עשרה בטבת פרייטאג דיסארדער

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

עשרה בטבת פרייטאג דיסארדער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

יא יעצט איינמאל (נאך 10 יאר) גייט מען פאסטן א פרייטאג
איך האב שוין געבעטן שאצמאץ אין אישית ער זאל עס אראפ לייגן מיט אלע מפרשים ווער סהאט עפעס וואס סגייט זיין אנדערש אז די דיארדער'ד מענטשען זאלן ווערן ארויס פין סדר זאל לאזן הערן
איך האב אויפגעכאפט די פאר זאכן
מגייט זאגן תחנון פרייטאג (?) איך ווייס נישט אויף זיכער)
מגייט שוין דארפן דאווענען מנחה קבלת שבת נאך פארן זמן לעכט צינדן כדי מזאל קענען ענדיגן ביים זמן ר"ת נאך צו קענען כאפן קידוש פאר 6'ע.
יעדער זאל צולייגן זיינע 2 סענט פרוטה לפרוטה מצטרפת וועט ארויס קומען עפעס

נ.ב. איך ווייס אז איך קען נישט שרייבן ספעלען נישט מאכן קיין יללות איך ווייס איך ווייס איך טריי מיך צו פארבעסערן אין ליין יעדן טאג וויפל איך קום אהן צו כאפן דעם פארטל וועא"מ איך האף אז איין טאג וועל איך נאך קענען
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ווארט איז נישט "כאפן קידוש פאר זעקסע", ווייל אויף דעם איז דאך דא אן עצה פון זאגען "אב הרחמים כו' ויציל נפשותינו מן השעות הרעות" (און מאנכע פירן זיך אז שבת חנוכה, אדער ווען מען האט א גאסט וכדומה מאכט מען עמטליך קידוש צווישן זעקס און זיבן). די ווארט איז כדי נישט אריינצוציען דעם תענית טיף אין שבת אריין, נאר אויספאסטן ווי שנעלער.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

כ'האב פונקט דעם שבת אויפגעמישט א נטעי גבריאל וואס איז געליגן אויפן טיש נעבן מיר האב איך געזען אז ער רעדט דארט הלכות פאר עשרה בטבת שחל בערב שבת, דערמאנסטו מיר אז ער רעדט וועגן קידוש מאכן פאר זיבן און ער זאגט ווי קרעמער אז מ'איז נישט חייש און מ'זאגט אב הרחמים
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7098
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

תחנון זאגט מען ערב שבת, נאר אין סאטמאר זאגט מען נישט.
איצט איז אזוי, די ספעציעל אנגעצויגענע (די וואס פארטייטשן זיך אלס העכסט רואיגע, נאר פשוט זיי קעקנען נישט פארקוקען קיין קרומע שטיק) מענטשן, די זיינען די וואס ס'מאכט זיי אויס א חילוק. צב"ש, דער גייט שוין ערב שבת נאך חצות מאכען יעלות אויף יעדן פארוואס קיין איין זאך איז נאכנישט גרייט אויף שבת. איי וועסטו פרעגן די בלעך איז שוין אנגעגרייט אויפן קאונטער, די לעכט אפגעברענט, ס'שמעקט פרישע ראפאגאש בארכעס פונעם אויווען, דער שפאר איז פול מיט טעפ וואס ווארטן מען אינטערלייגען דעם בלעך, די טיש אנגעגרייט מיט די שענסטע עסצייג און געשיר (כדי להרחיב דעתו פון דעם אנגעצויגענעם/רוהיגען מענטש). דאס אלעס איז אים נישט משנה, ער ווארט שוין אפאר יאר אויף אזא פרייטאג זיך אויסצוגעבן זיין צארען וואס דריקט אים שוין זייט ער האט געלערנט אין די גמרא אז ערב שבת דארף מען אלעס פרעגן רוהיג. אבער דא האט ער אן אויסרייד אז ער פאסט און ער קען פשוט נישט שולט זיין אויף זיך.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

צו געזונט האט געשריבן: תחנון זאגט מען ערב שבת, נאר אין סאטמאר זאגט מען נישט.

אין זידיטשויב והנמשכים אחריהם אויך נישט, אבער עשרה בטבת יא.
ועמך כולם צדיקים
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

קען איינער דא אריינשטעלן דעם אב הרחמים???
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

מחזור האט געשריבן: קען איינער דא אריינשטעלן דעם אב הרחמים???



דאס איז די פשוט'ע אב הרחמים וואס מען זאגט פארן ליינען, און האט די ווערטער "ויציל נפשותינו מן השעות הרעות".

BTW דענק איך פאריגעס מאל אז די שבת סעודה, האט א געוואלדיגע געשמאק נאך אזא תענית.

און עס איז פארשטענדליך פארוואס די חכמים האבן גע'אסר'ט קובע סעודה זיין ערב שבת נאך חצות.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לזכות הרבים ברענג איך דא אהער עטליכע עצות צום פאסטן און אויספאסטן, געווען געדרוקט לעצטענס אין המספיק גאזעטע
אטעטשמענטס
עצות צו פאסטן און אויספאסטן.jpg
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

שמויגער האט געשריבן: מגייט שוין דארפן דאווענען מנחה קבלת שבת נאך פארן זמן לעכט צינדן כדי מזאל קענען ענדיגן ביים זמן ר"ת נאך צו קענען כאפן קידוש פאר 6'ע.


