נישט עסן מצות אין פסח

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

נישט עסן מצות אין פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

כ'וויל אנרירען די נושא פונם מנהג פון "נישט עסן מצות גאנץ פסח אויסער די כזיתים בייד די הייליגע סדר נאכט", דאס הייסט אויסער מוציא מצה, כורך און אפיקומן, עסט מען נישט מצות אפילו ביי די סעודות שבת ויום טוב.
רשימה פון צדיקים וואס האבען זיך געפירט:
ישמח משה (עי' מתכב ממרן ה'אך פרי תבואה' מליסקא)
דער אך פרי תבואה מליסקא (דרכי הישר והטוב)
ארי' דבי עילאה (שו"ת שם עולם סי' ס"ח)
רבי שמעון סופר בעל התעוררות תשובה (יש לו תשובה על הנושא)
הגה"ק מווארקע
רבי מאיר מפרעמישלאן
חתנו רבי אברהם ממיקאלעוו (ספר שלחן מלכים)
רבי הירצקא מראצפערט
רבי ישעי' מקערעסטיר
בעל אפסי ארץ מנאנאש
בעל מעטה נפתלי (היה חמיו של מחבר ס' שלחן מלכים)
רבי אלעזר לעוו בעל שמן רוקח (קובץ האהל סיון תשט"ז בשם הג"ר ישראל וועלץ)
רבי יצחק גורעוויץ הנקרא ר' איטשי דער מתמיד

מדובר פונם חלק הלכה, ווערט דערמאנט:
מג"א סימן תנ"ה סק"ט
שערי תשובה או"ח סימן ת"ס
שו"ת כף רננה סימן יג
שו"ת התעוררות תשובה סימן מא
שו"ת שם עולם סימן סח

אין ספר דרכי הישר הטוב (תולדות הגה"ק מליסקא) שרייבט גאר שטארק לטובת דעם מנהג, כ'וועל דאס משלים זיין שפעטער, כ'וועל נאר מעתיק זיין, זיין בריעוו:

שוכ"ט לכבוד ידיד ה' ויד"נ
ה"ה הרב המאה"ג המפורסם כקש"ת
מו"ה עמרם ישי [ביללעצער] נ"י ויהל
אבד"ק סערענטש יע"א

הנה אני שולח למעלתו נ"י את החטים של שמורה אשר הי' לו אצלי.
והנה מה ששאל מעכת"ה בענין הנהגת אכילת מצה. הנה הרב הגאון מאוהעל [בעל ישמח משה] זצ"ל ידעתי בבירור שלא אכל מצה רק בב' לילות של החג כ"כ זיתים כפי המבואר בשו"ע או"ח, והרב הגאון מאונגוואר [רבי דוד דייטש] זצ"ל הוא אכל גם בשבת וביו"ט לפי שרצה לקיים סעודת שבת ויו"ט בפת, הגם שמסתמא גם זה לא אכל רק לצאת ידי חובתו ולא יותר.
ע"כ בזה כל הרוצה יבחור אם לנהוג כפי שנהג הרב הצדיק מאוהעל או כפי הרב הצדיק מאונגוואר. אבל שלא לאכול בחוה"מ בודאי הוא ראוי ונכון לנהוג כן. כן נראה לדעתי הקלושה.
א"ד ידידו ואוהבו נצח
הק' צבי הירש בהר"א ז"ל אבד"ק ליסקא יע"א
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הגה"ק היש"מ זי"ע האט סוף ימיו יא געגעסן מצה גאנץ פסח (כ'ווייס נישט צו נאר שבת ויו"ט אזויווי די אפ"ת ברענגט בשם הגאון מאונגוואר זצ"ל צו בכלל). אין תהלה למשה סוף יש"מ על נביאים וש"ס פון א אייניקל פון יש"מ, שרייבט אז מ'האט געפרעגט די אפ"ת זצ"ל פארוואס ער האלט נאך אלס אן זיין מנהג נישט צו עסן מצה ווען די יש"מ אליין האט צום סוף יא געגעסן (די אפ"ת זצ"ל איז געווען א תלמיד פון יש"מ און פון אים האט ער גענומען די מנהג)? האט ער געענטפערט אז ער האט אליין געזעהן ווי די יש"מ וויל נישט עסן, משא"כ דאס אז צום סוף האט ער יא געגעסן דאס האט ער נישט אליין געזעהן נאר געהערט...
די ליסקא רב די אפ"ת זצ"ל פלעגט זאגן פאר יעדעם וואס איז געקומען צו אים א מנהג טוב וואס זיי זאלן זיך מקבל זיין, איינמאל איז געקומען צו אים א צדיק (קען זיין ר' ישעי' מקרעסטיר זי"ע) האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט פון א מנהג טוב וואס דער צדיק טוט נישט חוץ דאס אז ער עסט מצות, ממילא זאל ער זיך מקבל זיין מער נישט צו עסן.
ר' ישעי' קרעסטירער איז געווען א תלמיד (און משמש בקודש) פונעם ליסקא רב, זיכער האט ער פון דארט מקבל געווען נישט צו עסן מצות.
חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

