ר' אברהם שמואל בנימין סופר, הכתב סופר - י"ט טבת תרל"ב
ווייסט איינער ווי מ'קען טרעפן א רשימה פון אלע תלמידי הכתב סופר? אויב ס'איז דא בכלל אזא זאך? איי וויל עפרישיעיט איט.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ער רעדט לכאורה פון די אויבנדערמאנטער ספר. איך האב עס געקויפט און בשעת מעשה אויך געטראכט די זעלבע, אבער נאכן קויפן קען איך אייך זאגן עס איז ווייט פון טייער. א ספר וואס זאל ענטהאלטן אזויפיל אינפארמאציע - ממש אן אוצר בלום.טאבאקא האט געשריבן: ס'איז לעצטנס ארויסקומען א ספר מיט א אויספירליכע רשימה, א מייסטערהאפטע ארבעט אבער ס'קאסט אביסל טייער.
מיללער האט געשריבן: ז. בתו חוה לאה אשת ר' שלמה אונגאר מפרעשבורג
ווען איז ר' לייב רובינשטיין נפטר געווארן, און ווייסט איינער צו פון די דערמאנטע קינדער זענען דא היינט אייניקלעך יראים ושלימים?
מיללער האט געשריבן: ווי דערמאנט אין אן אנדערען אשכול האט דער כתב סופר געהאט אן איידעם ר' יעקב (יהודה) לייב הכהן שטראסער, ער איז געווען דער פאטער פון ר' שלמה צבי הכהן שטראסער דומ"ץ ורב בדעברעצין ז"ל,
מיללער האט געשריבן: נאך אן איידעם פונעם כתב סופר איז געווען ר' רפאל הלוי דייטש פון סעפלאק
ראש הקהל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: ז. בתו חוה לאה אשת ר' שלמה אונגאר מפרעשבורג
ווען איז ר' לייב רובינשטיין נפטר געווארן, און ווייסט איינער צו פון די דערמאנטע קינדער זענען דא היינט אייניקלעך יראים ושלימים?
כמדומה לי איז הגאון רבי נתן געשטטעטנער זצ"ל בעל להורות נתן נמנה מבין נכדיה, אן אייניקעל פונעם כתב סופר דורך איר, שטימט?
טהור-עיניים האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן: ר' יעקב עקיבא איז גארניט געווען א קטלא-קניא,דער כתב סופר איז געלעגען 3 טעג ביז מהאט קובר געווען גופו הקדוש,די פרעשבורגער קהילה האט עם געוואלט אויפנעמען און די משפחה האט דייקא געוואלט דעם שבט סופר,ביז עס איז אנגעקימען איינער פון די גדולי ישראל און סדר געמאכט.
דאס איז מיר א ריזיגער חידוש, איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם, אדרבה, אפשר קענסטו שרייבן עפעס מער וועגן דעם? אדער אנווייזן ווי מען קען זען מער וועגן דעם
ללמוד וללמד האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן: הרב טהור איך האף אז איר פארשטייט אז דאס איז נישט פין די זאכען וואס מען דרוקט אין די היינטיגע תולדות ספרים,אבער אויף זיין מצבה שטייט קלאר וביום א י"ט לחודש טבתשנת תרל"ב לפ"ק נחשכו המאורות.......הובל לקבר איש אלקים ביום ג כ"א טבת....
אינטערעסאנט צוצוצייכנען די ווערטער פון זיין אייניקל הרב אברהם שמואל בנימין ב"ר משה בן הרה"ג ר' יעקב עקיבא אין זיין ספר כתב זאת זכרון, וז"ל:
בשנת תרל"ב נתקדרו שמים בעבים, כי הגיע עת הסתלקות רבינו הגאון בעל כתב סופר, וביום י"ט טבת עלתה נשמתו למרומים לדאבון לב כל ישראל, ובמעמד אלפים וביניהם כששים רבנים גדולי תורה שנתאספו לחלק לו את כבודו, הי' ראשון המספידים הבן הגדול רבי עקיבא ז"ל, אשר בדבריו החוצבים וכו' וברוב חכמה והשכל הודיע שהוא מוחל על כבודו במילוי מקום אביו, ובטוב טעם ודעת הלביש מחלצות הרבנות לאחיו הצעיר, הגאון רבי שמחה בונם בעל שבט סופר ז"ל, כי לו יאתה תהלה, בתום דבריו ענו קהל האלפים לאחריו: כן דברת, יחי אדוננו מורנו ורבנו לעולם!
יוסף שרייבער האט געשריבן: הספד על מרן הכת"ס מאת ר' אברהם צבי (הארש) בן ר' מנשה קלייןמווין.
רובו בגרמנית ומיעוטו בלה"ק ,איך טרעף נישט דעם קונטרס רעקאדירט אין ערגעץ.