דיונים ועיונים בפרשת יתרו

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

2 (2).png
2 (2).png (69.38 KiB) געזען 771 מאל

3.png
3.png (1.64 KiB) געזען 777 מאל

לכאורה האט געשריבן:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איך_הער האט געשריבן: איך האב געהערט א שיין ווארט, אבער איך האב נישט אויפגעפאסט אין וועמענס נאמען.

די פרשה וואס איז צוגעלייגט געווארן וועגן יתרו, הייסט ואתה תחזה, אין פאקט האט יתרו אנגעהויבן זיין טענה, מיט לא טוב הדבר אשר אתה עושה וכו', און הערשט נאכדעם האט ער צוגעלייגט ואתה תחזה, נו אויב אזוי האט די פרשה געדארפט הייסן פרשת לא טוב הדבר, און נישט פרשת ואתה תחזה, נאר, לא טוב הדבר קען קיין פרשה נישט זיין, דאס צו זאגן איז נישט קיין קונץ, אז ס'טויג נישט קען יעדער זאגן, וואס יא צו טוהן דאס איז שוין עפעס, אויף דעם איז שוין נישט יעדער א בעלן, ואתה תחזה הייבט זיך אן די עצה טובה פון יתרו, וואס יא צו טוהן, דאס קען שוין יא גענוצט ווערן פאר א נאמען פון א פרשה.

איך האב עס געהערט בשם הרה''ק מסאטמאר זי''ע וואס האט עס געזאגט ביי א אסיפה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1801
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

זיך פריער געכאפט אז איין רש״י האב איך נישט געזען.

דאס אז משה האט נישט געטראפן די חברה וואס ער האט געזוכט פאר די שרי אלפים וכו׳

למעשה געטראפן אין דברים.

אינטערסאנט אז דארט דערמאנט נישט מרע״ה אז זיין שווער איז געווען די גאנצע אנדרייער .
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2021 6:23 pm
הא גופא קשיא, אויב איז מען מכבד איז מען מאריך, אויב איז מען נישט מכבד איז מען מקצר, איז ווען איז נוגע די אריגינעל באשטימטע לעבנסטעג?

קען זיין אז רש"י אין יתרו "ואם לאו" מיינט פארקערט פון כיבוד אז מ'איז מחלל ווערן די טעג פארקערצערט, און אין חולין רעדט מען פון לא כיבוד ולא חילול. אבער בפשטות ואם לאו מיינט נישט דאס. ברויך מען מעיין זיין
כ'מיין אז די פשט איז נישט ריכטיג.

ווייל רש''י ברענגט דאך אויף וידבר אלקים, אז וויבאלד ס'איז דא געוויסע פרשיות אין די תורה וואס אויב מ'טוט עס איז מען טאקע מקבל שכר און אויב נישט באקומט נישט קיין עונש, (ווי למשל אויב מ'טוט נישט אן קיין ציצית, אדער מ'מאכט כנפות עגולות זיך צו פטר'ן ) זאגט דא די תורה אז די עשרת הדברות איז אנדערש, און אויב מ'טוט עס נישט איז דיין להפרע.
קומט אויס אז אפילו בשב ואל תעשה אז מ'איז נישט מחלל און נישט מכבד באקומט מען א עונש.

איך וואלט ענדערש געזאגט אז די גמרא אין חולין רעדט פון בי''ד של מטה אז זייי קענען נישט אדער מוזן נישט כופה זיין
אבער בי''ד של מעלה איז אודאי מעניש דערויף ווי רש''י ברענגט דיין להפרע און מכלל הן אתה שומע לאו.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

א שטארקע אוהח''ק אויף למען יאריכון ימיך.

שטייט נישט אאריך ימיך נאר יאריכון ימיך זאגט ער לשונו הקדוש '' כי מצוה זו סגולתה היא אריכות ימים מלבד שכרה מה',
כי יש מצות שיש בהם סגולות נפלאות מלבד שכר אשר קבע להם ה', וזו גילה אותה ה''

מורא'דיג, ס'איז דא מצות וואס זענען מסוגל אויף געוויסע זאכן מצד סגולה ולא מצד שכר,

און די לעצטע פאר ווערטער איז די שטערקסטע, דהיינו אז ס'איז דא נאך מצות וואס האבן סגולות אינטער זיך נאר ס'איז פשוט נישט נתגלה.

