ארכילאגישע אויפדעקונג אדער בלאף (קבר פון אותו האיש)

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

ארכילאגישע אויפדעקונג אדער בלאף (קבר פון אותו האיש)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

איידער מ'באשטיינערט מיך דא, ליינט אפ דאס גאנצע,

(כבוד המנהלים אויב האלט איר אז דאס איז נישט דער פלאץ דערפאר, מעקט עס אויס)

בערך פאר דרייסיג יאר צוריק האבן ארכילאגען גטראפען א מערה וואס האט געהאט פיר כוכין, (אמאליגע קברים) אויף איינ'ס איז געשטאנען אז דא ליגט דער אותו האיש ימ"ש, אויף די אנדערע זיין מאמע מרים די מרשעת, און אויף א דריט'ס זיין זון יהודה, און א פערדע,

איצטערט קומט ארויס א שטיקל געזעהכץ אזא וואס אויף די טמא'נע כלי, די טעלעוויזיע, וואו זיי גייען עס ווייזען און באבארבעטען, זיי פלאנירן צו מאכען די ען עי טעסט צו זעהן צו די דריי זענען טאקען איין משפחה, פונקטליך צו וויסן אויב דאס איז טאקען דער רשע קענען זיי אבער נישט,

איך גיי נישט אריין גיין צו טיעף, אבער אויב באווייזען זיי אז דאס איז ער, צו פאלט א גרויס חלק פון זייער גלויבן, ווייל ביי זיי איז אנגענומען אז נאכן הנגען איז ער צוריק אויפגעשטאנען , וכו' וכו', בלא בלא בלא, שטותים מיט לאקשען,

איי פון וואו נעמט זיך דען א געדאנק אז ער איז צוריק אויפגעשטאנען, איז באוויסט ביי די אידן, אז וויבאלד די אידן האבן מורא געהאט אז זיינע נאכפאלגער'ס וועלן קומען ארויסגראבען די נבלה און זיי וועלן נאכדעם קומען שרייען, קוקט ער איז נישט דא איז א סימן אז ער איז ארויף אין הימל וכו', זענען געגאנגען אפאר אידעלעך און ארויסגענומען די נבלה און עס אוועק געפירט, האט זיך אבער אויסגעשטעלט אז טאקע די אקט האט נאר צוגעברענגט אז מאנכע פון זיינע מענטשען זעהנדיג אז די נבלה פעלט, האבן זיי אנגענומען אז ער ארויף אין הימל,

איצטערט איז מיר אינטערעסאנט צו איינער פון ענק ווייסט צו די פאר אידעלעך האבן אים צוריק באגראבן נעבן זיין פאמילע, במילא קען טאקע זיין אז דאס זענען שריים פון זיין נבלה, אדער צו דאס איז פונקט אזוי ליגענט ווי אלט די שטיינער פון האווי קעוורענס זענען,
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'גלויב נישט אז מ'האט איהם בערדיגט נעבן זיין פאמילע, ער איז דאך געווען א נהרג בבית דין, אין א געהעריגע בית הקברות האט מען איהם נישט געמעגט באערדיגן.

נעקסטיים פרעג פאר דו לייגסט עס ארויף.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כאב אים נישט געקענט פערזענליך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דיזע ערצעלונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיזע ערצעלונג »

סאכדעס, לויט די קריסטן האט אים נישט בית דין גע'הרג'עט נאר די רומיים, און זיי האבן שפעטער איבערגעגעבן דעם קערפער פאר דער פאמיליע און נאכפאלגער פון יוזל, וועלכע האבן אים באערדיגט אין א מערה.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

דיזע,

אין דאס צו ער איז צוריק אויפגעשטאנען, איז דא א טיפע מחלוקה ציווישן די קריסטען, בכלל זענען זייערע כתבים הטמאים (די ניו טעסטעמענט) זייער צו מישט איבער די נושא ווען און ווער און וואו מ'האט אים געזעהן,

וואס איך בין נייגעריג איז (כ'רעד פון די אמת'ע מעשה אז די אידן האבן אים באגראבן) צו ווען מ'האט אים דאס צווייטע מאל באגראבען האט מען טאקע אים געלייגט נעבן זיין פאמילע, ווייל אויב איז מעגליך אז יא, דאן קען טאקע זיין אז דאס זענען טאקע איבערבלייבענישן פון אים, וואס דאן ווערט זייער גאנצער תורה אפגעפרעגט, אדער צו איז דאס בלויז ארכילאגישע שטותים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעסטער;

יישר כח פאר די רייכע טעמע (סאכדעס; סארא געפרעגאכץ פעלט דא אויס?) [וואס מיינט די שטיינער פון האווי קעוורענס?]

