איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 4:59 am
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 11:40 pm
די ווערטער פאר די ניגון וויליאמסבורג פון ר' יו"ט ערליך ז"ל האט איינער ?
viewtopic.php?p=1738174#p1738174
ש'כח
(אגב דארט שטייט נישט די גאנצע ניגון נאר א חלק)
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:33 am

יעפ, די דיטעילס האבן קיינמאל געפאלאוט... דא איז די גאנצע אין טעקסט:

ליד: וויליאמסבורג
דורך: ר' יום טוב עהרליך
אלבום: אידיש נחת

(דער קאנדאקטער רופט אויס ביי די מארסי עוועניו באן סטאנציע, אין וויליאמסבורג): מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ!

א.
אין וויליאמסבורגער גאסן,
ווען איהר גייט ארויס ווי עס הייבט אן טאגן,
און איהר נעמט בעטראכטן איר פון ווייטן.

זעט איהר אידן גיין אין שטריימלעך,
ציצית, בערד מיט ווייסע זאקן,
און די פאות הענגען ביי די זייטן.

גייען פרויען, טראגן סחורות,
פיש מיט מילך און ברויט מיט פירות,
אלע אין די שייטלען און פארראקן (מאנטל).

זיי לויפן דורך די גאס באשיידן,
מיט קיינעם ווילן זיי נישט ריידן,
און אויף קיינעם ווילן זיי נישט קוקן.

אין יעדער גאס א תלמוד תורה,
זיצן קינדער לערנען תורה,
און ישיבות פיל פארהאן איז דארטן.

פון איינער הערט מען "המניח",
און דער צווייטער "השולח",
פון דער דריטער שרייט מען "הכל שוחטין".

און די טאטעס פון באגינען (אינדערפרי),
לויפן מענטשן געלט פארדינען,
אלע אפגעדאוונט א מחי'.

פארקויפט מען פלייש, פארריכט מען טישן,
און פון צייט צו צייט צווישן,
כאפט מען זיך א קוק אין א משניות.

פארהאן אין וויליאמסבורג א דאקטער,
וואס א טלית קטן טראגט ער,
און א לויער'קע א אשה כשרה.

פארט א טעקסי, מחותנים,
ראשי ישיבות מיט רבנים,
און דער דרייווער רעדט מיט זיי אין תורה.

צו וועלכן איד איהר וועט אריין גיין,
וועט ער עסן אייך דערלאנגען,
און וועט מיט אייך מאכן א לחיים.

ווילט איר האבן עולם הבא,
פאלגט דעם איד און בלייבט אויף שבת,
וועט איהר מיינען עס איז ירושלים.

אוי! וויליאמסבורג!
א מחי' גאר,
זיי וואוינען דארטן, פיינע אידן,
אויף מיר אזא יאר.

אוי! וויליאמסבורג!
ס'איז גאר א נייע וועלט,
מען לערנט תורה,
מען דאנקט דעם בורא,
אין יעדן געצעלט.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
פון דעם רבי'נס הויז,
א טומל גייט ארויס,
עס טאנצן חסידים,
א ליהודים,
הויבן זיך דורכאויס.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
ארום'ן לאנגן טיש,
הויבן זיך די פיס,
אויסגעצויגן,
אויסגעבויגן,
לעבעדיג און פריש.

איי! וויליאמסבורג!
זי האט קיין גלייכן נישט,
ס'איז מים חיים,
ירושלים,
פון דעם גלות איד.

וויליאמסבורג!
א מזוזה אויפן טיר,
ס'איז פול מיט שירה,
פול מיט יראה,
א געזונט אויף איהר.

ב.
פרייטיג באלד נאכמיטאג,
ווערט אין וויליאמסבורג פארמאכט די געשעפטן,
שנעל עס לויפן אין די הייזער אלע.

מען פוצט זיך אויס,
מען וואשט זיך אויס,
מען נעמט זיך אן מיט נייע קרעפטן,
אויפן טיש עס שטייט שוין וויין מיט חלה.

דער מאן ער גייט אוועק אין שול,
די פרוי זי נעמט דעם קרבן מנחה,
זאגט צום ערשט די שבת'דיגע תחינה.

דער מאן ער קומט צו גיין פון שול,
די פרוי באגעגנט אים מיט שמחה,
און אויף זייער קאפ עס רוהט די שכינה.

אין די מקוה, פון באגינען,
קען מען אידן שוין געפינען,
עס דאכט זיך, אז זיי זיצן דארט כסדר.

איינער האלט זיך אין איין וואשן,
איינער האלט זיך אין איין ווישן,
און איינער שטענדיג זוכט ארום די קליידער.

און פון דער מקוה נעמט מען לויפן,
דורך די גאסן דורך די הויפן,
פון די מאנטלען שטעקן די טליתים.

