צוואת ר' יהודה החסיד

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

mitzva man האט געשריבן: איך ווייס איך וועל כאפן קלעפ פאר מיין תגובה. אבער איך האב גהאט א שאלה און גפרעגט מיין ראש ישיבה/פוסק. וזה לשון תשובתו אלי: האם אתה נורלמלי, אצלנו לא הקפידו כלל.

קודם כל זעה איך אז דיין ראש ישיבה/פוסק איז מחובר צום טריפה'נעם נעט (און אז ער פארמאגט נישט קיין ספעל-טשעק), אויב נישט, און דאס איז געווען אן ענטפער בעל פה, זעה איך דערפון אז ער באנוצט זיך מיט א שפראך וואס איז ביי אונז חזיר-טרייף, ואצלנו הקפידו מאד על זה.

און מיר דאכט זיך אז למיחש מיהא בעי, און פונקט וואו דו ביסט מדקדק צו טראגן תכלת ווייל אפשר איז דאס די ריכטיגע בלוי-וואל, ברויכסטו נזהר זיין אין צוואת ריה"ח ווייל אפשר גייט דאס אן פאר יעדן און טאקע עד היום הזה.
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

קרעמער האט געשריבן:

דער אמת איז א זיין ענטפער איז געווען דורכן טעלפאן, און עס איז געווען אויף ENGLISH, איך האב דאס איבער גשריבן אויף לה"ק.

דאס איז מיין שאלה, איז דא א חיוב מן התורה אדער מדרבנן - עכ"פ א ספק דאורייתא אודער ספק דרבנן - צו נזהר זיין אין רבי יהודה החסיד'ס צוואה, אדער נאר א פחד פון א סכנה?

אפשר גאר איז דאס א מנהג, דעמלט דארף איך ניט נזהר זיין ווייל במקומותינו האט מען OBVIOUSLY ניט מקפיד געוען.
אויב א חשש סכנה, איז דאס תלוי יעדער כפי דעתו, ניין?

איך פרעג נאר. אויב איך מאך טעות ביטע פאררעכט מיר.

איך געדענק ווען איך בין גפארן קיין קרית סקווער אויף א שבת, האב איך גהערט אז "דארט" פירט מען זיך לויט אלע מנהגים פון רבי יהודה החסיד.
איז דאס ביי אלע חסידישע פלעצר? איך האב ניט געוואוסט!!
לשמור ולעשות ולקיים
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זאג נאר צדיק, ביסטו טאקע א בן גרים? מנהג בית אביך האסטו אנגעפרעגט?

פון חמירא סכנתא מאיסורא האט איר שוין געהערט, אדער ניט?
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

קרעמער האט געשריבן: זאג נאר צדיק, ביסטו טאקע א בן גרים? מנהג בית אביך האסטו אנגעפרעגט?

פון חמירא סכנתא מאיסורא האט איר שוין געהערט, אדער ניט?

ניין, ניש קיין בן גרים, מנהג בית אבי איז ניט קלאר. אבער משתייך צו קהל פרושים/ליטא און אשכנזים. כנראה דארט האט מען ניטש אזוי מחמיר/מקפיד געווען.

חמירא סכנתא מאיסורא דוכט זיך רעדט די גמרא פון דעם איסור פון "גילוי". זענט איר מחמיר אויף גילוי משקים אלס חמירא סכנתא?
לשמור ולעשות ולקיים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

mitzva man האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן: זאג נאר צדיק, ביסטו טאקע א בן גרים? מנהג בית אביך האסטו אנגעפרעגט?

פון חמירא סכנתא מאיסורא האט איר שוין געהערט, אדער ניט?

ניין, ניש קיין בן גרים, מנהג בית אבי איז ניט קלאר. אבער משתייך צו קהל פרושים/ליטא און אשכנזים. כנראה דארט האט מען ניטש אזוי מחמיר/מקפיד געווען.

?