ביינונז אין שוהל גייט מען דאווענען אי"ה 15 מינוט נאך זמן הדלקת הנרות (וואס איז 15 מינוט פאר די שקיעה).


This signature was intentionally left blank
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

ס'אזוי, מ'שטייט אויף פארען עלות, אין מ'עסט טועמיה, מיט א ווארעמע גלאז משקה, נאכהער גייט מען דאווענען אין מ'זאגט סליחות, נאכהער גייט מען צי דער ארבעט אין נאכהער גרייט מען אן פאר שבת אין מ'גייט אין מקוה, אין דעטס איט מ'ליינט ויחל אין מ'מאכט קידוש אין מ'נעמט זיך צי די דיפס, והימים האלה יתהפכו לששון ולשמחה
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שמויגער האט געשריבן: נ.ב. איך ווייס אז איך קען נישט שרייבן ספעלען נישט מאכן קיין יללות איך ווייס איך ווייס איך טריי מיך צו פארבעסערן אין ליין יעדן טאג וויפל איך קום אהן צו כאפן דעם פארטל וועא"מ איך האף אז איין טאג וועל איך נאך קענען


מיר איז דאס די מערסטע געפאלן.

און כ'וויל דיר טאקע גיבן חיזוק, זאלסט נישט מיד ווערן. און זיך לערנען ביז דו וועסט קענען דעם פארטל [נישט פארטוישן מיט "מר. פורטם"].

און אז מ'ווייסט וואו מען שטייט, און אז מען אנערקענט אז מ'דארף זיך פארבעסערן, איז נאר א האלבע צרה. (ס'גארנישט, איך רעד צו מיר אליין).

אז דו ברויכסט אביסעלע חיזוק, ליין מנשה'לעס אינהאלטסרייכע דיבורים פאר די יעניגע וואס צעגערן אויפצובויען זייערע באהאלטענע טאלאנטן.
viewtopic.php?p=384655#p384655

איך אנטשולדיגט זיך טיף און ברייט פארן פארדרייען די נושא. כ'האב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן.
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

ישר כח פאר די סופארט אנצוגיין ווייטער
לעצט פארראכטן דורך שמויגער אום מיטוואך דעצעמבער 15, 2010 1:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

סופארט אנצוגיין...

אז דו ווילסט וועל איך דיר העלפן זיך לערנען ספעלן.
ברענעריי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 24, 2010 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברענעריי »

דאס איז זיכער אז די סעודה וועט זיך עסן מיטן גאנצן געשמאק לקיים מה שנאמר חציו לכם.

--

פארשריבן ס'וואלט געווען א גלייכע זאך אז אפאר עליטע שרייבערס זאלן ארום גיין פארבעסערן און צולערנען דעם עולם וויאזוי צו שרייבן. די נייע דור קען ניצן א גוטן מלמד
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

ווער עס וויל [אפי' דער אלטער דור] קען זיך איינשרייבן ביי מיר פריוואט.
און ווען כ'וועל האבן א הערה אויף זיין תגובה, וועל איך עס אים בל"נ אריינשיקן מיט די פארבעסערונגען.

סתם אנפירקלען די פארומ'ס איז ווארשיינליך נישט ניחא פאר קיינעם.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך האב אפגעשריבן א לאנגע פריוואטע הודעה פאר איך הרב פארשריבן. אבער די סיסטעם לאזט נאך דערווייל נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות. אלזא, בעט איך אייך דא. ביטע לייגט צמיך צו אויף אייער ליסט. איך קען ניצן איינער וואס זאל מיך צורייבן. יישר כח
שמויגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 8:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמויגער »

איך בין שוין אויף דיין ליסטע אדער איך דארף נאף אויספילן א אפליקעישאן
(אויב די טרעפסט נאך מיסטעקס לאז וויסן)
ישר כח
גלייב מיר מיין ווארט איז מער ווערט ווי מיין אונטערשריפט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איז דא עפעס א שאלה לגבי שערן האר אדער נעגל "עשרה בטבת" (בפרט כשחל בערב שבת?)
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער משנה ברורה ברענגט אז א בעל נפש זאל מחמיר זיין ביי אלע ד' צומות צו האלטן די ה' עינויים, אזוי ווי תשעה באב. אויסער נעילת הסנדל ווייל ס'זאל נישט זיין קיין חוכא וטלולא.
אבער ווען עשרה בטבת געפאלט ערב שבת זאל מען זיך יא וואשן געהעריג.
דאס איז לגבי די ה' עינויים, אבער עס זענען דא פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף האלטן אבילות אזוי ווי די ניין טעג.
ס'קען זיין אז ביי שערן נעגל איז עס אזוי ווי אין די ניין טעג, אז ווער ס'שערט זיך יעדע וואך מעג זיך שערן.