און יעדער איינער לויפט צום רבי'ן,
און טוט אויף אים אכטונג געבן,
און ער פירט זיך ווי דער רבי הייסט אים.

אוי, יעדער רבי איז א וואונדער,
יעדער האט זיין וועג באזונדער,
ווי מען דינט דעם טאטע'ן בשמים.

און ווען איינער מאכט שוין קידוש,
זאגט דער צווייטער א חידוש,
זינגט דער דריטער שוין א מארש א נייעם.

ביים קלויזנבורג'ער פאלן טרערן,
און טיפע קרעכצן ביי דעם סקווירא'ן,
און די סטאלין'ער חסידים שרייען.

ביי סאטמאר'ן נישט אנגעפאנגען,
מען איז אין מקוה ערשט געגאנגען,
ביי די וויזשניץ'ער טרינקט מען שוין לחיים.

אוי! וויליאמסבורג!
אין תורה ודעת,
אויבן לערנען קליינע קינדער,
אונטן חברה ש"ס.

אוי! וויליאמסבורג!
ווינער יונגעלייט,
גייען רואיג דאווענען מנחה,
קומען פונקט אין צייט.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
ביי מיר, אין בעלז, אין גור,
פאפא, צעהלים'ער,
און תלמידות פון בית יעקב,
וואו מען גיבט א קער.

אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
באסעס פארן שווער,
פיהרן מיליטער,
קינדערלעך אין די ישיבות,
פיהרן הין און הער.

איי! וויליאמסבורג!
זי איז נישט אליין,
פארהאן ביי אונז נאך ווינקעלעך,
וואס זענען אזוי שיין.

וויליאמסבורג!
דער עיקר נאר איין זאך,
מען זאל האבן אידיש נחת,
פון די קינדערלעך.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:29 am

!!!Wow
א גרויסע דאנק

eller האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:28 pm
אזוי ווי איך לערן לעצטענס אויס מיינע קינדער אידישע שבתדיגע ניגונים דעריבער גיי איך בעטן אפאר ניגונים די טעקט דערפון.. אויב מען קען מיר עס ביטע שיקן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
איך זוך די טעקסט פון די ווערטער פון די ל"ט מלאכות פון די ערשטע לחיים טעיפס.

א גרויסן דאנק

--
פון די טעיפ הייליגער שבת פון לחיים

https://lchaim.co.il/products/%D7%94%D7 ... 7%91%D7%AA
מער ווייניגער:

ניגון: ל"ט מלאכות
גראמען: יוסף משה כהנא
אלבום: הייליגער שבת (אידיש חן 1)

פזמון:
קינדער הערט צו,
שבת טאג פון רוה,
ל"ט מלאכות,
וויכטיגע הלכות.

הערט אויס ריכטיג,
ס'איז זייער וויכטיג,
די אלע זאכן,
טאר מען שבת נישט מאכן.

זייען, נייען,
די פעלד אקערן.

פעל שינדן,
פייער אנצינדן,
ס'זאל פלאקערן.

מעהל זיפן,
בינדן קניפן,
פארווארפן (?) און דרעשן.

פאנגען, שעכטן,
צעברעכן, פאררעכטן,
פייער פארלעשן.

פזמון...

מוקצה נעמען,
וואל אויסקעמען,
וואשן און פארבן.

פעדימער דרינען (?)
אריינציען, שפינען,
אן איסור א הארבן.

קלעבן, רייסן,
טראגן אין די גאסן,
אן אן עירוב טאר מען נישט.

תבואה צעטרעטן,
באקן, קנעטן,
קלויבן וואס איז אויסגעמישט.

פזמון...

זאלצן פלייש,
לא תבערו אש,
נישט צייכענען ס'זאל בלייבן.

אויסארבעטן זאכן,
גלאטפארטיג (?) מאכן,
מעקן און שרייבן.

שערן, גאלען,
שניידן, מאלן,
מכה בפטיש גמר מלאכה.

טראגן אינדרויסן,
בויען, צעשטויסן,
מען דארף זיך פירן כהלכה.

אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירה מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ!
נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am
אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירה מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ!
נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]
מ'הערט עס אויף דער ערשטער טרעק פון דער אלבום צום סוף, אנשטאטס אנהויב פון דער צווייטער טרעק.

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:20 am
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am
אויף די טרעק פון ר' יו"ט ערליך ז"ל (וואס איך האב) הערט מען נישט די ערשטע שירה מארסי עוועניו, וואטש יור סטעפ!
נאר אויף ר' לוי פאלקאוויטש'ס סידי הערט מען עס [פון ר'יו"ט ערליך ז"ל]
מ'הערט עס אויף דער ערשטער טרעק פון דער אלבום צום סוף, אנשטאטס אנהויב פון דער צווייטער טרעק.
ש'כח נאכאמאל
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10849
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:14 am
eller האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:28 pm
אזוי ווי איך לערן לעצטענס אויס מיינע קינדער אידישע שבתדיגע ניגונים דעריבער גיי איך בעטן אפאר ניגונים די טעקט דערפון.. אויב מען קען מיר עס ביטע שיקן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
איך זוך די טעקסט פון די ווערטער פון די ל"ט מלאכות פון די ערשטע לחיים טעיפס.

