לייבעלע וואלדמאן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

לייבעלע וואלדמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך געדענק אז ערגעצוואו אין היכל הנגינה, האט מען זיך ארומגע'טענה'ט צו ער איז א באריטאן אדער א טענאר.
איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין די זאכן, אבער איך זעה אז ר' בערל האט אנגענומען אז ער איז א טענאר.

אט איז וואס ער שרייבט:
חזן לייבל וואלדמאן איז אויך געווען א חזן מיט א שיינע גרויסע טענאר שטימע, און האט ארויסגעגעבן פולע חזנ'ישע רעקארדס.
און ס'איז מערקווירדיג, אז ער איז געווען דער ערשטער גרויסער חזן וואס איז געווען א "נעיטיוו" אמעריקאנער געבוירענער, אנדערש ווי אלע אנדערע חזנים קאלעגעס זיינע, וואס זענען איינס ביי איינס געווען "גרינע" געקומענע פון די לענדער אין אייראפע, וואס דער כוח המושך פונעם אמערקאנער דאלער ווי אויך די ברויזענדיגע וואלן פון די פאגראמען און מלחמות אין דער אלטער היים מעבר לים, האט זיי אהערגעבראכט.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פון וועלכן בערל רעדסטו? ישכר דוב פעטמאן?
An article a day keeps the babies away
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

מען זעהט אז איר האט זיך שוין לאנג נישט באוויזן דא...

אלענפאלס סתם ר' בערל בחזנות, הוא ר' בערל שווארץ בעמ"ח זמירות ישראל.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע:צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

פארשריבן, איר ווייסט ווער ר' ישכר דוב פעטמאן איז?
שש מצות תמידיות : אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו .
imzist
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך imzist »

פון די גרעסטע צווישן די פריערדיגע דור שרייבערס. געשריבן אין איד און נאך.

גארנישט ספעציעל מיט חזנות.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שטארק זיך טענה'ט אז ער איז באריטאן
שטארק זיך האט געשריבן: 3 טנורים
לייבעלע וואלדמאן איז בפשטות א באריטאן לויט זיין שטימע ראנג, קען זיי רופן אים טענאר וויבאלד בכללות רופט די וועלט אן א חזן אדער אפערע זינגער (מאנספערזאן) א 'טענאר'

און יודל מענדלזאהן האלט אז ער איז א דראמאטישע טענאר
יודל מענדלזאהן האט געשריבן: אנדערש ווי דערמאנט דא אין א נאענטן אשכול, איז לייבעלע וואלדמאן נישט געווען קיין באריטאן, נאר א דראמאטישע טענאר.


און איך האב נאכגעברענגט דאס פאלגנדע פונעם דאקטאר
טאבאקא האט געשריבן: 4 מיין זיידנ'ס חלום
הקלטה מקורית 1954
את השיר מיין זיידנ'ס חלום [חלום סבי] כתב והלחין, החזן אברהם זינגר בשנת 1936. בשיר תיאור נפלא של מלאכי השרת המבקשים מבורא עולם לגאול את עמו, את ישראל מצרותיו. והסניגור הגדול של עם ישראל, משה רבנו עומד ופורש בפני רבוש"ע את תנאי החוזה שבינינו לבין הקב"ה, מאז יציאת מצרים ועד מתן תורה. השיר ראה אור בדפוס באותה שנה [1936] במסגרת חברת "מטרו מיוזיק קומפאני" ומשולבים בו צלילי "האקדמות" לצד מודוסים אחרים המאפיינים את ההסטוריה היהודית רבת השנים ורבת התחינה והבקשה. השיר נכתב במיוחד עבור החזן לייבל'ה ולדמן שהפך עם השנים למייצג הנאמן ביותר של שירי אברהם זינגר. לייבל'ה ולדמן בקול הבריטון המיוחד שלו, בקולרטורה המתגלגלת שלו ובדיקציה המושלמת, מתרגם לשפת השיר את כל הניואנסים הדקים ביותר שכתב אברהם זינגר. ובביצוע שלו מעביר ולדמן בצורה נהירה, מרשימה ומשכנעת את סיפור החלום לכל אחד ואחד מהמאזינים לו.

