סאדע וואסער – סעלצער בהלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

תלמוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 15, 2011 11:09 pm

סאדע וואסער – סעלצער בהלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמוד »

עס זענען פארהאן אסאך אייגנארטיגע הלכות ביי וואסער

איך וועל דא אויסרעכנען עטליכע פון זכרון ארויס, ואין מוקדם ומאוחר:
אויף פלעין וואסער מאכט מען נישט קיין ברכה נאר אויב מ'איז דארשטיג
וואסער איז אויף קיין פאל נישט כשר פאר קידוש אפי' עס איז חמר מדינה
נאכן עסן פיש איז א סכנה צו טרינקען וואסער
ביי ש"ש טרינקט מען נישט קיין וואסער מן הנהרות
פאר הבדלה מעג מען עפ"י הלכה טרינקען וואסער (עפ"י אר"י נישט)
ביי די פיר תקופות דארף מען עס צודעקן מיט אייזן (זה בעצם אריכות גדול אבל אין לי פנאי כעת)
ס'שטייט אז אלע וואסערן וואס איז געווען אין שטוב בשעת א מת איז נסתלק געווארן זאל מען אויסגיסן

איז די שאלה צו סעלצער האט די זעלבע דין אדער די גאז מאכט עס א דין ווי א משקה
האב איך געטראפן אינעם באקאנטן תורה ירחון "וילקט יוסף" אין ערשטע פאר גליונות ווי מען רעדט לגבי אונזער לעצטע נידון, און מען פסקעט דארט קלאר (דער מהרש"ם און נאך) אז סאדע וואסער האט נישט א דין ווי וואסער
עס איז באזונדערע יצירה

ווילן אבער מאנכע זאגן אז ביי די היינטיגע סעלצער איז אפשר די דין אנדערש ווי יענע ווייל עס פארמאגט נישט קיין זאלץ
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

תלמוד האט געשריבן:
איז די שאלה צו סעלצער האט די זעלבע דין אדער די גאז מאכט עס א דין ווי א משקה
האב איך געטראפן אינעם באקאנטן תורה ירחון "וילקט יוסף" אין ערשטע פאר גליונות ווי מען רעדט לגבי אונזער לעצטע נידון, און מען פסקעט דארט קלאר (דער מהרש"ם און נאך) אז סאדע וואסער האט נישט א דין ווי וואסער


סתם אינטרעסאנט אויף ספארקלינג זעה איך קען מען יא מאכן א געהעריגע בפה''ג זעהט אויס אז די געז מאכט עס נישט אנדערש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

בנוגע די סכנה צו טרינקען וואסער נאך פיש, ברענג ביטע דער מקור דערצו, איך זוך עס שוין לאנג.
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מי חכם האט געשריבן: בנוגע די סכנה צו טרינקען וואסער נאך פיש, ברענג ביטע דער מקור דערצו, איך זוך עס שוין לאנג.

בגמ' מועד קטן (י"א ע"א) אמר רב אמר לי אדא ציידא, כוורא (ר"ל דגים) טווייא באחוה [במלח שהמלח נברא מן המים כדגים] אסוקיה באבוה [לאחר שצלאו נותנו במים צונן] מיכלי בבריה [מטילין אותו בציר היוצא מן הדגים ואוכלין אותו] אשתי עליה אבוה [ששותין עליו מים, שדגים נבראו מן המים] ע"כ, אבל התוספות כתבו שם שבזמן הזה תופסים סכנה לשתות מים אחד אכילת דגים, והובא דבריהם בחידושי רעק"א (יו"ד סי' קי"ז בסעיף ה' בהג"ה), וכן כ' בערוך השלחן (ועי' במשנ"ב שכתב דשתיית יין שרף בין דגים לבשר הוי צורך סעודה ואין מברכין עליו שהכל דהוי דברים הבאים בתוך הסעודה).

(מתוך שיעור כללי של הרה"ג ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א בעניני ונשמרתם מאד לנפשותיכם)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און וואס טיצעך מיט נטילת ידים, אדער מים אחרונים, מיט זעלצער?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

מים אחרונים איז דעך בדיעבד כשר אלע משקין, א חוץ וויין אדער משקין וואס האט א חשיבות.