רבינו הקדוש מצאנז ח"ג עמוד ר"ד נדפס מכתב ממנו
קונטרס דברים שנרשמו מפי השמועה מבעל בית ישראל מגור מביא שהרבה לא אכלו מצות
בעל בית הלוי מבריסק אכל רק שמונה מצות לכל ימי פסח לאותן סעודות שצריך לחם משנה,
סיפור בעל מעטה נפתלי מקליינווארדיין כשהיה תוך י"ב חודש על אביו שאל עצת רבו [הגה"ק מליסקא] אם יברך טל לפני התיבה ביום א' דפסח כחזקתו מאז, והשיב לו אם אינו אוכל מצה בפסח יברך טל כחזקתו.
פעם בא אחד להגה"ק מליסקא בעד ישועה, והבטיח לו בתנאי שיקבל עליו מנהג הלזה
וידוע שגם אצל סידור קידושין היה רגיל הגה"ק מליסקא להתנות עם החתן שיקבל עליו מנהג זה
רבי משה יוסף טייטלבוים בן הייטב לב ג"כ נהג במנהג זו, כן סיפור רבי מענדל טייטלבוים מטשענסקאוויטש

בהגדה של פסח ערבי פסחים ד"ה מצה זו וכו' י"ל ע"ד דרוש קצת "דהרבה מדקדקין אינם אוכלי' מצה בכל פסח מחשש חימון חוץ ממצת מצוה", ע"ש.
רש"י (ביצה כ"א ד"ה ואדם יוצא בה ידי חובתו בפסח), בא"ד וז"ל: ושאר הימים אם רצה לאכול שאר דברים בלא לחם הרשות בידו, עכ"ל. משמע דליכא חיוב לאכול פת אפילו בשבת ויו"ט.
ורש"י לשיטתו (סוכה כ"ז ע"א ד"ה חזר בו ר' אליעזר), וז"ל: ואם רצה להתענות בו יתענה חוץ מלילי יו"ט הראשון,
ותוס' ( סוכה שם, ד"ה אי בעי אכיל): דמגמ' משמע דאין חיוב לאכול פת ביו"ט רק בליל ראשון של פסח, ועיי"ש בפני יהושע בביאור דברי רש"י.
אור החיים הקדוש (פ' בא ד"ה שבעת ימים), וז"ל: והייתי אומר אם לא אכל חמץ אין בידו לא זכות ולא עונש, תלמוד לומר שבעת ימים תאכל מצות וכו' כשלא אכל חמץ כאילו אכל מצות, והרי בידו ז' מצות עשה, עכ"ל לענינינו, משמע מלשונו דאין קיום מצות באכילת מצה כל ז'