מיר זענען אויך ניט קיין בני גרים, מנהג בית אבי יא קלאר, אבער משתייך לקהל חסידים. כנראה דארט האט מען נישט מחמיר מקפיד געווען צו גיין מיט תכלת.........
אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע:*** Yeshiva Gedolah

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mitzva man »

דאס איז מיין שאלה, איז דאס בלויז א מנהג. קען מען מקיל זיין לצורך וכו'
לשמור ולעשות ולקיים
תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 15, 2011 11:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמוד »

אין צוואת ריה"ח סעיף מ"ג (בדפוס יוזעפאף, אין אנדערע דפוסים איז עס סי' ל"ח) שטייט אזוי: לא ילך אדם מביתו לדרך, ויחזיר לביתו אם שכח איזה דבר, רק יעמוד לפני הבית לשאול מה שצריך:

קען מען מעיין זיין וואס טוט זיך אויב איינער גייט ארויס נישט וואוסענדיג אז ס'רעגנט, מעג ער צוריק אריינגיין נעמען א שירעם אדער ער מוז הייסן איינער זאל עס אים ארויסברענגען?
(עס זענען אסאך היתירים ביי געוויסע אופנים. למשל אן אלמן ל"ע [לכאו' ה"ה בחור או גרוש], אויב ער איז אין וועג אדער זיין ווייב איז נישט אינדערהיים, אבער מיר וועלן נישט איצט אריינגיין אין דעם)

איך בין נישט קיין פוסק, אבער בדרך אפשר מען קען זאגן צוויי טעמים פארוואס ס'איז מותר.

אין מקור חסד זאגט ער "אולם במקום מצוה בכלל אין לחוש", און נישט שאדן מאכן אידיש געלט וואס מען וועט דארפן פארריכטן (אדער אין א שטארקער רעגן גאר קויפן א נייע) די הוט און רעקל קען אריינגיין אין גדר פון א מצוה. און אויב גייט ער אין ביהמ"ד, און די נאסע רעקל וועט אים שטערן פון לערנען און דאווענען אפי' נאר פאר די קומענדיגע שעה, קען מען אויך זאגן אז ער נעמט דעם שירעם פאר א מצוה. אבער נישט יעדער האלט ווי דעם מקו"ח.

אביסל א שטערקערע צד להיתר, איז לויט דעם וואס דער בוטשאטש רב זאגט אין זיין קונטרס מילי דחסידותא "ואם אחר שליוהו (ד"מ אז די ב"ב האט אים ארויסבאגלייט, עיי"ש בפנים) נמלך מהדרך, ואח"כ נמלך לילך, יכול לחזור להחדר באין חשש". נו, דא איז דאך בפשטות נמלך, ווייל ער וויל דאך נישט גיין אין די רעגן און נאר נאכן נעמען דעם שירעם וויל ער פריש ארויסגיין. כן אפ"ל, וצ"ע למעשה. (דא קען מען זיך אויך דינגען פשט אינעם "ליוהו", והבן)

ובדרך צחות קען מען זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס אסאך ישראל קדושים האלטן די שירעמעס אין האל... (אבער ס'איז נישט אינגאנצן ריכטיג, ווייל לויטן מילי דחסידותא רעדט מען נאכן ארויסגיין פונעם גאנצן בנין, נישט נאר פון זיין אייגענע הויז)
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

אז ער האט נישט געוואוסט אז ס'רעגנט גייט דאך עס בפשטות נישט אריין בכלל "שכח איזה דבר", ער האט דאך דאס בכלל נישט געהאט אין פלאן מיטצונעמען!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אין די גמרא שטייט אז היוצא לדרך דארף זאגן תפלת הדרך, זאגסטו דעם תפלה אויפן וועג צום שול...?

יוצא לדרך מיינט נישט גיין אין ביהמ"ד אריין.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א חידוש פון הרב ווינקל! אבער לפענ"ד דארפסטו זיך אונטערשטיצן מיט ראיות. דיין משל איז נישט אינגאנצן (אדער אינגאנצן נישט) דומה לנמשל, ואין לי פנאי כעת להאריך ועוד חזון למועד.

אגב, איך האב הנאה אז דו האסט אפגעשטעלט דיין געלויף און דאס איבערגעבן פארן רויטן ווייזערל פונעם זייגער...
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

טאבאקא האט געשריבן: א חידוש פון הרב ווינקל! אבער לפענ"ד דארפסטו זיך אונטערשטיצן מיט ראיות. דיין משל איז נישט אינגאנצן (אדער אינגאנצן נישט) דומה לנמשל, ואין לי פנאי כעת להאריך ועוד חזון למועד.

