iVelt לאגא פארמעסט

"פארמעסטן צווישן די אייוועלט שרייבער"

די אחראים: יאנאש , אחראי

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

אט זענען מיינע ארימע צענט.

1. ס'איז מיר א כבוד מען האט אויסגעקליבן מיין לאוגו. איך פארשטיי אז ס'מוז נישט זיין אז דאס איז די בעסטע, אבער הכל תלוי במזל.

2. די בעקגראונד וואס ארענדאר האט ארויפגעלייגט. הממ.. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס צו זאגן דערוועגן, אבער מיר קוקט דאס אויס ווי א פארצייטישע דעקל פון א קונטרס. באמת, כאפ איך בכלל נישט וואו דאס גייט ערשיינען. אויף די פראנט פעידזש? אויף טאפ פון די פארום פעידזשעס? יעדן פאל, וואונדער איך מיך אויף דעם קאליר.

3. איך וואונדער מיך פארוואס מען דארף צושטעלן די לאוגו סטייל, קאלירן און THEME צו די וועבסייט. לכאורה וואלט מען געדארפט פארקערט. א לאוגו האט סאך מער רעסטריקשאנס פון קאליר און סטייל, און דער וועבסייט איז דער וואס דארף זיך צושטעלן דערצו.

4. די לאוגאו וואס כ'האב געמאכט איז געמאכט געווארן אין עטליכע מינוט אין איילעניש, ס'איז בכלל נישט פונקטליך. אויך די קאלירן זענען נאר צו געבן אן איידיע. [אני שלעצמי האלט גראדע, די קאלירן זענען דירעקט יא פאסיג פאר א פארום וועבסייט].

5. די וואס טענה'ן אז זיי פארשטייען נישט דעם ספעציעליטעיט פונעם לאוגאו. קודם כל, על טעם וריח וכו', צווייטנס, איז גאר מעגליך אז זיי כאפן נישט דעם איידיע. דאס איז צוזאמגעשטעלט פון פיר טאלק אייקאנס, וואס באצייכנט דאס צונויף רעדן פון מענטשן. און דערפון שיילט זיך ארויס די אות אל"ף, וואס מיינט אידישע וועלט. דריטנס, דער אוועראלל שעיפ, האט א שטיקל אומ'חן, ווייל ס'זעהט אויס ווי א בלום. א טיילווייזע לעזונג דערצו קען מעגליך זיין צו מאכן אן ODD ANGLE. זעה בילד בייגעלייגט.

6. איך זעה דער עולם גייט מער פאר א לאוגו אן עפעקטס. איך מיין אבער, אז א וועבסייט לאוגו קומט דוקא יא מיט גרעדיענט עפעקטס. נאר פארשטענדליך נישט קיין רעסטאר סטייל, נאר וועקטאר.
אטעטשמענטס
ivelt_Logo-Modified.jpg
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

אינטעל, הערליך שיין, און מזל טוב פארן אויסגעקליבן ווערן אלס געווינער.
אייניגע נקודות לענ"ד.
1. כ'זעה האסט אנגענומען מיין הצעה דאס צו מאכן skew/ עס זעהט טאקע אויס בעסער.
2.כ'מיין עס איז צו שטארק שיעף. מאך עס אזויפיל ווי די I לאגא. יענץ האט אויסגעזעהן ווי עס שטייט אויף א סטענד, אין איז זייער שיין געווען.
3. טויש די קאלירן פון צוויי טאלק אייקאן אויף פורפול, אדער אויף אנדערע וואס די האלסט איז פאסיג. קענסט אפילו מאכן יעדעס איינע אן אנדערע קאליר נאר נישט די קאלירן פון גוגל קראום.
4. טריי מאכן די אותיות פון 'אידישע וועלט' מיט געשריבענע אותיות. איך מיין עס וועט אויסזעהן מער לעבעדיגער.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אינטעליגענט, טאקע פארגעסן צו קאנגראטולירן.

גראדע בין איך מיט דיר, סיי לגבי דעם גרויען קאליר, און סיי בכלליות, אז דער סייט דארף זיך צושטעלן צום לאגא. איך האב דאס זייער ליב, נאר דאס איז טאקע א שטיקל טענה, אז די קאלירן זענען זייער ענליך צו גוגל קראום, סאו דאס דארף אביסל געטוישט ווערן, אבער עס צו מאכן נאר איין קאליר אזוי ווי דא, מיין איך נעמט אסאך אוועק פון דעם חן.

