א בריוו צום עזר
זאכן וואס ליגט באגראבן און מ'ערלויבט זיך נישט עס ארויסצוברענגן מיט די מויל, און דאס איז וואו די פעדער קומט אריין, מיטן פעדער קען מען סאך מער און טיפער גיין.
דאס האט מיך באוואויגן צו נעמען די פעדער און עס ניצן פאר מיין געברויך.
ס'איז דא זאכן וואס איך האב שוין לאנג געוואלט ארויסברענגן נאר איך האב מיך צוריקגעהאלטן אבער יעצט האב איך אפגעמאכט גענוג! איך גיי דא אריין שטעלן א בריוו וואס איך האב געשיקט (האב איך דען..?) און זאל דער עולם זאגן צו מ'פארשטייט מיך.
טייערע **** (נאמען ארויסגענומען)
איך וויל נישט חלילה אז דו זאלסט דאס ליינען וואו קריטיק אדער חלילה אז איך רעד מיך אפ, איך וויל נאר אדורך שמוסען אפאר קלייניקייט.
איך וויל קודם אנפאנגן מיט א שבח (קאמפלימענט) ב"ה (געלויבט דער פון אויבן) איך בין זייער צופרידן, נישט אז דו וועסט דא ליינען וועסטו מיינען אז איך קריטיקיר, דאס וואס איך שרייב דא איז נאר צו מאכן זאכן פון גוט זייער גוט,
די נאכטמאל (סאפיר')ס וואס דו מאכסט זענען אויסטערליש, ממש איינס און די וועלט,
נישט אז איך האב שוין געקאסט די גאנצע וועלט'ס עסן אבער דאס איז נאר אזא אויסדריק,
און וואו אויך איז די הויז די מערסטע צוזאמגענומען פון אלע הייזער (ווייטער נאר א אויסדריק) ב"ה אלעס קלאפט אויפן בעסטן.
אבער אפאר זאכן וואס איך וואלט געקענט באשטיין איבערצוגיין,
1) דאס רופן אינמיטן די ארבעט פרעגן וואס דו זאלסט מאכן פאר נאכטמאל איז נישט לאגיש! סאפיר איז א מתנה (פרעזענט) וואס דער אויבערשטער האט געגעבן פאר פרויען צו מאכן, ס'באלאנגט נישט אז איך זאל דיר דארפן זאגן וואס צו מאכן פאר צוויי סיבות.
איינס, ווייל געווענליך מאכסטו סייווי וואס דו האסט אפגעמאכט אז דו גייסט מאכן, די טעלעפאון קאל איז נאר זיכער צומאכן אז איך שטום צו, וויל איך דיר זאגן אז איך שטום אייביג צו! פון היינט ביז נאך די הינדערט און צוואנציג שטום איך צו.
צווייטנס, ווען איך ארבעט גלייך איך נישט צו טראכטן פון גאלאש אדער מעש פאטעיטא, ס'איז נישט...
2) די נעגל וואסער שיסל איז געמאכט פאר נעגל וואסער, ס'באדערט נישט אויב ניצסטו עס אינמיטן טאג פאר שמאטעס אבער ביי סוף טאג זאל עס צוריק זיין צום ארגינעלן באניץ
3) און דאס איז א זאך וואס איך וויל שטארק אויסשמוסען און קלאר מאכן,
ווען א קינד האט פיבער מיינט נאך נישט אז חלילה ...... פיבער מאכט זיך ביי אסאך, און מען טאר עס נישט איגנארירן אבער מ'דארף נאך נישט ציטערן פארן ערגסטן....
4) ס'קומט יעצט די קאנטרי סיזאן, ס'איז נישט קיין שום בושה צו זאגן אז דו ווילסט פארן און קאנטרי, איך פארשטיי דיך טויזענט פארצענט, אויב אזוי פארוואס ווען מ'רעדט פון קאנטרי ווארפסטו אריין די ווארט 'די קינדער'?