עי' רש"י ראש השנה כ' ע"ב
ובסמ"ג עשין סימן מ'
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

דער ישמח משה האט קיינמאל נישט געגעסן מצות און פסח אפילו סוף ימיו!
נאר דער ייטב לב האט סוף ימיו משנה געוועהן!
סיפר לי הגה"צ רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א אב"ד טענקא, שאביו החשק שלמה אמר לו
אלס תלמיד פונעם עצי חיים, אז דער עצי חיים האט אמאל געזאגא א שאד דער טאטע היינו הייטב לב האט משנה געוועהן
ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צירוק געטוישט אזוי ווי דער ייטב לב, עכ"ד.
אגב האט ער פארציילט אז זיין טאטע (ער אויך ביז ער איז געווארן טענקא רב) האט אויך נישט געגעסן און די גאנצע משפחה
זייענדיג מחסידי ליסקא

דער מעשה מיט מקבל זיין א מנהג טוב, איז נישט מיט ר' ישעי' מקרעסטיר, נאר מיט די מעטה נפתלי, כן סיפר חתנו הרה"ץ
רבי משה צבי לאנדאי דומ"ץ קליינווארדיין
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע:אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

איש האמת האט געשריבן: דער ישמח משה האט קיינמאל נישט געגעסן מצות און פסח אפילו סוף ימיו!
נאר דער ייטב לב האט סוף ימיו משנה געוועהן!
סיפר לי הגה"צ רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א אב"ד טענקא, שאביו החשק שלמה אמר לו
אלס תלמיד פונעם עצי חיים, אז דער עצי חיים האט אמאל געזאגא א שאד דער טאטע היינו הייטב לב האט משנה געוועהן
ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צירוק געטוישט אזוי ווי דער ייטב לב, עכ"ד.
אגב האט ער פארציילט אז זיין טאטע (ער אויך ביז ער איז געווארן טענקא רב) האט אויך נישט געגעסן און די גאנצע משפחה
זייענדיג מחסידי ליסקא

דער מעשה מיט מקבל זיין א מנהג טוב, איז נישט מיט ר' ישעי' מקרעסטיר, נאר מיט די מעטה נפתלי, כן סיפר חתנו הרה"ץ
רבי משה צבי לאנדאי דומ"ץ קליינווארדיין


דער עצי חיים איז געווען אן אייניקל פונעם ייטב לב....
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

שכויח
איים סארי טעיתי
א שאד אז דער טאטע דער קדושת יו"ט האט משנה געוועהן
יעצט פארשטייסו פונקטליך??

ווייל דער ייטב לב אפילו ער האט משנה געוועהן סוף ימיו, אבער אמאל יא געגעסן און משנה געוועהן
און אמאל נישט משנה געוועהן און נישט געגעסן
חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 10, 2011 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם עתיק »

איש האמת האט געשריבן: דער ישמח משה האט קיינמאל נישט געגעסן מצות און פסח אפילו סוף ימיו!
נאר דער ייטב לב האט סוף ימיו משנה געוועהן!
סיפר לי הגה"צ רבי חיים אלעזר פריעדמאן שליט"א אב"ד טענקא, שאביו החשק שלמה אמר לו
אלס תלמיד פונעם עצי חיים, אז דער עצי חיים האט אמאל געזאגא א שאד דער טאטע היינו הייטב לב האט משנה געוועהן
ווען ער וואלט געקענט וואלט ער צירוק געטוישט אזוי ווי דער ייטב לב, עכ"ד.
אגב האט ער פארציילט אז זיין טאטע (ער אויך ביז ער איז געווארן טענקא רב) האט אויך נישט געגעסן און די גאנצע משפחה
זייענדיג מחסידי ליסקא

דער מעשה מיט מקבל זיין א מנהג טוב, איז נישט מיט ר' ישעי' מקרעסטיר, נאר מיט די מעטה נפתלי, כן סיפר חתנו הרה"ץ
רבי משה צבי לאנדאי דומ"ץ קליינווארדיין