א גרויסן דאנק

--
פון די טעיפ הייליגער שבת פון לחיים

https://lchaim.co.il/products/%D7%94%D7 ... 7%91%D7%AA
מער ווייניגער:

ניגון: ל"ט מלאכות
גראמען: יוסף משה כהנא
אלבום: הייליגער שבת (אידיש חן 1)

פזמון:
קינדער הערט צו,
שבת טאג פון רוה,
ל"ט מלאכות,
וויכטיגע הלכות.

הערט אויס ריכטיג,
ס'איז זייער וויכטיג,
די אלע זאכן,
טאר מען שבת נישט מאכן.

זייען, נייען,
די פעלד אקערן.

פעל שינדן,
פייער אנצינדן,
ס'זאל פלאקערן.

מעהל זיפן,
בינדן קניפן,
פארווארפן (?) און דרעשן.

פאנגען, שעכטן,
צעברעכן, פאררעכטן,
פייער פארלעשן.

פזמון...

מוקצה נעמען,
וואל אויסקעמען,
וואשן און פארבן.

פעדימער דרינען (?)
אריינציען, שפינען,
אן איסור א הארבן.

קלעבן, רייסן,
טראגן אין די גאסן,
אן אן עירוב טאר מען נישט.

תבואה צעטרעטן,
באקן, קנעטן,
קלויבן וואס איז אויסגעמישט.

פזמון...

זאלצן פלייש,
לא תבערו אש,
נישט צייכענען ס'זאל בלייבן.

אויסארבעטן זאכן,
גלאטפארטיג (?) מאכן,
מעקן און שרייבן.

שערן, גאלען,
שניידן, מאלן,
מכה בפטיש גמר מלאכה.

טראגן אינדרויסן,
בויען, צעשטויסן,
מען דארף זיך פירן כהלכה.
שכח
זאג מיר נישט אז דו האסט עס אויפגעטייפט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
לייבל מאנדל
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:39 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל מאנדל »

איך זיך די טעקסט פונעם אילן אילן ניגון אין אידיש, ביימעלע ביימעלע... עמיצער?
חסיד ב.פ.
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 10:58 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד ב.פ. »

popo האט געשריבן: זונטאג אפריל 24, 2022 6:50 am
האט איינער די ניגון עשר ספירות פון זמירות ישראל ביידיש?
מיט דעם כתר תורה האט דער הײליגער בורא אונז יידן דערמיט..
?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

.
חסיד ב.פ. האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 7:51 pm
popo האט געשריבן: זונטאג אפריל 24, 2022 6:50 am
האט איינער די ניגון עשר ספירות פון זמירות ישראל ביידיש?
מיט דעם כתר תורה האט דער הײליגער בורא אונז יידן דערמיט..
?
עשר ספירות
זמירות ישראל באידיש

כתר:
מיט דעם כתר תורה,
האט דער הייליגער בורא,
אונז אידן דערמיט געקרוינט,
פון אלע אומות פון דער וועלט,
האט ער אונז העכער געשטעלט,
און געגעבן די תורה פאר אונז אליין.

מיט זיין רצון וחביבות,
האט ער פון אונז געמאכט א גרויס חשיבות,
און האט אונז איינגעפאסט אין זיינע הייליגע תפילין,
דאס אלעס אז מיר אידן,
זאלן זיין צופרידן,
און טון זיין הייליגן ווילן.

חכמה:
מיט חכמה האט ער די ערד געגרינדעט,
און מיט פארשטאנד האט ער דעם הימל ערפינדעט,
אויך פיל פרטים ונבראים צו זיי אן א צאל,
דאס אלעס האט ער פאר אידן געגרייט,
אזוי אין מדרש רבה שטייט,
בשביל התורה ובשביל ישראל.

שמים וארץ האבן זיך געפארכט,
אזויווי זיי האבן פון השי"ת דערהארכט,
אז זייער קיום הענגט אין אידן'ס ברירה,
אם יקבלו התורה אין זייער גליק,
ואם לאו איז תוהו ובוהו צוריק,
דעריבער שטייט הששי מיט א "ה" יתירה.

בינה:
מיט טיפער בינה,
מיט הויכער אמונה,
פארשפארט מען א קשיא צו פרענן,
אויב אידן זענען ביי דיר אזוי טייער,
פארוואס גייען זיי אין ערשטן פייער,
הפקר דאס לעבן און פארמעגן.