דא זאגט ער קלאר אז לייבעלע איז א באריטאן, דאס איז א ראי' צו "שטארק זיך", און אנדערש ווי "יודל מעדלזאהן" וואס זאגט אז לייבעלע איז א דראמאטישע טענאר


איך בין נישט אזא גרויסער מבין צו נעמען א שטעלונג, אבער איך גלויב אז אין די ענינים מעג מען זיך פארלאזן אויפן דאקטער.
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

באזירט אויף מיין אפהאנדלונג דא , זעה איך נישט וואס די פלוגתא איז.
איך שרייב דארט אזוי:

מענער שטימעס ווערן קלאסיפיצירט אין 4 סארט, פון אונטן ארויף: באס, באריטאן, טענאר און קאנטער-טענאר. פארשטייט זיך אז דערין איז נאך פארהאן געוויסע סוב-קלאסיפיקאציעס. ווי אזוי מען באשטימט וועמענס קול איז וואס איז א לענגערע שמועס. בקיצור וועלמער זאגן אז עס ווענדט זיך אין:
1. די רעינדזש פון שטימע vocal range, ווי הויך און נידריג ער קען זינגען.
2. די טעסיטורא, אדער texture פון קול, ד.ה. וואו זיין קול קלינגט שיין (אסאך מענטשן קענען גרייכן גאר הויך, אבער ס'האט נישט קיין טעם).
3. די וואג פון זיין שטימע, א לייכטע אדער שווערע. א גרויסער דגוש ווערט געלייגט דערויף. דאס ווארט "ליריש" ווערט גענוצט צו באשרייבן א קול וואס איז געווענליכע לייכטער און מער בויגזאם. דער לירישע טענאר קען געווענליך גרינגער דרייען און האט א בעסערע קאלעראטור ווי דער "דראמאטישער" שטימע, וואס איז געווענליכע מעכטיגער, רייכער און טונקעלער. (כ'האף מ'פארשטייט מיך.)
4. טימבער: די קאליר פונעם שטימע.
5. וואקעל טרענזישאן פאונטס: ביי וועלכע פונקטן די שטימע ברעכט זיך, גייט ארויף אדער אראפ א טרעפל, און מ'דערקענט א באדייטענדער חילוק פון איין נאוט צום צווייטן. פארשטייט זיך אז דער ציל פון יעדער שטימע לעהרער איז אז זיין סטודענט זאל זיין לעגאטא, צוזאמגעבינדן, smooth, דורכאויס דעם גאנצן פאסאדזשיאו. ס'זאל זיך נישט אפהאקן אין ערגעץ.

געווענליך וועט א זינגער אין א כאר קלאסיפיצירט ווערן לויט נומער 1, די רעינדזש פון זיין קול, ווי ווייט ארויף און אראפ ער גרייכט. א סאלא זינגער וועט זיך אבער ווענדן אין נומער 2, די טעסיטורא -tessitura


לייבעלע וואלדמאן האט אוודאי געהאט דעם רעינדזש פון א טענאר, אבער זיין טעסיטורא האט געהאט ביידע. ווידער די וואג פון זיין שטימע איז געווען דראמאטיש. און אזוי וויך איך האב געזאגט ביי יאסעלע:
מעגליך אז דער עולמו של אבא מיינט צו זאגן אז ווען יאסעלע האט געזינגען די נידריגערע טענער האט זיך זיין שטימע געהערט אזוי נאטירליך ווי דאס וואלט געווען זיין שטימע, א באריטאן. ווידער ווען ער איז ארויף האט זיך עס געהערט ווי זיין וואוינארט האט זיך אריבערצויגן צום טענאר געגענט און דייקא דא איז ער אינדערהיים. טאמער דאס איז וואס ער מיינט, נו, אויף דעם בין איך נישט מחולק.
ד.ה. קען טאקע זיין אז עס איז געווען שווער צו קאטעגאריזירן זיין טעסיטורא, ווייל עס האט געקלינגען גוט סיי אלס באריטאן און סיי אלס טענאר.

פון מיין זייט זאל יעדער זאגן אויף לייבעלע וואלדמאן וואס ער וויל, אזוי לאנג ווי מ'איז צופרידן פון די אייגענע אפשאצונג...

אויב ברענגען ראיות פון דרויסן, קענען מיר דאס אויך:
למשל דער אלבום פון "די דריי אידישע טענארן" ברענגט די דריי חזנים קאסאוויצקי, אלכסנדרוביץ און וואלדמאן.
און נאט אייך אויך א בילד.בילד

דער בוך (Discovering Jewish music
By Marsha Bryan Edelman) ברענגט אראפ "דעם טענאר לייבעלע וואלדמאן, באקאנט מיט זיין אויסערגעווענליכע פאלסעטאו."
און דא זאגט א צווייטער מאן דאמר (Passport to Jewish music: its history, traditions, and culture
By Irene Heskes), "לייבעלע וואלדמאן, א טענאר מיט אן אויסערגעווענליכע פאלעסעטאו טעכניק."