בלייבט די שאלה אויף נטילת ידים.

פארשטיי איך אבער נישט הלמאי ווילסטו זיך באגיסן מיט סעלצער? און וואו הין, הונטערן טיש?... אלא מאי אז דו ביסט שוין ביים סינק, נעם'זשע געהעריגע וואסער.. ס'איז פראקטישער און ביליגער...
הפך בה והפך בה דכולה בה!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

לכאורה לגבי נטילת ידים איז א זייטיגע שאלה אלס נעשה בו מלאכה, דאכט זיך אז עס איז א מחלוקה ביי נעשה בו מלאכה לצורך די וואסער אליין, לכאורה גייט סעלצער אריין אין דעם גדר.
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע:אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

און וואס טוט זיך מיט גילוי
גייען די שלענג אויך אריין אין סעלצער?
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

דוד פיישוט האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט גילוי

:wink:
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

דוד פיישוט האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט גילוי
גייען די שלענג אויך אריין אין סעלצער?

נאך גילוי איז דאס מער נישט סעלצער.


This signature was intentionally left blank
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

הרה"צ ר געציל שליט"א מ'מאנרא אמר לי פעם אז נעשה בו מלאכה איז נאר ווען ס'איז לגריעותא, נישט ווען ס'איז לשבח המים.
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

דוד פיישוט האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט גילוי
גייען די שלענג אויך אריין אין סעלצער?



גילוי האט גארנישט דווקא מיט מים, אז ס'איז נוהג, איז עס נוהג בכל.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יואל ווייס האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט גילוי
גייען די שלענג אויך אריין אין סעלצער?

נאך גילוי איז דאס מער נישט סעלצער.

טייערער ר' יואל
עס ווענד זיך ווילאנג דער גילוי האט אהנגעהאלטען
דרך אגב מענין לענין באותו ענין
אויף די קנקל פלעשער איז געשטאנען אז ע~פ הלכה דארף מען די שטאפיק עפענען פאר שבת און גוט צוריק פארמאכען
ובלשונם הטהור מפני שמירת השבת יש לפתוח את הסגר מלפני השבת ולסוגרו היטב
האב איך געקלערט צו דאס פארמאכען איז סתם אנ'עצה טובה אדער איז דאס אויך א חלק פון שמירת השבת
האט א קרוב מיינער מיר געזאגט אז עס קען זיין צוויי סיבות אז דאס גוט פארמאכען זאל זיין פאר שמירת השבת
ווייל אויב די גאז גייט ארויס איז דאס דאך גורם א מיעוט אין עונג שבת
און צווייטענס אויב די גאז וועט ארויס גיין וועט אין דער עתיד מער נישט עפענען די פלעשער פאר שבת
דרך אגב דאגב מרן הגרשז~א זצ~ל איז מיקל לגבי פלאסטיק שטאפיקעס...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

תלמוד האט געשריבן: אויף פלעין וואסער מאכט מען נישט קיין ברכה נאר אויב מ'איז דארשטיג


געשאסען א פייל/הלכה, עס איז אין בעסטן פאל א "ספק" ברכה!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

איטשע האט געשריבן:
תלמוד האט געשריבן: אויף פלעין וואסער מאכט מען נישט קיין ברכה נאר אויב מ'איז דארשטיג


געשאסען א פייל/הלכה, עס איז אין בעסטן פאל א "ספק" ברכה!

הלכה ברורה בלי שום חולק.

קענסט זאגן אז די הגדרה פון נישט דארשטיג איז א שאלה, אבער אויב מען איז קלאר נישט דארשטיג איז לכל הדיעות "אסור" צו מאכן א ברכה.