מען דארף א ראי'?
דו פיצט זיך די שיך אמאל? וועלכע טאג גייסטו נישט אין בית המדרש?
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע:אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

וואס איז מיט האלטן באשעפענישן אינדערהיים? ביי וועלכע חיות פונקטליך? פיש? פויגל? אלע באשעפענישן? און הלמאי מ'זעהט אז פיש און פויגל, און אפ' באנירעביט'ס זענען דא אסאך וואס זענען זיך מקיל צו האדעווען?!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוודאי
באנירעביטס זענען דאך אזוי קיוט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

איינער האט אמאל געפרעגט רבי שלמה'לע באבאווער ז"ל צו צוויי ברודער מעגן וואוינען און איין אפארטמענט בילדינג, צוליב חושש זיין אלס צוואת רבינו יהודה החסיד??
האט ער גע'ענט'פערט, און איין אפארטמענט בילדינג היינט צוטאגס וואוינען מער מענטשען ווי און דער שטאט באבוב,כידוע האט דארט געוואוינט עטליכי פופציג משפחות
ממילא דארף מען און מ'קען נישט חושש זיין,
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

האט נישט ר' יודא החסיד געשריבען וועגען צוויי ברידער אין זעלבען שטעטעל
און לאו דוקא אין זעלבען בילדינג?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע:נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

און וואס איז וועגען צוויי שוועסטער אינעם זעלבן בילדינג, איז דאס אויך אין צוואת ר' יהודה החסיד?
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

סמארט
צוויי שוועסטער אין דעם זעלבען בילדינג איז סתם א סכנה....
עס דערמאנט מיר א ווערטעל
אין א שטעטעל האבען געוואוינט צוויי רבי'לעך
זייערע חסידים האבען חרוב געמאכט די שטאט מיט זייערע מחלוקת
זאגט דער רב דמתא יעצט פארשטיי איך וואס אברהם אבינו האט געזאגט צום באשעפער אולי יש עשרה צדיקים בתוך העיר
ווייל אויב עס זענען דארט פארהאן צדיקים קען דער אייבערשטער זיך פארשפארען די ארבעט
ווייל זיי אליין וועלען שוין חרוב מאכען די שטאט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע:נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

משה שמואל גיט גיט...;l;p-

אבער למעשה?
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

זעהסט דא ברענגט ער נאר פון צוויי ברידער און אפילו אין די זעלבע שטאט לאו דוקא זעלבע הויז
http://he.wikisource.org/wiki/%D7%A6%D7 ... 7.A8.D7.94
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע:נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

יש"כ פאר די לינק
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע:מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מי יודע האט געשריבן: די זאכן וואס דו דערמאנסט האט מיט צוואת ר' יהודה החסיד נישט מיט חדר"ג, דאכט זיך חדר"ג איז נאר צווייי זאכן, נעמען מער ווי איין ווייב, גט'ן א ווייב בעל כרחה, און איך דערמאן מיר יעצט א דריטע זאך פון ליינען יענעם'ס בריוו אן רשות

ניין חדר"ג איז אסאך זאכן, איך האב אמאל געזעהן און א פארשטיפטע ספר אויסגערעכנט עטליכע בלעטער חדר"ג, און כנהוג מבית אבותי דענק איך נישט יעצט וועלכע ספר, אבער איך בין קלאר אז איך האב עס געזעהן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

דא קענסטו זעהן אלע תקנות פון חרם דרבינו גרשום
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב געהערט אז די ראשי ישיבות און ראשי כוללים האבען ערנסט געטראכט מתיר צו זיין חתונה האבען מיט צוויי ווייבער
ווייל איין שווער איז שוין מער נישט גענוג אויף אויסצוהאלטען אנ'איידעם ער זאל זיצען אין כולל....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM

כ'געדענק אדער עס חלומ'ט זיך מיר.....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

.......אז איך האב געזעהן בא' מספרי הבני יששכר אז אין די ענינים ווענדט זיך אין הוראת חכם אז מ'פסקנט אז עס שאדט נישט שאדט עס נישט
כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע:THE "SANE" ASSYLUM

אולי מקומו במילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כיצחק »

Halacha - siman ra
Submitted by Reb Dov Answered by Rav Peretz Moncharsh
Question: Is it a siman ra (according to R' Yehudah Hachassid) to hit a deer. I ran into 2 over last 3 months. if so, what action if any should be taken?
Answer: I'm not familiar with any mention of this issue in the writings of R' Yehuda HaChosid. However it certainly is a sign that you should drive carefully. Also, a collision with a deer is very dangerous and you should bench gomel
http://www.revach.net/ask/article.php?id=1031
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”