ווידער וועלוועל פאסטערנאק האלט יא אז וואלדמאן האט געהאט א "ווארימע לירישע באריטאן." סיי ווארעם, דאס מיינט ער מסתם דעם טימבער\קאליר, סיי ליריש, ווייל פון איין זייט איז זיין שטימע געווען לייכט ווען ס'איז געקומען צו קאלאראטור, און באריטאן, ווייל אזוי וויל וועלוועל! און איך האלט: זאל אים וואויל באקומען! ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג!

ועל כגון דא אמרו "על טעם וריח אין להתווכח." ער שפירט אין לייבעלע וואלדמאן א באריטאן, בשעת א צווייטער הערט אין אים דער טענאר. גיי מיר זיך נישט צוקריגן איבער דעם. און טאמער הער פארשריבן און אנדערע ווילן זיך פארלאזן אויפ'ן דאקטער, יש להם על מה שיסמוכו.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

לייבלה בן שמנה ליד העמוד
אטעטשמענטס
IMG_0611.JPG
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע:אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

שכוח הרב זאמלער און וועלקאם בעק

די בילד ברויך א געהעריגער ביאור - ס'איז עפעס מאדנע און אינטרעסאנט.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

ס'איז נישט מיין אייגענע פאבריקאציע. גענומען פון ספר "זהרים – קובץ לזכר לייב גלאנץ".
דא האט איר נאך איינס, צוזאמען מיט זיין טאטן ר' קלמן וועלכער איז געווען דער חזן אין טולנער קלויז אין קייב. (זיין טאטע ר' נפתלי איז געווען א טאלנער חסיד און בעל תפלה אין טאלנער קלויז אין סאראקי – ווי איר ווייסט געוויס זענען רוב חזנים געקומען פון יענע געגענטער).
אטעטשמענטס
IMG_0613.JPG
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

אפשר מישט מען דא צוזאם מיט לייבעלע גלאנץ
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

פארשריבן האט געשריבן: שכוח הרב זאמלער און וועלקאם בעק

די בילד ברויך א געהעריגער ביאור - ס'איז עפעס מאדנע און אינטרעסאנט.

בחורהזעצער האט געשריבן: אפשר מישט מען דא צוזאם מיט לייבעלע גלאנץ


איר האט רעכט איך האב געמאכט א פארדיסליכן טעות.ציווישען די 2 לייבען
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א דאנק פארן קלאר מאכן. (ס'נישט אזוי פארדרוסליך...)
יעדנפאלס איז דאס א אינטרעסאנטע בילד.
אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע:Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

לכבוד יולי 4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yield »

לכבוד יולי 4 איך דאנק דיר גאט פאר אמעריקע https://dl.dropbox.com/u/11585487/ich%2 ... merica.mp3
yield the right of way
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

אויך קאן מען עס נאשן פון
Yiddishmusic.jewniverse.info, עיי"ש ותמצא נחת, ב.ד.וו. דארט איז פארהאנען נאך א הערליכע ניגון פון לייבעלען "ווען די זון וועלן קומען צוריק", סיז א ניגון וואס ביי געוויסע ברענגט עס טרערן, געליינט האבעך אז די יודושע סאלדאטן דורינג ווארלד וואר 2, הא בן דאס כסדר געבעטן אויפצושפילן.
על מי מנוחות ינהלנו
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע:office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

ווייסט איינער ווי מען קען זעהן קליפס פון עים .איך זיך א קליפ ווי ער שטעלט זיך פאר א קאמיטע מיט צווי אנדערע חזנים?
music helps your mood
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

זאמלער האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן: שכוח הרב זאמלער און וועלקאם בעק

די בילד ברויך א געהעריגער ביאור - ס'איז עפעס מאדנע און אינטרעסאנט.

בחורהזעצער האט געשריבן: אפשר מישט מען דא צוזאם מיט לייבעלע גלאנץ


איר האט רעכט איך האב געמאכט א פארדיסליכן טעות.ציווישען די 2 לייבען


אנצומערקן:

גלאנץ ווערט גערופן "לייב"

און וואלדמאן "לייבעלע"
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: לייבעלע וואלדמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

איצטערט געהערט אדם יסודו מעפר. כ’בין נאך אלס פארבליפט!
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: לייבעלע וואלדמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

אה''ו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:19 pm
איצטערט געהערט אדם יסודו מעפר. כ’בין נאך אלס פארבליפט!
אז מען האט זיך שוין צומישט מיט די צוויי לייבן איז גוט צו צוהערן דעם אמת כי אתה פון החזן לייבעלע גלאנץ וואס צוברעקלט דעם הארץ און טיייטשט אזוי גוט אפ דעם אדם יסודו מעפר וסופו לעפר, אזש ס'קומט צו וויינען.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”