זיי דארפן עס אויך? קען זיין, אבער דו האלטסט טאקע אז די איין יעריגס פארשטייט די חילוק פון קאנטרי לופט ביז שטאטישע לופט? שווער צו זאגן.
5) אויך א נקודה (פוינט) וואס איך וויל אויסשמוסען, ס'מאכט זיך אמאל אז מ'פארשמועסט זיך און שוהל נאך מעריב (די דאווענען פון ביינאכט) און געווענליך נאך אזא שמועס ווען איך קום אהיים זאגסטו מיר אז דו האסט דיך שוין געזארגט וואו איך בין, און נעקסט טיים זאל איך קאלן אז איך גיי בלייבן שמוסען.
יעצט אזוי, ווען איך בלייב שמוסען מיינט אז איך מיך פארשמועסט, פארשמועסט מיינט אז די שמועס איז געווען אזוי זאפטיג אז איך האב נישט באמערקט די זייגער לויפן,
יעצט דו ווילסט פון מיר אז איך זאל רופן זאגן אז איך פארשמועס מיך? אויב כאפ איך נישט אז די זייגער לויפט וואו אזוי ווילסטו אז איך זאל געדענקן צו קאלן?
און נאך מער, וואס זארגסטו דיך? איך געדענק נישט ווען ס'איז די לעצטע מאל געווען אז מ'זאל פארכאפן א אינגערמאן האלב צוועלף ביינאכט! איך געדענק נישט! איך מיין אז דו דארפסט נישט זיין באזארגט.
6) זונטאג.
דאס ווארט זונטאג מיינט אסאך פאר אונז ביידע, געווענליך שפענדט מען א טאג אינדערהיים צוזאמען, מ'גייט שאפינג, אלעס פיין און וואויל,
אבער וואס די קינדער דארפן אנטון זונטאג האט שוין נישט מיט מיר, צו די פאסיק און די שטרומפ מעטשט איז איין חילוק ביי מיר,
7) דאס איז שוין ממש א קלייניקייט אבער אז איך רעד שוין איז עס ווערט צו דערמאנען,
די גארבידזש מיז נישט זיין פול אזש ביזן איבעררינען, די הויז פארמאגט גענוג גארבידזש בעג'ס און ווען ס'פעלט זיך אויס קען מען גראד אנפאנגן צו ניצען א צווייטע. נאך אלעמען בין איך דער וואס גייט עס דארפן ארויסטראגן.
און אז מ'רעדט שוין, די טאאטה פעסט מעג מען איינטוישן אפילו ווען ס'איז נאך נישט אינגאנצן ליידיג, ס'שטייט נישט און ערגעץ אז מ'דארף אויסקוועטשן ביזן לעצטן טראפ פארן אוועק ווארפן.
ס'איז זיכער דא זאכן וואס איך האב פארגעסן און איך וועל נאך צוריק קומען,
א-יא, פאר איך פארגעס, איך האב דיר עס נישט געוואלט זאגן אבער איך וויל וועל יא זאגן,
שיך צורקריצט נישט קיין פלאר! איך האב איינמאל פראבירט אריין צוקומען און די הויז (פארשטייט זיך ווען די האסט נישט געזעהן...) מיט שיך, און ס'איז גארנישט!! געשעהן.
גלייב עס נישט, פראביר עס.
מיט דעם וועל איך צוענדיגן, איך האפ אז דו גייסט עס נישט נעמען שווער און חלילה אז יעצט זאל נאכקומען א בלאזן אטאקע... איך מיין נישט גארנישט נאר זיך דורך צו שמוסען.
אז דו האסט עפעס וואס דו האלטסט אז איך קען מיך פארבעסערן ביטע לייג עס אריין אונעם פינקע אשת חיל צעטיל איך וועל פראבירן אריין צובליקן יעדען טאג זעהן די תשובה (ריספאנד).
דיינס באמת (URS TRULY)