לענינינו: איך האב אבער א פשוט'ע עצה פאר די ארכעאלאגן, דאס וועט זיי פארשפארן די טייערע DNA טעסטס.

זיי זאלן אריינשמעקן אינעם ארון, און אויב עס שמעקט פון צואה רותחת, בינגאו! ער איז עס!
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

עס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט געהרגט ערב פסח און עס איז שוין געווען שפעט נאכמיטאג האט מען אים באגראבן ביי איינעם אין פעלד און מוצאי יו"ט האט דער בעה"ב פון פעלד ארויס גענימען די נבילה ער האט אים נישט געדארפט ביי
זיך און פעלד און פון דעם האט זיך גענימען ווייל מען האט אים נישט געטראפן אויף די זעלבע פלאץ אז ער איז ארויף
(איך מיין אז איך האב דאס געהערט פון הרב סיני מלוועצקי)
bilke

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bilke »

ער איז בפשטות נישט נהרג געווארען בבי"ד, נאר ע"י המלכות (רומי), איך מיין אז כהיום איז אזוי אנגענומען ביי די קריסטעו אויך, (אין די פילם איז אויך אזוי(כאב עס נישט געזען ח"ו, נאר געהערט דערפון))
דעס וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס (לפני הצענזור) אז ער איז נהרג געווארען בבי"ד איז א אנדערער, דער תלמוד פון ר' יושע בן פרחי, וואס די גמרא זאגט אויף אים אין שבת אין מביאין ראיה מן השוטים,
ימח שמם וזכרם

אגב, דאס איז געווען א תירוץ פאר די גלחים וואס פלעגן העצן, אז עס איז נישט אמת אז אינז האב מער עם געהרגט, נאר ע"י מלכות, זיי פלעגן אבער ענפערן אז מיר האבען עם געמאסערט, און עס איז טאקע אמת, די חכמים האבען זיכער געמאכט אז עס זאל אנקומען ווי עס דארף.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קרעמער
ווילסט נאך אלץ וויסן וואס סמיינט האווי קעוורענס?
אדער די ווייסט שוין?
אויב נישט העמער בעטן מאיר אדער מאשקע זאל אונז עס אראפלייגען מיט אלע קלאפערגעצייג... מיט א דאנק פון פאראויס
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

מען קען קויפן די טעיפס פון הרב סיני מלוועצקי ער איז א בקי אין די ענינים
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

http://lichtensteinheritage.blogspot.com " onclick="window.open(this.href);return false;
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

מעסטערמיינד האט געשריבן: אין דאס צו ער איז צוריק אויפגעשטאנען, איז דא א טיפע מחלוקה ציווישן די קריסטען, בכלל זענען זייערע כתבים הטמאים (די ניו טעסטעמענט) זייער צו מישט איבער די נושא ווען און ווער און וואו מ'האט אים געזעהן,

צי ער איז צוריק אויפגעשטאנען איז נישט קיין טיפע מחלוקת ביי זיי, אבער דאס יא - איבער ווען און וואו ישו האט זיך באוויזן, ווי אויך גאר א סך פרטים ארום דעם, זענען דא גרויסע סתירות אין דעם "נייעם טעסטאמענט".
צום ביישפיל: לויט מתיא און יוחנן האט ער זיך צוערשט באוויזן ביי זיין מערה, לויט לוקאס האט ער זיך צוערשט באוויזן נעבן חמת (אמאאוס אין לאטייניש), ווידער לויט מארקוס האט ער זיך צוערשט באוויזן צו מרים מגדלנה (די וועלכע ווערט דערמאנט אין גמ' עטליכע מאל אלס "מרים מגדלא שער נשייא" - שבת, סנהדרין ועוד).