אז די דערמאנסט דעם טענקא רב, וויל איך צולייגען נאך א סיפור וואס דער טענקא רב האט דערציילט:
דער ליסקא רב בעל שערי הישר הי"ד האט זיך געטראפען מיטן קדושת יום טוב, דער שערי הישר האט געפרעגט דעם קדיו"ט צו ער פירט זיך ווי דער ישמח משה מיט נישן עסן מצות, האט ער גענפערט אויף נישט, עפ"י פקודת בעל דברי חיים מצאנז, האט דער שערי הישר מליסקא צוריק געזאגט: "היתכן, וכי זקינו הבעל ישמח משה לא ידע מכל הטעמים והסברים שאמר לו הדברי חיים".
ענה הקדיו"ט: "עך וואס פארשטייסטו, ווען די וואלסט דאס געהערט מפי קדשו וואלסטו אויך משנה געוועזען.
והפסיקו ה'שערי הישר': "כ'בין נישט אזוי זיכער, דער זיידע [האך פרי תבואה] האט ביידע פון זיי גוט געקענט [ואעפי"כ לא שינה ממנהג]".
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איש האמת האט געשריבן: דער ישמח משה האט קיינמאל נישט געגעסן מצות און פסח אפילו סוף ימיו!
נאר דער ייטב לב האט סוף ימיו משנה געוועהן!

ייש"כ גדול פארן מעיר זיין, לפי זה שטימט נישט די מעשה וואס איך האב פריער געברענגט, לכשאפנה וועל איך נאכקוקן אין תהלה למשה.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יש מכתב חריף מהמנח"א (אודות או להגאון) בעל התעוררות תשובה נגד חומרא זו, נדפס בכרם שלמה
המהר"ש השני מבאבוב סיפר כי ר' משה יוסף מאוהעל הפסיק ממנהגו ע"פ מעשה שהי' לו עם הה"ק מצאנז שאמר לו שהוא חומרא דאתי לידי קולא, והסיפור הוא באריכות, אולם מנכדי הרב מטשעסנקאוויץ בראנקס שמעתי, שהוא ג"כ לא אכל מצות בפסח, והוא קיבל חומרא זו מר' משה יוסף כשלמד אצלו באוהעל,
ומפי אחד מבניו שמעתי, ששמע מהה"ק מסאטמער, שהייטב לב לפעמים אכל ולפעמים לא, והי' תלוי וויאזוי עס איז צוגאגאנגען
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

חכם עתיק האט געשריבן: רבי שמעון סופר בעל התעוררות תשובה (יש לו תשובה על הנושא)

מדובר פונם חלק הלכה, ווערט דערמאנט:
שו"ת התעוררות תשובה סימן מא


איך האב נישט געזעהן די תשובה פון ר' שמעון סופר, אבער ס'איז אינטערעסאנט אנצוצייכנען די ווערטער פון זיין זיידן מרן החת"ס אין תשובה קכ"א ווי ער שרייבט וועגן מאכן מצות פון אנדערע סארט מעהלן נישט חמשת מיני דגן ובתוך דבריו כ' בפירוש, וז"ל: ובלאו הכי צריך מצות של קמח חטים שצריך לאכול בכל יום פת שמברכין עליו ברכת המוציא וברכהמ"ז משום שמחת יו"ט, עכלה"ק
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

און נימוקי או"ח פונעם מנחת אלעזר סימן תע"ה במחכ"ת האקט ער אביסעל ווילד אויף דער מנהג

