צוואת ר' יהודה החסיד

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

צוואת ר' יהודה החסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אייביג הערט מען סאיז צוואת ר' יהודה החסיד, איך וואלט שוין לאנג געוואלט וויסען אויף וועלעכע זאכען ער האט עס געזאגט? וויפיל זאכען? און וואס ס'פשט פון דעים.

וואס איז די הלכה ביי א טיר אדער א פענסטער? ווען דארף מען מאכען א לאך און ווען נישט?

אויב איינער האט ארויס די נושא זאל ער זיך ביטע אנריפען ווארעם...

א דאנק!

אויב סאיז שוין דא אזא אשכול שיק'טס מיר אהין...
לעצט פארראכטן דורך קהת אום דינסטאג דעצעמבער 21, 2010 1:24 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

די זאכן וואס דו דערמאנסט האט מיט צוואת ר' יהודה החסיד נישט מיט חדר"ג, דאכט זיך חדר"ג איז נאר צווייי זאכן, נעמען מער ווי איין ווייב, גט'ן א ווייב בעל כרחה, און איך דערמאן מיר יעצט א דריטע זאך פון ליינען יענעם'ס בריוו אן רשות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דא האסטו צוואת ר"י החסיד מיט א ביאור
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 14&hilite=
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע:דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

מי יודע האט געשריבן: די זאכן וואס דו דערמאנסט האט מיט צוואת ר' יהודה החסיד נישט מיט חדר"ג, דאכט זיך חדר"ג איז נאר צווייי זאכן, נעמען מער ווי איין ווייב, גט'ן א ווייב בעל כרחה, און איך דערמאן מיר יעצט א דריטע זאך פון ליינען יענעם'ס בריוו אן רשות


א גרויסען שכויעך איך האב מיר טאקע צומישט דאס האב איך געמיינט.

געטוישט די קעפל...
Normal is just a setting on the washing machine
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פון די באוואוסטע אזהרות פון צוואת ר' יהודה החסיד, איז אז א איידעם זאל נישט טראגן די זעלבע נאמען ווי דער שווער.

היינט צו טאג איז אנגענומען אז אויב נאר איין נאמען איז ענליך, פרעגט מען אן דריי גדולים (בבחי' התרת נדרים).


איך האב אמאל געהערט אז דער סאטמארער רבי בעל ברך משה זצ"ל, פלעגט הייסן אז ווען מ'גיבט "יואל" זאל מען צוגעבן נאך א נאמען דערצו, כדי ס'זאל נישט ווערן א פראבלעם ווען די יואלי'ס וועלן נעמען איידימער.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

טאבאקא האט געשריבן: איך האב אמאל געהערט אז דער סאטמארער רבי בעל ברך משה זצ"ל, פלעגט הייסן אז ווען מ'גיבט "יואל" זאל מען צוגעבן נאך א נאמען דערצו, כדי ס'זאל נישט ווערן א פראבלעם ווען די יואלי'ס וועלן נעמען איידימער.

פלעגט "צומאל" הייסן. כצ"ל. דהיינו ס'איז געווען ווען יא ס'געווען וועניש אויך.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אין וואס האט זיך עס געוואנדן?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ער האט בעיקר אנגעהויבן צו הייסן אין די שפעטערע יארן בערך אין די נ'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

פון דער גאנצע צוואה איז נאר איין זאך נתקבל געווארן בתפוצות ישראל, און דא איז אז דער ענין פון "כלה וחמותה", פון די רעשט האט מען נישט געמאכט קיין עסק.

ווי באקאנט איז איינמאל געווען אן אסיפה בראשות המהרש"א און מען האט גערעדט פון צוואת רבי יהודה החסיד, צו ער האט עס געשריבען פאר יעדער איינער אדער נאר זיינע קינדער און איניקלעך, האט זיך דער מהרש"א אויפגשטעלט און זיך אנגערופען אין צוואת רבי יהודה החסיד שטייט אז מען שאל נישט א נאמען געבן די קינדער די נעמען יהודה און שמואל, האט דער מהרש"א אויסגעפירט איך בין אן אייניקל פון רבי יהודה החסיד, און איך הייס שמואל און פיין פאטער הייסט יהודה!

למעשה "כלה וחמותה", איז נישט אזוי ווייט צוואת רבי יהודה החסיד ווי פשוט כיבוד אב ואם, און דער זעלבע איז ביי חתן וחמיו...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מי יודע האט געשריבן: ער האט בעיקר אנגעהויבן צו הייסן אין די שפעטערע יארן בערך אין די נ'

אין די שפעטער יארן האט ער אויך נישט אלץ אזוי געזאגט.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איטשע האט געשריבן: פון דער גאנצע צוואה איז נאר איין זאךנתקבל געווארן בתפוצות ישראל, און דא איז אז דער ענין פון "כלה וחמותה", פון די רעשט האט מען נישט געמאכט קיין עסק.

נישט ריכטיג.

אויף אסאך ענינים ווי למשל נישט פארמאכן א טיר אדער א פענסטער, נישט אראפווארפן אן אויוון, און נאך עניני ח"ק איז מען מקפיד.
(עכ"פ מען רעכנט זיך דערמיט, און ס'איז זיכער אז מ'מאכט אן עסק).

