איבערמאכן א שטריימל
צום גוטן איז דער שבת׳דיגער כתר דער שטריימל שוין פיין אפגענוצט שוין צייט עס איבער צימאכן
מיילא קול מבשר הייסט גיין צו יופי, באט איך כ׳האב געוואלט הערן נאך אפיניאנס פון עולם דא
ווער איז גוט וויפיל דארף עס צו קאסטן?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
דארפסמאן האט געשריבן: איך האב א מיללער רעגן שטריימעל וואס איז שוין איבער ....צן יאר, און די קאפעל איז אלע קאלירען חוץ שווארטץ און די האר פון פארענט נישט נארמאל און אויך עס וועגט כמעט אזוי סאך ווי מיין פריטשעדער און דערהיים, וויל איך פרעגען ווי לוינט זיך צו גיין איבער מאכען ? צו מיללער אליין אדער א אנדערע קאפעני ווי למשל יופי וכד'
גרויזאמער האט געשריבן: איך האב איבערגעמאכט מיין רעגן שטריימל ביי יופי פאר בערך 300 דאלער, ער האט געמאכט א גוטן דזשאב, כאטש איך האב געוואלט אז עס זאל אויסזען נאך בעסער. עס ווענד זיך אלעס אינעם קאנדישן פונעם שטריימל.
ער האט מיך אויסגעלערנט אפאר סודות פון חדר, אז ער קען זעהן אויף די שטריימל פארשידענע שטריכן פונעם מענטש, ווי צום ביישפיל צו מען איז א געלינקטער אדער א גערעכטער, וויאזוי מען פירט זיך ביי הבדלה, ווער עס האלט די הבדלה, דער מענטש אליינס אדער די בני בית.
וויכטיג מאכער האט געשריבן: בן בוזי, ריקאנסידער... א נייע 1800 דאלערדיגע שטריימל גייט למעשה סאך שענער אויסקוקן אויף דיר ווי דיין איבערגעמאכטע שטריימל.
איזעי, די 600 דאללערדיגע שטריימליך זענען גארנישט ווערד, נישט קיין חילוק וואס דער געשעפטסמאן זאג אז ס'איז נארמאל ווערד.
און ניין, איך ארבייט נישט מיט שטריימלעך, אבער איך קען מיך גוט אויס דערמיט, און אויב איינער דארף עני העלפ מיט א שטריימל, בין איך גרייט צו העלפן.