די זעלבע שאלה איז צו מ'מעג וואשן די פלאר ערב שבת.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

לויט ווי אזוי איך ווייס. איז די ESCD דיסארדדער, די גרעסטע דיסארדער וואס עס איז נאר דא ביים היימישען ציבור, און עס איז א מצב פון קאסטראפע
איך גלייב נישט, אז די וואך פרייטאג וועט אפילו קומען נאנט דערצו,

אז מען רעדט שוין פון די וואך, איך האב געמאכט גאנצעטע פלענער וואס איך גיי אלץ טיען מיט מיינע קינדער די וואך נאך די סעודה
עס איז א זעלטענע זאך די וואך, מען גייט האבן די וועלט'ס צייט, 7:30 אדער 8:00 וועט שוין יעדער האלטן נאך די סעודה, אידן האבסט שכל, און ניצט עס אויס,
גרייט אייך א שיין ענין וואס איר קענט לערנען/שמיעסן מיט זיי, אפילו עפעס היסטערי, פארהערן מיט א רואיגקייט, בקיצור, עס קען זיין א לאנגע בא'טעמטע נאכט, פאר עס וויל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פון נטעי גבריאל איז משמע אז אלעס איז מותר כרגיל אזוי ווי יעדע ער"ש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע:רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איינער קומט היינט צו מיר מיט א לומד'ישע שאלה, פארוואס מ'מוז נישט אויספאסטן די רגע ס'ווערט די צאת, הלמאי שבת טאר מען דאך נישט פאסטן?

האב איך שפעטער געקלערט אז ער איז לכאו' נישט גערעכט. ווער זאגט אז טאמער מ'פאסט נישט אויס די רגע ס'ווערט די צאת הייסט דאס נאך געפאסט? פאסטן איז נישט קיין פעולה. ס'איז א העדר, א "מצב" פון פאסטן. "פאסטן" מיינט אז מ'עסט נישט. נישט עסן מיינט אבער נישט אז מ'פאסט, כאפסט? וויפיל מאל גייט דורך אין א געווענליכע טאג וואס דיין מויל איז ליידיג אן דעם וואס זאלסט פאסטן? מ'קען רואיג מחליט זיין ביים 72 אז מ'פאסט אויס, עסן וועט מען הערשט עטוואס שפעטער.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מחותן האט געשריבן: אז מען רעדט שוין פון די וואך, איך האב געמאכט גאנצעטע פלענער וואס איך גיי אלץ טיען מיט מיינע קינדער די וואך נאך די סעודה
עס איז א זעלטענע זאך די וואך, מען גייט האבן די וועלט'ס צייט, 7:30 אדער 8:00 וועט שוין יעדער האלטן נאך די סעודה, אידן האבסט שכל, און ניצט עס אויס,
גרייט אייך א שיין ענין וואס איר קענט לערנען/שמיעסן מיט זיי, אפילו עפעס היסטערי, פארהערן מיט א רואיגקייט, בקיצור, עס קען זיין א לאנגע בא'טעמטע נאכט, פאר עס וויל

נו לאמיר האפן אז גראדער אדער שאץ וועלן זיך אנרופן ווארעם, מיט עפעס אינטערעסאנטע שטאף וואס צו פארציילן נאך די סעודה
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן: איז דא עפעס א שאלה לגבי שערן האר אדער נעגל "עשרה בטבת" (בפרט כשחל בערב שבת?)
zugurnish בפורומי בחצרות שרייבט אזוי :
ענין לא להסתפר בתענית מובא ברוח חיים (פלאג'י סימן תקס"ו)
בשם הטורי אבן והכרם שלמה

וכותב שם שאם עשרה בטבת חל בערב שבת מותר.

אך מחוץ למקום הנ"ל לא מצאתי שאסור להסתפר בתענית.

zbol שרייבט צו :
בשל"ה ריש מסכת תענית שלו, וכמדומה הובא בנ"כ הש"ע, שהמחמיר -בינו לבין עצמו- בכל הדברים בג' התעניות כמו ט' באב, תבוא עליו ברכה.
ועמך כולם צדיקים
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

געלעגער האט געשריבן: איך האב אפגעשריבן א לאנגע פריוואטע הודעה פאר אייך הרב פארשריבן. אבער די סיסטעם לאזט נאך דערווייל נישט שיקן קיין פריוואטע הודעות. אלזא, בעט איך אייך דא. ביטע לייגט מיך צו אויף אייער ליסט. איך קען ניצן איינער וואס זאל מיך צורייבן. יישר כח


איך צורייב קיינעם נישט ח"ו...

גראדע איז דיין ספעלינג [ווערטער-אויסלייג] גאנץ גוט.

איך לייג דיר גערן צו אויף די ליסטע. אבער אויב דו קענסט נישט שיקן און באקומען פריוואטע הודעות, וועסטו גארנישט האבן דערפון.
ווייל איך האלט נישט ביים אנפירקלען די פארומ'ס מיט פאררעכטונגען.

(דא האב איך זיך ערלויבט, כדי צו געבן חיזוק פאר שמויגער. וועם איך טרעף יעדן חודש אין שמויגער-לאנד, השוכן במעלות).
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”