געענדיגט מיט חוזק מאכן פון סגולות..
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

א גער'ע ווארט שארף צום פינטל.

די חדושי הרי''ם האט אמאל געלערנט מיט זיין אייניקל די שפת אמת און מ'איז אנגעקומען צום פסוק פון 'ויחן שם ישראל נגד ההר''
האט אים די חדושי הרים געפרעגט וואס איז פשט אין די פסוק האט די שפת אמת גע'ענפערט פשט.
זאגט אים די חדושי הרי''ם איך וועל דיר זאגן א אנדערע פשט, נגד ההר מיינט 'מיט דיר רוקן צו די וועלט'.

(לקוטי הרי''ם)
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

ווען זענען די בעלי מומין נתרפו געווארן?

אויף ''וכל העם רואים'' זאגט רש'י שלא היה בהם סומא ואלם וחרש ומקורו במכילתא.
און די זעלבע זאגט רש''י אויף לעני העם שלא היה בהם סומא.
איז פשטות זענען זיי נתרפא געווארן בשעת מתן תורה.
אבער אין תנחומא שטייט אויך שלא היה בהם חיגרים חרשים און גידמים
און ער ברענגט די פסוק וויל מ'זעהט זיי האבן געזאגט נעשה ע''ש.
קומט אויס אז זיי שוין געווען נתרפא דעם צווייטען טאג אין סיון וואס דעמאלטס האבן זיי געזאגט נעשה.

ווער איז אלטס נתרפא געווארן און וויאזוי?

אין תנחומא סימן ח' שטייט אז ס'זענען געווען אסאך בעלי מומין פון די עבודת הפרך אין מצרים , מ'האט גע'ארבעט שווער בחמר ובלבנים
און דא איז א שטיין אראפגעפאלן פונעם בנין און צובראכען איינעמ'ס האנט און דא אפגעהאקט איינעמס פיס, האט דער אייבערשטער געזאגט אז אינו בדין איך זאל געבן די תורה פאר בעלי מומין און ער האט מרמז געווען פאר די מלאכי השרת און זיי זענען ארפגעקומען און אויסגעהיילט די אידן.

און סימן י' שטייט אבער פארוואס האט דער אייבערשטער נישט געגעבן די תורה תיכף נאכן ארויסגיין פון מצרים,
זאגט ער וויבאלד ס'געווען אסאך בעלי מומין מגודל השיעבוד האט דער אייבערשטער געווארט דריי חדשים ביז זיי ווערן אויסגעהיילט
– איז משמע זיי זענען אליין נתרפא געווארן.

פשטות איז די תירוץ אז די וואס האבן זיך געקענט אליין ערהוילן אין די דריי חדשים האבן זיך ערהוילט בדרך הטבע און די וואס נישט זענען די מלאכים געקומען זיי אויסהיילן פאר מתן תורה חוץ לדרך הטבע.

אבער די תנחומא זאגט אז מ'רעדט פון בעלי מומין וואס זענען געשעדיגט געווארן פון די עבודת הפרך אין מצרים.

פון די מפרשים אויף גמרא אין מס' סוטה יב' איז משמע אז אלע מומין וואס מענטשן האבן געהאט זענען אויסגעהיילט געווארן
א חוץ אזעלכע מומין וואס זענען געווען פון געבוירן אן איז נישט אויסגעהיילט געווארן בשעת מתן תורה.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

הגבל את ההר וקדשתו – והגבלת את העם.
רש''י זאגט אויף והגבלת את העם אויף קבע להם תחומין לסימן שלא יקרבו מן הגבול והלאה.