פון די איינציגסטע זאכן וואס מען איז באמת נישט מקפיד דערויף היינט צוטאגס, פשוט ווייל ס'איז נישט מעגליך, איז אז צוויי ברידער זאלן נישט וואוינען אין איין שטאט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

טאבאקא האט געשריבן: נישט ריכטיג.

אויף אסאך ענינים ווי למשל נישט פארמאכן א טיר אדער א פענסטער, נישט אראפווארפן אן אויוון, און נאך עניני ח"ק איז מען מקפיד.
(עכ"פ מען רעכנט זיך דערמיט, און ס'איז זיכער אז מ'מאכט אן עסק).



ווענדט זיך ווער, כלה וחמותה איז אנגענומען ביי גאנץ יהדות אשכנז, די רעשט נישט ממש, כולל הנ"ל...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב א שאלה בנוגע צוואת ר"י החסיד

ער שרייבט מען זאל נישט פוצן די שיך ביום שיוצא לדרך

ואס איז די גדר פון יוצא לדרך? ווי ווייט?
פון קרית יואל קיין וומסב,ג הייסט אויך יוצא לדרך?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אין אשכול ווי איז די מקור רעדט מען דערפין.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

א לינק ביטע?

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8774
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מי יודע האט געשריבן: א לינק ביטע?

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

עס איז דא א קונטרס אויף די צוואת ר' יהודא החסיד פון בוטשאטשער רב זצ"ל, ער איז מורא'דיג מקיל אין די אלע זאכן ווייל עס האט נישט קיין מקור אין ש"ס.

לגבי פיצן די שיך ביים גיין אויף א וועג האט ער אפאר קולות.

אויב ער האט שוין געפיצט און אנגעטון און ער האט נישט קיין ברירה מעג ער ארויס גיין אויף א וועג. די זעלבע אויב בשעת'ן פיצן האט ער נישט געפלאנט צו פארן מעג ער פארן מיט די שיך אפילו ער האט דאס היינט געפיצט.
אויב פארט מען און מען גייט נישט צופיס, קען זיין אז עס איז נישט קיין פראבלעם.
נאר אויב דער וואס פיצט עס טוט עס אן ביים גיין אויפן וועג איז אסור, אבער אויב א צווייטער פיצט עס פאר אים, אפילו יענער ווייסט אז ער גייט גיין אויף א וועג איז מותר.

פארשטייט זיך אז איך ברענג עס נאר להערה בעלמא, למעשה דארף מען פרעגן א שאלה.

שמעתי אז די חזון איש האט זייער מחמיר געווען בנוגע צוואת ריה"ח.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

leiby האט געשריבן: אין אשכול ווי איז די מקור רעדט מען דערפין.

ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=361896#p361896
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

לגבי פארשטאפען דארט ווי עס זענען געווען פענסטערס אדער טירען
דאכטזיך אז מען איז יא מחמיר אריין צו לייגען א רעהר
ווען איך אליין האב א שידוך געטוהן און דער חתן האט געהאט נאר איין נאמען
איך אליין האב צוויי נעמער און איינער איז אזוי ווי מיין איידעם
נאר מיין כינוי איז באזירט אויף דער נאמען וואס מיין איידעם הייסט
האט זיך אהנגעהויבען שאלות
עטליכע רבנים האבען מחמיר געווען
סוכ"ס האט מיר איינער געזאגט אויב איך האב דריי רבנים וואס זענען מתיר איז בסדר
ב"ה איך האב געטראפען דריי רבנים ענד דע רעסט איז היסטארי...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

ווינקל האט געשריבן:
leiby האט געשריבן: אין אשכול ווי איז די מקור רעדט מען דערפין.

ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=361896#p361896


טשולדיגט ערשט יעצט געזעהן, שכוח ווינקל פרן לינקן.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

איך ווייס איך וועל כאפן קלעפ פאר מיין תגובה. אבער איך האב גהאט א שאלה און גפרעגט מיין ראש ישיבה/פוסק. וזה לשון תשובתו אלי: האם אתה נורלמלי, אצלנו לא הקפידו כלל.
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

קוק אויף דיין אוועטער וועסטו זען וואספארא פנים דו טראגסט.....
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

mitzva man האט געשריבן: אבער איך האב גהאט א שאלה און גפרעגט מיין ראש ישיבה/פוסק. וזה לשון תשובתו אלי: האם אתה נורלמלי, אצלנו לא הקפידו כלל.

די פראבלעים איז טאקע ווען מען ווערט פון א ראש ישיבה א פוסק, און פון א רב א רבי, וחלופיהן . . .



הרבה יסודות יהדות תלויין בזה, קצרתי במקום שאי אתה רשאי להאריך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

מאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה.

איז דא א חיוב מן התורה, מדברי קבלה, מדרבנן - נזהר צו זיין אדער נישט מער ווי א זהירות אלס סכנה? איינער ווייסט?
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אויף די מאן דלא קפיד גמרא שטייט אז ס'גייט נאר ארויף אויף זוגות.
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”