די אלטע טשענסקאוויצער רבי האטזיך אזוי געפירט נישט צו עסען מצות און פסח, אחוץ
וואס ער איז געוועהן א טייטלבוים, נאר וויבאלד ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' משה יוסף ט"ב בן הייטב לב
און ער האט אויך פארציילט די מעשה הידועה אז ר' משה יוסף איז געוועהן ביים דברי חיים פסח, און די צאנזער רב
האט אים מכבד געוועהן מיטן בענטשען, אטון ער האטזיך שנעל געוואשען און געגעסן מצה ער זאל קענען בענטשען,
און ער האט נישט געוואלט אז די צאנזער רב זאל וויסען אז ער זיך אזוי נוהג, אבער די צאנזער רב האט אבער געכאפט
און ער האט אים געבעטן ער זאל אויפהערן זיך נוהג צו זיין אזוי,
יעצט א שמועה איז ארויס אז פון דעמאלס האט ער טאקע אויפגעהערט, אבער למעשה דערציילט די טשענסקאוויצע
רבי אז ס'איז נישט אמת, און נאר דעמאלס האט ער זיך געוואשן און מער נישט, וכן נהג אחריו די טשענסקאוויצע רבי

די גאנצע שמועה מיטן ייטב לב, אז ער האט זיך אמאל יא געוואשן און אמאל נישט, איז אויך נאר און די לעצטע צען יאר
פון זיין לעבן, מחמת חולשת הגוף.

די אלטע טענקא רב האט טאקע משנה געוועהן פון דער מנהג, ווייל ער האטבאקומען א בריוו פונעם מנחת אלעזר,
וידוע המעשה הידועה אודותו, אבער כ'האב פונקט נעכטן געהאט א סייעתא דשמיא און געזעהן אז ס'איז ארויסגעקומען
א הגדה פון אים מיט'ן נאמען דבר שלום, און דף מ"ג ד"ה ושאינו יודע לשאול פארענטפערט ער די מנהג, עיי"ש.

אגב שמעתי שמשפחת פריעדלאנדער שהם נכדי בית ליסקא אוחזים עוד בהמנהג הזה...
אוועטאר
אשר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 03, 2008 7:09 am
לאקאציע:ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר »

כאטש עס זענען געווען צדיקים וואס האבן געגעסן מצות נאר ביים סדר נאכט, אבער סתם עמך אידן קענען זיך נישט פארגלייכן צו זיי,
ווי אין ספר "מאור ושמש"ברענגט דאס ארויס באריכות דעם ענין, (איך בין מעתיק נאר בקיצור) וז"ל:

שבעת ימים מצות תאכלו - בערב תאכלו מצות. ביאור הענין, כי אכילת המצה היא רפואה לכל איש ישראלי שלא תזיק כל השנה אכילת החמץ לנפשו, וזאת שיערה חכמתו ית"ש שאכילת מצה כל שבעה יהיה די לכל איש ישראלי להגן עליו שלא יחלה חולי הנפש מחמת אכילת החמץ כל השנה, שהשארת הקדושה שישאר לו ע"י אכילת המצה מגינה עליו. אמנם לא כל אדם שוה בזה , שיש אדם אשר תיכף באכילה הראשונה זוכה אל הדעת והשכליות וקדושת של אכילת המצה ששוב לא יזיק לו אכילת החמץ אחר הפסח, ובלבד שישמור עצמו מאכילת חמץ שבעה ימים, וע"ז אמרו חז"ל שאכילת הששה ימים רשות, אמנם לאדם שעדיין לא די לו באכילת פעם אחת שתהיה לרפואה לנפשו, זה באמת צריך לאכול כל שבעה, שהכל לפי מה שהוא אדם, שיש די לו באכילת הערב לבד, ויש שצריך לאכול ששה ימים, ויש שצריך לאכול כל שבעה , עכ"ל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איש האמת האט געשריבן: און נימוקי או"ח פונעם מנחת אלעזר סימן תע"ה במחכ"ת האקט ער אביסעל ווילד אויף דער מנהג

אביסל מער פון אביסל ווילד געשריבן אויף א צדיק וקדוש אמיתי שכל מעשיו לשם שמים היו, כ'ווואלט מציע געווען משנה צו זיין די לשון מפני הכבוד.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

מ'פארשטייט אליין אז ס'איז געשריבען געווארן אביסעל מער ווי ווילד,
נאר כ'האב שוין אזוי געשריבן מפני הכבוד, און כ'האב נישט געוואלט
מ'זאל מעקן די תגובה, ודי..