וואס איך בין נייגעריג איז (כ'רעד פון די אמת'ע מעשה אז די אידן האבן אים באגראבן) צו ווען מ'האט אים דאס צווייטע מאל באגראבען האט מען טאקע אים געלייגט נעבן זיין פאמילע, ווייל אויב איז מעגליך אז יא, דאן קען טאקע זיין אז דאס זענען טאקע איבערבלייבענישן פון אים, וואס דאן ווערט זייער גאנצער תורה אפגעפרעגט, אדער צו איז דאס בלויז ארכילאגישע שטותים.

זייער תורה ווערט נישט אפגעפרעגט ווייל עס איז קיינמאל נישט געבויט געווארן אויף לאגיק. ווען די אמונה איז בלינד, אן קיין שכל, קען דער מציאות האקן אין פנים אריין אבער אן ערפאלג.
אלנפאלס, דער דאקומענטאר פון וועלכן מער רעדט דא, איז נתחבר געווארן דורך שמחה יאקאבאוויטש, א קאנטראווערסיאלער פיגור, וועלכער, אגב, האלט זיך פאר אן ארטאדאקסישער איד. זיינע מיינונגען זענען זייער שוואך אנגענומען - חוץ אפשר ביי קאנספיראציע-ליבהאבער.
עטליכע יאר צוריק האט ער אויך ארויסגעגעבן א דאקומענטאר אויף דעם "היסטארי טשענעל" מיט'ן נאמען " עקסאדוס דעקאדעד ", וואו ער האט געשילדערט וויאזוי די ניסים פון יציאת מצרים האבן געקענט פאסירן בדרך הטבע. צי דאס איז א סתירה צו אידישקייט איז א באזונדערער שמועס שאין כאן מקומו, אבער זיינע בייפעלער וויאזוי אלעס האט פאסירט בדרך הטבע איז מער קאמיש ווי ראציאנאל.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9251
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »



די לינק'ס ארבעטן נישט ביי מיר (חוץ #2)

קענסטו עס ביטע פאררעכטן
---
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

למעשה ווי איז ער באגראבען לויט די ארכיעלאגיע?
און שער הגלגולים (כת"י) שטייט קלאר ווי ער איז באגראבען.
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

מתוך שער הגלגולים להרח"ו:
לצפון צפת תוב"א, בלכתך מצפת לצד צפון ללכת אל כפר עין זייתון, דרך אילן אחד של חרוב, שם קבור יש"ו הנוצרי. ויש שם ב' דרכים, האחד הימני הולך לעין זיתון הנזכר. והב' השמאלי הולך אל הכרל הנזכר. והנה באמצע ב' הדרכים האלו, יש שם בקעה גדולה של אילני זתים, ולקצה הצפוני של בקע זו יש שם נחל מים שוטף, שיורד מן בור אחד הנקרא גפאר בין צפת ובין עין זיתון, וכו'
אטעטשמענטס
masay yesho1.pdf
מעשה יש"ו (שכטר)
(231.57 KiB) געווארן דאונלאודעד 301 מאל
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

די פריערדיגע שטיקל פון שער הגלגולים איז אין די געדריקטע הקדמה ל"ז, למעשה אין די כת"י שטייט אביסעל אנדערש וואס לויט דארט ווייסט מען נישט ווי די קבר איז:

העתק כתב יד קדשו של מהרח"ו, סוגרים מרובעות מבנו מהר"ש, סוגרים עגולת מהכותב.
(כת"י 71911 מכון תצכת"י של האוניברסיטה העברית בירושלים, מתחיל מדף רפ"ט עמוד ב'.)

לצפון צפת: בלכתך מצפת לצד צפון ללכת אל כפר עין זייתו"ן, דרך אילן חרוב של יש"ו הנוצרי , יש שם שני דרכים, האחד [הימני] הולך לעין זייתון, והשני [השמאלי] הולך אל הכארא"ל הנזכר, והנה באמצע שני הדרכים האלו יש שם בקעה גדולה של אילני זיתים, ולקצה הצפוני של בקעה זו יש שם נחל מים שיורד מן בור אחד הנקרא ג'אפאר, בין צפת ועין זייתו"ן, ושם גשר אחד ועוברין בו מימי הנחל ההוא, וזה הנחל נמשך ויורד לצד צפוני של הבקעה הנזכרת, ובאילן זית האחרון שבכולם שלצד צפון בקעה זו, שם קבר אמיה דר' כרוספדאי חמיד ליבא הנזכרת בספר התיקונין בסוף תיקון ע'.

