ער האט מיר עס געזאגט שוין נאכדעם וואס איך האב עס גענומען. איך האב עס גענומען ווייל עס איז מיר געשטאנען זייער שיין, און עס איז געווען פון די שענסטע שטריימלעך דארטן (און עס שטייט מיר נאך אלץ שיין, כאטשיג היינט דערקענט מען שוין א היפשע חילוק צווישן מיין געהעריגע שטריימל און רעגן שטריימל, וואס ביי מיין חתונה איז עס נישט אזוי געווען, דער עיקר סיבה דערצו, איז אז די ברוינע קאליר פון מיין געהעריגע שטריימל קומט צוביסלעך ארויס מיט איר פולע פראכט, ווייל איך באהאנדל עס וויאזוי איך באהאנדל עס).
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ווינקל, דו קענסט בעטן ביים שטריימל מאכער אז דו ווילסט נישט די הויעכע קרוינען. ס'איז א שאד דיין געלט איבערצומאכן דיין שטריימל.
ווען איך האב געקויפט א שטריימל האב איך פרובירט צו בעטן אן שפיצן, איך האב געקענט רעדן צום לאמפ, איך האב באקומען שיינע שפיצן ביז צו די לבנה אויף ביידע שטריימלעך... אבער איך האב עס געגעבן אזא קעסט אז די שפיצן זענען צוביסלעך איינגעשלאפן, און היינט איז עס שיין, ממש א פראכט.... מיללער האט מיר גלייך געשיקט ווייטער זאגנדיג אז ער גייט מיר נישט פארקויפן אזא שטריימל ווי איך וויל (דאס פעלט אים אויס, אז בחורים זאלן מיר פרעגן ווי איך האב געקויפט מיין שטריימל, און איך זאל ענפערן ביי "מיללער", און יענער וועט שוין וויסן אז דארט גייט ער נישט....), און ביי קרויס האב איך שוין באקומען א באהאנדלונג.... איך בין פון דארט ארויס מיט צוויי שיינע שטריימלעך הויך ביז די לבנה (און נאך עטליכע זאכן וואס איך האב נישט געוואלט לכתחילה) ווי שוין געשריבן. קען זיין פאר איינעם וואס איז נישט קיין חתן, וועלן זיי יא פארקויפן א נידריגערע.
אבער מיינט נישט מיין שטריימל איז אזוי הויך, היינט גייט מען שוין פיל העכער (איך האב ניטאמאל געקענט פאנטאזירן ביי מיין חתונה אז מען וועט נאך קענען מאכן העכערע ווי מען האט דאן געמאכט, איך האב פארט גענומען עטוואס נידריגער ווי די דעמאלסדיגע סטייל)
איז אזוי, איך האב אראפגעלייגט ס'שטריימל אויף א באנק אין בית מדרש, און דער ווילדער שאול יצחק האט עס אראפגענידערט אויפן פאדלאגע אוואו ס'האט זיך געפונען א טייכל פון אויסגעגאסענע קאווע מיט אסאך ציקער, יעצט וואס קען איך אליין טון אויסצורייניגן די פארקלעבטע האר?