אגב האב איך געהערט גאר א זיסע און שיינע מעשה טאקע פונעם
אלטע טענקא רב בנוגע דעם ענין, צווישען דער מנחת אלעזר און
השערי הישר מליסקא, כ'ווייס נישט אויב מעג איך עס דא אהער
שטעלן, בפרטית קען איך שרייבען אויב וויל מען
אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע:אויפן שטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזעי »

איש האמת האט געשריבן: מ'פארשטייט אליין אז ס'איז געשריבען געווארן אביסעל מער ווי ווילד,
נאר כ'האב שוין אזוי געשריבן מפני הכבוד, און כ'האב נישט געוואלט
מ'זאל מעקן די תגובה, ודי..


איש האמת דו רעגסט מיר שוין אויף צום צווייטן מאל, קודם מיטן זיך ארויסשטעלן זיך אננעמען פארן כבוד פון א ........
און יעצט שרייבסטו מיט א שרעקליכן זילזול, קעגן א צדיק וקדוש בישראל.

הזאת איש האמת? רוף זיך איש השקר!

אנטשולדיגט פארן אנגרייפן פערזענליך, איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן, עס וואלט דיר געקומען אביסל מער ווי דאס
איש האמת האט געשריבן: נאר כ'האב שוין אזוי געשריבן מפני הכבוד
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

איזעי,
איך ווייס נישט וואס איר האקט א טשייניק
ס'דא אזא זאך וואס הייסט, מ'דארף וויסען ווי אן, און ווי אויס,

איך האב גארנישט אקעגן און גאר נישט געשריבען אויף דער הייליגער מנחת אלעזר
וואס שבחו מי ימלל אשר כל רז לא אניס ליה, ואיה עט ואיה סופר ודיו אילו ימי....

נאר דער שטיקעל פונעם מנחת אלעזר איז אביסעל שארף און ווילד געשריבען,
און ווי יגעתי ומצאתי האט אויך מסכים געוועהן צו מיר, אדרבא קודםקוק אריין און
נימוקי או"ח סי' תע"ה, און נאכדעם שרייב, אזוי ווי איך האב דיך דעמאלס אויךגעזאגט,

בכלל דו דארפסט נישט יעדען ארויספארן פונעם ענין, וואלסט מיר געקענט אטאקירען באישית
אזוי דו דאס ביסעל מער וואס קומט מיר, וואס דו זאלסטו מיר שרייבען באישית

און דערנאך וועסטו פארשטיין שמי נאה לי ושמי יאה לי איש אמת
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איש האמת האט געשריבן: נאר דער שטיקעל פונעם מנחת אלעזר איז אביסעל שארף און ווילד געשריבען,
און ווי יגעתי ומצאתי האט אויך מסכים געוועהן צו מיר, אדרבא קודםקוק אריין און
נימוקי או"ח סי' תע"ה, און נאכדעם שרייב, אזוי ווי איך האב דיך דעמאלס אויךגעזאגט,

איך מיש זיך נישט אריין אינעם פריוואטן געפעכט וואס ווערט דא אויסגעשמירט ברבים, אבער דאס וואס דו שרייבסט אין מיין נאמען אז איך האב מסכים געווען צו אייער לשון, האט איר נישט גוט פארשטאנען, מיין כוונה איז געווען אז דו במח"כ האסט געשריבן אביסל נישט וואו עס פאסט.

נישט קיין חילוק וואס די מנח"א האט געשריבן, דארף מען נישט שרייבן אויף אים אזא לשון. יעדער פארשטייט אז ער האט נאר געמיינט כבוד שמים, ממילא מעג אזא לשון אויסגעבעסערט ווערן.