מזל טוב, און זיי מצליח אין דיין גראפיקס ארבעט, (אויך אין סיי וואס נאך דו טיסט) און מאך אסאך געלט, און האב אסאך פאן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

וואס זאגט עטס צו אזא געדאנק?

איך מיין אז דאס מאכט מער סענס. דאס לעצטע וואס כ'האב געמאכט, האט עפעס אויסגעזעהן ווי פיר עקסטערע לאגוס. ס'מוז זיין איין שטיק.

.
אטעטשמענטס
ivelt_Logo-Modified 2.jpg
אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע:נו.... גילוי!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט »

מ'זעט נישט אזוי שטארק דאס רעדן סימבאל אין דעם

און נישט פארגעסן: קאנגרעטדזשעלעישאנס (יוש, אזא לאנגע ווארט..) פאר'ן ווערען אויסדערוועלט פון צווישן דעם גאנצן וועלט....
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

געוואלדיג אסאך בעסער כ'מיין ביסט שוין נאכן דעדליין פון מאנטאג אבער וואס קאסט..
מען כאפט נישט וואס די ווייסע זאכן זענען אינמיטן חוץ אויב איינער האט שוין געזעהן דיין פאריגע.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

גאנץ געשמאק

האו אבאוט אנפילן די אלף מיט א קאליר
כבין נישט זיכער אז עס איז בעסער אבער איך בין נייגעריג

ווייל די גאנצע אילוסטרעשאן איז אביסל קאנפיוסד
די אלף זעהט מען גיט אבער די באלאנען נישט אזוי גיט
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שווארטץ »

די לעצטע איז (כמעט) פערפעקט!
איך האב נאר נישט ליב די "באטטאן" סטייל.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

די לעצטע איז צו קאמפליקעיטעד, כ'וואלט יא געגאנגען מיט איינס פריער, נאר אפשר אביסל גראדער - ווי קעיזנאוו זאגט. אפשר די גרויע אוטליין איז צו שטארק, אבער דער מהלך געפעלט מיר ס'בעסטע.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מאך "נישט" א געשריבענע אות, נוץ אבער מער א קלאסישערע פאנט.
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

די לעצטע איז הערליך שיין, אבער עס איז צו עלעגאנט, דא דארף מען עפעס מער sporty, עפעס וואס לעבט, די פריערדיגע איז בעסער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אינטעליגענט

אייוועלט איז א תפיסה?
אוועטאר
אורחאפורחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 31, 2010 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורחאפורחא »

פאטאקי08 האט געשריבן: אינטעליגענט

אייוועלט איז א תפיסה?

עפעס אזא בחינה ווי א תפיסה וואס מען קען זיך נישט ארויסזען
מינימום פרייז $25 אויב העלפט איר 50 זאגט א מיינונג 75 פארשטייט בעסער 100
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

א פונצטערע תפיסה מיט די ערגסטע ארעסטאנטן דערין...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אינטיליגענט. אז די מאכסט א נייע קענסטו אינגאנצן פארלירן...

לדעתי לאז דאס לעצטע וואס דער עולם און ארענדער האבן שטארק געגליכן. יענץ זאגט אלעס און שטארט גוט ארויס. (בלויז קאלירן אביסל טוישן דארט)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

אוודאי אז מען קוקט גוט זעהט מען די פיר טשעט סימבאלס ארום, אבער באופן כללי קוקט עס אויס ווי 4 רינגעלעך.
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

סארי, יעצט זעה איך אז כבר קדמו לי בזה בתגובות הקודמים.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

אחי ורעי כולם אהובים, איך קום דא מיט א ווענדונג בשם ארענדאר יר"ה,

אזוי ווי יעדער ווייסט האלט מען שוין נענטער ווי ווייטער אריבערציגיין צום נייעם סייט, ווי עס הייסט יעצט וועט מען אי"ה אריבערגיין דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ראה, אבער כדי עס זאל זיין א דבר השלם, האט ארענדאר באשלאסן אריינצינעמען דעם גאנצען ציבור אין די ארבייט, האט ער געמאלדן אז ער וויל דער עולם זאל מאכן די לאגא, האט ער געזאגט אז מ'זאל מאכן אין ער וועט אויסוועלן וועמענס ס'געפעלט אים דאס מערסטע.