-
די הבדל איז קלאר. ביי די כת"י איז משמע אז עס איז פשוט אבוים וואס האט געדינט אדער באלנגט דעם נוצרי.
אטעטשמענטס
maseh yesho2.pdf
מעשה יש"ו (שכטר)
(211 KiB) געווארן דאונלאודעד 230 מאל
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

bilke האט געשריבן: ער איז בפשטות נישט נהרג געווארען בבי"ד, נאר ע"י המלכות (רומי), איך מיין אז כהיום איז אזוי אנגענומען ביי די קריסטעו אויך, (אין די פילם איז אויך אזוי(כאב עס נישט געזען ח"ו, נאר געהערט דערפון))
דעס וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס (לפני הצענזור) אז ער איז נהרג געווארען בבי"ד איז א אנדערער, דער תלמוד פון ר' יושע בן פרחי, וואס די גמרא זאגט אויף אים אין שבת אין מביאין ראיה מן השוטים,
ימח שמם וזכרם

אגב, דאס איז געווען א תירוץ פאר די גלחים וואס פלעגן העצן, אז עס איז נישט אמת אז אינז האב מער עם געהרגט, נאר ע"י מלכות, זיי פלעגן אבער ענפערן אז מיר האבען עם געמאסערט, און עס איז טאקע אמת, די חכמים האבען זיכער געמאכט אז עס זאל אנקומען ווי עס דארף.


pontius pilate איז דער נאמען פונעם רומיש'ן גובערנאטאר וועלכע האט אפיציעל לויט די קריסטליכע רעליגע אויסגעפירט דעם אורטייל, הגם אין די לעצעטער יארן האט זיך ערוועקט א קריסטליכע באוועגונג צו ריינוואשן דעם א.ד. מיטן צולייגן אן הוספה צו די אפיציעלע געשיכטע, אז דער פילאטוס זאל אנגעבליך זיך האבן געוואשן די הענט און דערביי אויסגערופן "איך בין איבערצייגט אין זיין אומשולד און זיין בלוט איז נישט אויף מיינע הענט" (נאר אויף די אידן).

אגב, פאר ווער ס'האט פארגעסן, נישט לאנג צוריק האט קאנגרעסמאן סטיוו קאהען צוגעגליכן אבאמא'ן צו יאשקע אויפן קרייץ און סארא פעילין צו פאנטיוס פילאטוס...
קאמענטארן זענען איבריג
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

קאמענטאטאר האט געשריבן: אין די לעצעטער יארן האט זיך ערוועקט א קריסטליכע באוועגונג צו ריינוואשן [פאנטיוס פילאט] מיטן צולייגן אן הוספה צו די אפיציעלע געשיכטע, אז דער פילאטוס זאל אנגעבליך זיך האבן געוואשן די הענט און דערביי אויסגערופן "איך בין איבערצייגט אין זיין אומשולד און זיין בלוט איז נישט אויף מיינע הענט" (נאר אויף די אידן)

אין דעם אריגינעלן גריכישן "נייעם טעסטאמענט" שטייט אז ווען פילאט האט זיך מסתפק געווען צי ער זאל אומברענגען ישו'ן האבן די אידן געזאגט: "το αιμα αυτου εφ ημας και επι τα τεκνα ημων," אין ווערטערליכער איבערטייטש: "זיין בלוט איז אויף אונז און אויף די געבוירענע אונזערע." אין דעם "פאסיאן פון קריסט" האט מעל גיבסאן אריינגעשטעלט די ווערטער, אבער מיט זיין טעות (לויט טייל) אז די אידן האב דעמאלט גערעדט אראמיש הערט מען די אידן זאגן: "דמיא עלינא" (לשבחו האט ער אויף די ווערטער אראפגענומען די ענגלישע סובקעפלעך וועלכע באגלייטן דעם גאנצן פילם).
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

סאכדעס האט געשריבן: כ'גלויב נישט אז מ'האט איהם בערדיגט נעבן זיין פאמילע, ער איז דאך געווען א נהרג בבית דין, אין א געהעריגע בית הקברות האט מען איהם נישט געמעגט באערדיגן.

