער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מאשקע האט געשריבן: אריינגערעכנט אני הקטן (ס'איז נישט קיין גילוי, ווייל ס'איז דא נאך הונדערטער אזוי ווי מיר).
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אה, דו רעדסט פון "אלף בית"? איך רעד פון גמרא תוספות...
An article a day keeps the babies away
bobke
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bobke »

-
לעצט פארראכטן דורך bobke אום זונטאג יוני 26, 2011 1:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

מאשקע האט געשריבן: אה, דו רעדסט פון "אלף בית"? איך רעד פון גמרא תוספות...

אה דו רעדטסט פון יענע חברותא? יענס איז שוין לאנג אויפגעלעזט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

גוט פאר דיר... שוין צייט צו גיין צו משניות...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע:איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

ר' שמעלקא געוואלדיג,זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן פאר ר' יואל א דאפלטע ישועה, און אוודאי אויך פאר ר' שלמה הערש ני"ו, און אי"ה מארגן גיי איך נאמאר לאזן מיין חברותא ווארטן.....
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6089
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פאטאקי08 האט געשריבן: אפענע ניסי ניסים ביי ביידע

וואס?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ס'איז נאכאמאל פרשת שלח, אבער איצט איז עס תשע"א! נאך א יאר פארלאפן!

רבותי! כאפטס חברורתו זאל עס זיין אלף בית, משניות אבער גמרא תוס'... כ'אפטס אריין....
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע:אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שקויעך ווינקל, כ'האב שוין כעמט אפגעגעסן פון דעם אשכול, און די וואך גייט די פרשה פונעם אשכול אין די מרגלים, ממש א רמז פון הימל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

שקויעך פארן ארויפברענגען. עס האט אריינגעברענגט א פרישע התעוררות.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8809
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אוי שמעלקא
איך האב הערשט פריער געליינט דיין תגובה, און איך געב א ציטער, ווער ליגט שוין נעבעך ווייטער על ערש דוי, כ'מיין וואס זאל מיר בייפאלן אז דאס איז א פאריעריג אשכול ווען דו רעדסט נאך פון פסחים
אבער ב"ה צוריקקומענדיג צום קאמפיוטער זע איך אז ס'איז טאקע יא פון א יאר צוריק און ב"ה מען דערציילט עס אין פריידן

נו לאמיר לויפן צו די גמרא מיין חברותא ווארט שוין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”