אין אייך איש האמת באדאנק איך פארן הערליכן ליקוט, די עבודה דערקענט זיך.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

יעדער ווייסט אז אל"ע מחלוקת"ן פונעם מנחת אלעזר איז געוועהן כולו לשם שמים
נאר דא האט ער געשריבען אביסעל ווילד, היינו דברים שלא כסדרם, און טוה מיר א טובה,
קודם עיין שם און נאכדעם שרייב,

איך מיין נישט גארנישט חלילה אקעגן דעם מנחת אלעזר, און דעריבער פארשטיי איך נישט
וואס דו באוואשט מיר (און דער צייט וואס דו זאלסט וואשן דיין הויז אויף פסח) אזוי ברבים, .

שכויח אויף דיין קאמפלעמענט
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דער שמועס איז אינגאנצן פארפארן דא....

במחכ"ת הרב איש אמת... עס איז נישט קיין נפק"מ וואס איר מיינט, אייער לשון פאסט אויסדרוקליך נישט פארן הייליגן מנחת אלעזר.

זייט מוחל פארעכט עס, און מנהלים מעקט ביטע אויס דעם שמועס - מיט מיין תגובה אינאיינעם - והיה בזה שלום.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יא, דעם נימוקי או"ח האב איך שוין געזען אינעווייניג כמה פעמים.
נאפאליאן
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2010 2:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאפאליאן »

איש האמת האט געשריבן: יעדער ווייסט אז אל"ע מחלוקת"ן פונעם מנחת אלעזר איז געוועהן כולו לשם שמים
נאר דא האט ער געשריבען אביסעל ווילד, היינו דברים שלא כסדרם, און טוה מיר א טובה,
קודם עיין שם און נאכדעם שרייב,

איך מיין נישט גארנישט חלילה אקעגן דעם מנחת אלעזר, און דעריבער פארשטיי איך נישט
וואס דו באוואשט מיר (און דער צייט וואס דו זאלסט וואשן דיין הויז אויף פסח) אזוי ברבים, .

שכויח אויף דיין קאמפלעמענט


איך בעניי זעה גארנישט שארף גראדע, אויב שארף איז דא אין אנדערע וועגן בעלז און וועגן דעם שוחט דארט, אבער דא שרייבט ער זייער שארף אויף די וואס מאכן זיך נאריש נאכצומאכן די אמת'ע גדולי ישראל אשר בארץ המה!

ער רעדט חלילה נישט אויף'ן גרויסן אוהעלע רב, און אויך נישט אויפ'ן הייליגן ליסקא'ער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איש האמת האט געשריבן: יעדער ווייסט אז אל"ע מחלוקת"ן פונעם מנחת אלעזר איז געוועהן כולו לשם שמים
נאר דא האט ער געשריבען אביסעל ווילד, היינו דברים שלא כסדרם, און טוה מיר א טובה,
קודם עיין שם און נאכדעם שרייב,

איך מיין נישט גארנישט חלילה אקעגן דעם מנחת אלעזר, און דעריבער פארשטיי איך נישט
וואס דו באוואשט מיר (און דער צייט וואס דו זאלסט וואשן דיין הויז אויף פסח) אזוי ברבים, .

שכויח אויף דיין קאמפלעמענט

האיש האמת לפי הנראה הי' בעולם כבר בימי המנח"א, לפי תגובותיו וזכרונותיו, או נולד בסמוך לפטירתו, ולכן מובן שוני הלשון, ואין מן ההכרח שהוא משום אי דרך ארץ
ועוד לפי שמסביר אין הכוונה על החריפות, שלזה ציינתי שגם במכתבו של הה"ק אודות ענין זה כותב באופן חריף מאד, רק הכוונה על האי הסדר, שכידוע לחסידי מונקאטש, הנמאו"ח לא נכתב כדי להדפיסו, ובזה מתיישבים הרבה תמיהות ע"ז, וא"כ יש עוד סיבה לחשוב שאין צריכים להאשים איש האמת באי דרך ארץ
ורבותי, אין כדאי לגרש איש כאיש האמת מפני "ווילדע לשון" לכל היותר גרידא
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אבל למה יתעקש כ"כ בעד כמה הקשות באצבע, מה יפסיד כשימחוק ב' מילות, ובזה ישמור כבוד האדם הגדול בענקים.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע:איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