נעקסטיים פרעג פאר דו לייגסט עס ארויף.



קוק אריין אין משניות סנהדרין פרק נגמר הדין
משנה כיצד תולין......נתעכל הבשר מלקטין את העצמות וקוברין אותן במקומן...
http://www.e-daf.com/index.asp?ID=3701&size=1
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13901
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פאטאקי08 האט געשריבן: קרעמער
ווילסט נאך אלץ וויסן וואס סמיינט האווי קעוורענס?
אדער די ווייסט שוין?
אויב נישט העמער בעטן מאיר אדער מאשקע זאל אונז עס אראפלייגען מיט אלע קלאפערגעצייג... מיט א דאנק פון פאראויס


http://www.howecaverns.com/
א הייל נישט ווייט פון שעראן ספרינגס
פאר שטיק צייט פלעגט די חדר אין קרית יואל אהין גיין יעדעס יאר פאר אויספלוג
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און א"י איז אויך דא.
לעבען בית שמש און דעם געגענט פון נחל שורק איז דא אזא הייל. זיי ריפען דאס מערות הנטופים. און ענגליש ווערט עס געריפען
the soreq caves
איך בין שוין עטליכע מאל געווען דארט באזיכען
the SCY is the limit
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך בין שוין אויך געווען אין דעם מערת הנטופם אעבר עס איז שטארק קענטליך אז עס איז האנט געמאכטע קאנספיראציעס
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

bilke האט געשריבן: ער איז בפשטות נישט נהרג געווארען בבי"ד, נאר ע"י המלכות (רומי), איך מיין אז כהיום איז אזוי אנגענומען ביי די קריסטעו אויך, (אין די פילם איז אויך אזוי(כאב עס נישט געזען ח"ו, נאר געהערט דערפון))
דעס וואס ווערט דערמאנט אין ש"ס (לפני הצענזור) אז ער איז נהרג געווארען בבי"ד איז א אנדערער, דער תלמוד פון ר' יושע בן פרחי, וואס די גמרא זאגט אויף אים אין שבת אין מביאין ראיה מן השוטים,
ימח שמם וזכרם

איך האב אלעמאל געמיינט אז דער תלמיד פון ר' יושע בן פרחי' איז דער אותו האיש????
ווער איז דער אנדערער פון וועמען דו רעדסט?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קארל האט געשריבן: לויט מתיא און יוחנן האט ער זיך צוערשט באוויזן ביי זיין מערה, לויט לוקאס האט ער זיך צוערשט באוויזן נעבן חמת (אמאאוס אין לאטייניש), ווידער לויט מארקוס האט ער זיך צוערשט באוויזן צו מרים מגדלנה (די וועלכע ווערט דערמאנט אין גמ' עטליכע מאל אלס "מרים מגדלא שער נשייא" - שבת, סנהדרין ועוד).

ווער איז די מרים מגדלנה, און וואו איז דער מקור אז דאס איז מרים מגדלא שער פון ש"ס
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

אויפריכטיג האט געשריבן:
קארל האט געשריבן: לויט מתיא און יוחנן האט ער זיך צוערשט באוויזן ביי זיין מערה, לויט לוקאס האט ער זיך צוערשט באוויזן נעבן חמת (אמאאוס אין לאטייניש), ווידער לויט מארקוס האט ער זיך צוערשט באוויזן צו מרים מגדלנה (די וועלכע ווערט דערמאנט אין גמ' עטליכע מאל אלס "מרים מגדלא שער נשייא" - שבת, סנהדרין ועוד).

ווער איז די מרים מגדלנה, און וואו איז דער מקור אז דאס איז מרים מגדלא שער פון ש"ס

תוספות אין חגיגה אידענטיפיצירט איר אלס "אמו של פלוני" - דאס איז ווארשיינליך א רעפערענץ צו מרים מגדלנה, וועלכע איז טאקע נישט געווען ישו'ס מאמע אבער פון זיינע הויפט שטיצער. עס זענען אבער טאקע דא וואס זענען זיך מסתפק צי די גמרא רעדט טאקע פון איר.
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”