למעשה האט ער אויסגעוועלט איטעליגענטס איידיע, ער האט אבער געבעטען אז מ'זאל טוישן עטליכע זאכן.
עס קוקט אבער אויס ווי דער עולם האט נישט פארשטאנען וואס ארענדאר האט געזאגט מיטן אויסוועלן זיין איידיע, ס'קוקט אויס ווי דער עולם מיינט אז ער וויל זיין איידיע און נאר ער מעג עס פארעכטן.

האט ער מיך געבעטן אז איך זאל איבערגעבן אז ער האט נאר אויסגעוועלט זיין "איידיע" אבער ער וויל נאך אלץ אז "יעדער" זאל עס מאכן בעיסט אויף זיין איידיע.

אבער למעשה אז שוין אביסל שפעט, געט ער נאך ביז מארגען נאכט וואס מ'קען עס מאכן.

הצלחה פארדינט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אינטעליגענט
איך האלט אז די קאלירן זענען מיסודם פיין נאר מען דארף מאכן שארפער, קלארער ארויסברענגען.
דאס וואס דו האסט געמאכט בלוי דא אויבן קוקט אויס ווי א מוח. דערפאר מוז מען עס ארומנעמען אין אזויווי א באטטאן וכדו'.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

איך קען ענק איין זאך זאגן, איך וואלט נישט אויסגעקליבן קיין איינס פון די אלע פאלגנדע סטיילס און קאלירס.
כ'האב עס געמאכט לויט וואס כ'האב געקלערט אז מ'וועט זיין צופרידן.

ווען מען האט א קאסטומער און מען ווייסט וואס ער וויל, קען מען זיך צושטעלן צו אים. משא"כ דאהי, וואס יעדן טאג קומען אפיר אנדערע צען מיינונגען. ס'איז נישט פארהאן א באשטימטע קאסטומער וואס מ'קען זיך אויסשמועסן מיט אים, און מסביר זיין יעדע קאליר און סטייל פארוואס מ'קען יא אדער נישט מאכן.

לגבי די פאנט.
איך האלט אויך פון מער א געשמאקע קלעסיק פאנט, אבער כ'פארמאג נישט צופיל פאנטס. ווער ס'וויל זיך מנדב זיין זאל ארויסלייגן וואס ער גלייכט.

ווער ס'האט איידיעס פאר די קאלירן און די און אויסשטעל זאל זיך אנרופן. איך בין שוין פארטיג דערמיט.
האט'ס פאן..
אטעטשמענטס
ivelt_Logo-Modified 4.jpg
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אקעי

די לעצטע שורה די רעכטע זייט רעדט ווערטער!!!!!!!!

כאטש איך קוק אינגאנצען נישט אויף די אלף
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

די צווייטע שורה די דריטע פון רעכטס קוקט אויס ווי א שיינע פען (גוט פאר די איצטיגע הייסע טעג...)
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3354
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

פאטאקי08 האט געשריבן: אקעי

די לעצטע שורה די רעכטע זייט רעדט ווערטער!!!!!!!!

כאטש איך קוק אינגאנצען נישט אויף די אלף

פאטאקי איך בין מיט דיר!
הנותן לשכוי בינה...
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

איינס שענער פונעם צווייטן. אבער לאמיר צוגלייגן מיינע נקודות.
א. די קאלירן זענען צו שטארק רוהיג און סאליד. עס דארף זיין מער לעבעדיגע קאלירן.
ב. בלויז יעדעס צווייטע טאלק סימבאל זאל זיין די אנדערע קאליר.
ג. 'אידישע וועלט' זאל אויך האבן ביידע קאלירן, יעדעס ווארט אן אנדערע קאליר, לויט די לאגא.
ד. אלס 'געשטעל' אויס בין איך מיר מצטרף צום רבי'ן, דאס לעצטע פונעם אונטערשטן שורה אויף די לינקע זייט.

אחרי ככלות הכל, לכאורה הערות וועלן זיך קיינמאל ענדיגן
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און איך האלט דוקא פון די צווייט שורה, צווייטע פון רעכטס. איך האב נישט ליב די ערשטע רעכטס פון דריטע שורה ווייל עס איז 2 דימענשאנעל, אבער די צווייטע רעכטס פון צווייטע שורה איז כאטש 3 דימענשאנעל
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “פארמעסטן”