מיין שאלה איז, צו די גבול איז געווען ארום די בארג ווי' ס'שטייט הגבל את ההר וקדשתו,
אדער ארום די אידן ווי ס'שטייט והגבלת את העם אז די הגבלה איז געווען ארום די אידן.
אדער איז פשוט געווען גדר המבדיל אינמיטן צווישן די בארג און די אידן און ס'האט נישט ארום גענומען קיינעם,
ווייל אידן זענען דאך לכאורה נאר געשטאנען פון איין זייט - פון מזרח, ווי ס'שטייט נגד ההר און רש''י זאגט אז דאס מיינט מזרח פונעם בארג.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

רש''י זאגט וכל העם רואים את הקולות לשון רבים אז די קול איז געקומען פון אלע ד' רוחות און פון די ערד און הימל.

אבער אין פרשת ואתחנן שטייט עטליכע מאל די לשון אז די קול האט מען געהערט מתוך האש
שטייט'' את קולו שמענו מתוך האש'' ועוד נאך אפאר מאל אזעלכע לשונות.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

רש''י ברענגט מבית עבדים '' עבדים למלך ולא עבדים לעבדים''.

וואס קוועטש מיר איז, אז רש'י ברענגט אויבן אין פרשת בא אויפן פסוק מבכור פרעה עד בכור השפחה
''ולמה לקו בני השפחות שאף הם היו משעבדים בהם ושמחים בצרתם'' איז דאך א סתירה.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

על הכלל כולו יצא איז אינטרעסאנט צו ברענגען א ערוך לנר אין מסכת סוכה מז' וואס מאכט צונישט אלע סברות כריסות און מגדלים הפורחים באוויר
וואס זענען געבוירן געווארן פון סתירות הרש''י וואס מ'האט געדארט פארענפערן און לכבוד דעם האט מען געמאכט איינעגעמאכטס פון אפאר רש''יס צוזאמען.

ער זאגט פשוט און גראד אז רש''י האט געלערנט פון אפאר רבי'ס און איין פלאץ שרייבט ער ווי איין רבי און די אנדערע ווי א צווייטע במילא קען מען נישט פרעגן קיין סתירת רש''י בכלל.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:44 am
הגבל את ההר וקדשתו – והגבלת את העם.
רש''י זאגט אויף והגבלת את העם אויף קבע להם תחומין לסימן שלא יקרבו מן הגבול והלאה.

מיין שאלה איז, צו די גבול איז געווען ארום די בארג ווי' ס'שטייט הגבל את ההר וקדשתו,
אדער ארום די אידן ווי ס'שטייט והגבלת את העם אז די הגבלה איז געווען ארום די אידן.
אדער איז פשוט געווען גדר המבדיל אינמיטן צווישן די בארג און די אידן און ס'האט נישט ארום גענומען קיינעם,
ווייל אידן זענען דאך לכאורה נאר געשטאנען פון איין זייט - פון מזרח, ווי ס'שטייט נגד ההר און רש''י זאגט אז דאס מיינט מזרח פונעם בארג.
זיכער נישט ארום די אידן, ווי אלע ראשונים טייטשן 'והגבלת את העם' מיינט מאך פאר זיי גבולות, אבער נישט א גבול ארום זיי.

און אז דער פסוק זאגט 'סביב' מיינט עס לכאורה אויף אלע פיר זייטן, פונקט ווי ביי קרבנות מיינט סביב אז די בלוט דארף אנקומען צו אלע פיר זייטן פונעם מזבח.

ולגבי דיין טענה אז די אידן זענען נאר געשטאנען למזרחו של הר, דער פסוק ויחן שם ישראל רעדט זיך איבער'ן חנייה מיט זייערע געצעלטן, דאס איז געווען למזרחו של הר, אבער ביים מעמד מתן תורה שטייט נישט אז זיי זענען נאר געווען אויף איין זייט.

וליתר שאת האט מיין יונגל געזונגען דעם שבת 'ארום דעם בארג סיני'..
חוח בין השושנים האט געשריבן:

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:37 am
א שטארקע אוהח''ק אויף למען יאריכון ימיך.

שטייט נישט אאריך ימיך נאר יאריכון ימיך זאגט ער לשונו הקדוש '' כי מצוה זו סגולתה היא אריכות ימים מלבד שכרה מה',
כי יש מצות שיש בהם סגולות נפלאות מלבד שכר אשר קבע להם ה', וזו גילה אותה ה''

מורא'דיג, ס'איז דא מצות וואס זענען מסוגל אויף געוויסע זאכן מצד סגולה ולא מצד שכר,

און די לעצטע פאר ווערטער איז די שטערקסטע, דהיינו אז ס'איז דא נאך מצות וואס האבן סגולות אינטער זיך נאר ס'איז פשוט נישט נתגלה.