לגבי סעלצער, דאכט זיך אז די משנה ברורה רעדט פון עפעס כעין זה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

די שאלה איז געווען בעיקר וועגען די מינעראל וואסער וואס אלע האבען געטרינקען אין מארינבאד וכדומה
וויבאלד מען האט עס דאך נישט געטרינקען לצמאו
נאר עס איז אויך נישט געווען אויף אראפצושלינגען עפעס וואס איז געבליבען שטעקען אין די בית הבליעה
וועגען דעם איז די שאלה וואס איז דער עיקר לגבי מאכען א ברכה אויף וואסער
איז דער עיקר עס דארף זיין לצמאו
אדער איז דער עיקר עס זאל נישט זיין אויף אראפ צו שלינגען אנ'אומצא...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע:חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כעלעם'ר מגיד »

אין משנה שטייט "השותה מים לצמאו" דווקא, אבער אין תשובות שו"מ (מהדורא ה' סי' כ"ג) האט ער דארט א שאלה וועגן וואסער וואס מ'טרענקט לרפואה אפאר גלעזלעך, די שאלה איז בנוגע הפסק, איז משמע מדבריו אז א ברכה דארף מען זיכער מאכן.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ר' מגיד
הלא הוא הדבר
אין די משנה שטייט לצמאו
אבער אין די גמרא זאגט מען הא השותה לבלוע אומצא אינו מברך
איך געדענק נישט קלאר די לשון
איז די שאלה ווי שטעלט מען טרינקען מינעראל וואסער....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיט דעם הלכה פון נישט מאכן א ברכה אויף וואסער, דארף מען גוט גוט ארויסהאבן פארוואס מען טרינקט, ווייל די רגע וואס מען האט שוין א משהו הנאה דהיינו מען איז א משהו דארשטיג, דארף מען שוין מאכן א ברכה, און וועגן מאכן א ברכה אויף וואסער וואס מען טרינקט אויף רפואה, שטייט קלאר אין משנ"ב (סי' רד, סקמ"ב) בשם די יעב"ץ נישט צו מאכן קיין ברכה, חוץ אויב מען איז דארשטיג אויך.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: הרה"צ ר געציל שליט"א מ'מאנרא אמר לי פעם אז נעשה בו מלאכה איז נאר ווען ס'איז לגריעותא, נישט ווען ס'איז לשבח המים.

ייש"כ פאר די הוראה למעשה. אין מ"ב זעה איך אז עס איז טאקע א מחלוקה, לויט די של"ה איז אסור און לויט רוב פוסקים איז מותר.
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע:אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

msp האט געשריבן:
יואל ווייס האט געשריבן:
דוד פיישוט האט געשריבן: און וואס טוט זיך מיט גילוי
גייען די שלענג אויך אריין אין סעלצער?

נאך גילוי איז דאס מער נישט סעלצער.

טייערער ר' יואל
עס ווענד זיך ווילאנג דער גילוי האט אהנגעהאלטען

אל תקרא בניחותא אלא בבדיחותא,
כזה ...


This signature was intentionally left blank
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ידידי ר' יואל
הלא גם אנכי כיוונתי בבדיחותא
:wink:
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

עס קומט אפשר נישט אריין דא, אבער בדרך אגב אז מ'רעדט פון סעלצער וויל איך צולייגן אן אינטערעסאנטע זאך. עס ווערט געברענגט אז די הייליגע חת"ס פלעגט נישט טרונקען קיין סעלצער אום ר"ה, ווייל עס קאכט און זידט און איז "דין".
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מענין לענין באותו ענין
איך האב געהערט אז אין פשעווארסק עסט מען ר"ה סארדינען
אז עס זאל סר זיין די דינים...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ללמוד וללמד »

msp האט געשריבן: מענין לענין באותו ענין
איך האב געהערט אז אין פשעווארסק עסט מען ר"ה סארדינען
אז עס זאל סר זיין די דינים...

מענין לענין באותו ענין
איך האב אמאל געהערט א ווערטל: די יעקעס זענען גענוי ווי סרדינען. וויזוי ליגן די סרדינען אין שאכטעל? שיין גראד אבער אנע קעפ...
זעהט אויס אז די "שנהי' לראש ולא לזנב" איז מען אבער יוצא אין פשעווארסק אויף אן אנדער מין.
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”