והוא פלאי האט געשריבן:
איש האמת האט געשריבן: יעדער ווייסט אז אל"ע מחלוקת"ן פונעם מנחת אלעזר איז געוועהן כולו לשם שמים
נאר דא האט ער געשריבען אביסעל ווילד, היינו דברים שלא כסדרם, און טוה מיר א טובה,
קודם עיין שם און נאכדעם שרייב,

איך מיין נישט גארנישט חלילה אקעגן דעם מנחת אלעזר, און דעריבער פארשטיי איך נישט
וואס דו באוואשט מיר (און דער צייט וואס דו זאלסט וואשן דיין הויז אויף פסח) אזוי ברבים, .

שכויח אויף דיין קאמפלעמענט

האיש האמת לפי הנראה הי' בעולם כבר בימי המנח"א, לפי תגובותיו וזכרונותיו, או נולד בסמוך לפטירתו, ולכן מובן שוני הלשון, ואין מן ההכרח שהוא משום אי דרך ארץ
ועוד לפי שמסביר אין הכוונה על החריפות, שלזה ציינתי שגם במכתבו של הה"ק אודות ענין זה כותב באופן חריף מאד, רק הכוונה על האי הסדר, שכידוע לחסידי מונקאטש, הנמאו"ח לא נכתב כדי להדפיסו, ובזה מתיישבים הרבה תמיהות ע"ז, וא"כ יש עוד סיבה לחשוב שאין צריכים להאשים איש האמת באי דרך ארץ
ורבותי, אין כדאי לגרש איש כאיש האמת מפני "ווילדע לשון" לכל היותר גרידא

איש האמת האט געשריבן: זייענדיג פון דער סאמא ערשטער בארא פארקער איינוואוינער, צווישען גאר אסאך אנדערע אדמורי"ם און רבנים וועם איך כ'האב זוכה געוועהן
משמש צו זיין (און מצרף געוועהן צו מנין אויך), האב איך אים אויך גאר גוט געקענט,
ער איז געוועהן די ערשטע חסידישע בית המדרש און בארא פארק,
כ'האב אמאל אים באגלייט שבת אינדערפרי צו דער מקוה, כמדומה לי נאך און תש"ח,
אוודאי האט ער נישט אויפגעגעבען אויף זיין לבושי שבת, און געוואקט אויף דער גאס מיט שטריימעל און בעקיטשע,
וואס איז געוועהן א חידוש בימים ההם און ב"פ, וואס איז דאן געוועהן א מדבר שממה, און אויף דער וועג צוריק, און נעבעך א מאדערן יוד'ל (געהאט א פייפ און זיין מויל, מיט א קליין קאפעל)
צוגעגאנגען צו אים, און אראפ געווארפן זיין שטריימעל, און אים אנגעשריגען, "איר ווילט אהער ברענגען היטלער קיין אמעריקא", ער מיט זיין פשטות און ווייך הארץ וואס ער האט געהאט פאר
יאנקעל די פופציגער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: אבל למה יתעקש כ"כ בעד כמה הקשות באצבע, מה יפסיד כשימחוק ב' מילות, ובזה ישמור כבוד האדם הגדול בענקים.

ווען א מענטש ווערט נחשד בדבר שאין בו, טוט עס וויי,
איך וואלט אויך געניצט אן אנדער לשון, אבער בכוונה שהתכוון, אני מבין לרוחו
למה זה תשאל לשמי...
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”