געענדיגט מיט חוזק מאכן פון סגולות..
צ"ל פון מצוות וואס האבן סגולות..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:53 am

איך פארשטיי נישט, 'סביב' שטייט דאך ביי עם , איז דאך יא משמע ארום די אידן?

לגבי וועלכע זייט די אידן זענען געשטאנען ביי מתן תורה ביזטו גערעכט אז ס'שטייט נישט ווי זיי זענען געשטאנען.
אבער פארוואס זאגן אויף א אנדערע פלאץ ווי די ויחן איז געווען.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:54 am
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 7:37 am
א שטארקע אוהח''ק אויף למען יאריכון ימיך.

שטייט נישט אאריך ימיך נאר יאריכון ימיך זאגט ער לשונו הקדוש '' כי מצוה זו סגולתה היא אריכות ימים מלבד שכרה מה',
כי יש מצות שיש בהם סגולות נפלאות מלבד שכר אשר קבע להם ה', וזו גילה אותה ה''

מורא'דיג, ס'איז דא מצות וואס זענען מסוגל אויף געוויסע זאכן מצד סגולה ולא מצד שכר,

און די לעצטע פאר ווערטער איז די שטערקסטע, דהיינו אז ס'איז דא נאך מצות וואס האבן סגולות אינטער זיך נאר ס'איז פשוט נישט נתגלה.

געענדיגט מיט חוזק מאכן פון סגולות..
צ"ל פון מצוות וואס האבן סגולות..
שטייטצעך.

אבער די געדאנק איז שטארק, אסאך מאל זעהט מען אז מענטשן ווערן געהאלפן נאכן זיך מתאמץ זיין אין א געוויסע מצוה, איז יש דברים בגו..

מ'קען נישט וויסן , קען טאקע זיין אז יענע מצוה איז מסוגל פאר די ענין.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:02 am

איך פארשטיי נישט, 'סביב' שטייט דאך ביי עם , איז דאך יא משמע ארום די אידן?

עי' באבע"ז ווי ער שרייבט זייער שארף קעגן אזא פשט, היות עס שטייט דאך ווייטער 'הגבל את ההר וקדשתו', נאר מוז זיין אז והגבלת את העם מיינט לערן זיי אויס די גבולות, און סביב גייט אויפ'ן בארג וואס איז מוגבל.

און אזוי שרייבט אויך בפירוש דער רלב"ג 'ותתן גבול לעם סביב ההר'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

אוראייניקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:09 am
שפילקעס האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:02 am

איך פארשטיי נישט, 'סביב' שטייט דאך ביי עם , איז דאך יא משמע ארום די אידן?

עי' באבע"ז ווי ער שרייבט זייער שארף קעגן אזא פשט, היות עס שטייט דאך ווייטער 'הגבל את ההר וקדשתו', נאר מוז זיין אז והגבלת את העם מיינט לערן זיי אויס די גבולות, און סביב גייט אויפ'ן בארג וואס איז מוגבל.

און אזוי שרייבט אויך בפירוש דער רלב"ג 'ותתן גבול לעם סביב ההר'.
נישט באמערקט די אבע''ז.

איך צו צוריק.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17291
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: דיונים ועיונים בפרשת יתרו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

האב איך נאכגעקוקט נאך איבער דעם, אין תרגום יונתן שטייט טאקע אזוי בפי' "וְתַתְחֵם יַת עַמָּא, וִיקוּמוּן חֲזוֹר חֲזוֹר לְטוּרָא", היינו אז זיי זאלן שטיין ארום דעם בארג.

און אין 'ביאור יהונתן' פון עוז והדר ברענגט ער צו דעם מכילתא וואס רעדט בפי' ווי די גבול איז געווען 'והגבלת את העם. שומע אני למזרחו, ת"ל סביב'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”