דער תירוץ איז אז גלות,
און פחדים ובהלות,
זענען מיר זיך אליין שולדיג,
פארלאזנדיג דעם מקור מים חיים,
האט גורם נעווען חורבן ירושלים,
דעריבער מוזן מיר זיין געדולדיג.

חסד:
השי"ת'ס חסד איז גרויס,
אזויווי עס שטייט ואף גם זאת,
דעריבער טראגן מיר זיין הייליגן חותם,
אין אלע צרות אין אלע לייד,
געדענקן מיר זיינע רייד,
לא מאסתים ולא געלתים לכלותם.

השי"ת איז אונז מעמיד צדיקים אין יעדן דור,
וואס פארשיינען מיט זייער אור,
און טוען דאס אידישקייט אויפפרישן,
אז מיר חסידים קומען זיך צוזאם בידידות,
און מיר הערן פון אונזער הייליגע רבי'ן תורה וחסידות,
און מיר זענען מקבל תועלת פון זיינע הייליגע טישן.

גבורה:
מיט גבורה און נקמה,
האט די איש מלחמה,
די מצריים אין ים דערטראנקען,
הלואי אויך היינט,
אלע שונאים אלע פיינט,
זאלן ווערן איינגעזינקען.

דער בייזער כלב עמלק,
סיחון ובלק,
און אויך בלעם דער בלינדער,
מיט זייער גרויס חציפות,
האבן זיי געוואלט מבטל זיין אידן'ס תקיפות,
האט השי"ת מציל געווען מיט גרויס וואונדער.

תפארת:
משה רבינוס תפארת וקדושה,
איז איבערגעגאנגען צו יהושע בירושה,
און האט איינגענומען דאס לאנד כנען,
דער אייגענער יהושע בן נון,
וואס האט איינגעשטעלט די לבנה מיט די זון,
און האט געברענגט די אידן אין ארץ ישראל אריין.

אין יהושע'ס צייט,
זענען אידן געווען פיינע לייט,
און זענען געגאנגען אין השי"ת דרכים,
איז יהושע געווען א גיבור,
און איז דעם ירדן אריבער,
און האט איינגענומען די ל"א מלכים.

נצח:
דער נצח ישראל,
איז אלע מאל,
איבער געגאנגען פון האנט צו האנט,
פון מלכים צו קסרים,
פון שופטים צו נביאים,
אלעס אין זיין אייגענעם לאנד.

אבער אז אידן האבן זיך אנגעהויבן צו פירן שלעכט,
האט זיי השי"ת פארקויפט אלס קנעכט,
צו די מלכי בבל די גרויסע הולטייעס,
און ווי עס האבן זיך געענדיגט 70 יארן,
איז ירמי' הנביא'ס נבואה מקוים געווארן,
און עס איז געבויט געווארן דער צווייטער בית.

הוד:
דער הוד איז נהפך געווארן למשחית,
און פאר אידן איז געווארן א גרויס חשכות,
און די צייט פון יוחנן כהן גדול מיט די קינדער,
ס'איז געקומען דער מלכות הרשעה,
און האט געוואלט צונעמען תורה וקדושה,
האט השי"ת מציל געווען מיט גרויסע וואונדער.

אין די צייט פון בית שני,
איז געווען ביי אידן אסאך געמיינע,
און א איד פאר א איד איז דאך אן ערב,
איז געקומען דער ריש בריוני,
אידן האט אנגערייצט דעם שונא,
און דער בית שני איז געווארן חרוב.

יסוד:
דער יסוד עשר ספירות דרזא עילאה,
פון האי אלפא שתיתאה,
וואס אויף דעם זאגט דער זוה"ק דקא ייתי פורקנא,
אויף דעם ווארטן מיר שוין אויס,
מיר זאלן פון גלות ארויס,
און דעמאלס וועט נשלם ווערן,
דעם אויבערשטן'ס כוונה.

מען זאנט נאך א נוסחא,
פון רבי ר' בונם פון פשיסחא,
ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה,
זיי בעסער צופרידן,
און לייז אונז אויס אלס אידן,
ווי איידער אלס גוים חלילה.

מלכות:
דער מלכות שמים זאל שוין ווערן נתגלה,
דער הער איבער אלע,
עד מתי עוזך בשבי,
דאס מלכות הרשעה זאל שוין גיין צוגרונד,
די גאולה זאל שוין קומען געשווינד,
ונשגב ה' לבדו ביום ההוא.

א סוף זאל שוין קומען צו אונזערע טרערן.
דאס ביהמ"ק זאל שוין געבויעט ווערן,
מען זאל שוין פארשפארן צו קלאגן איכה,
דער רוח הטומאה זאל שוין ווערן פארשוואונדן,
ממילא וועט מען זיין צו דיר געבינדן,
און דעמאלס וועט מקוים ווערן,
אם הבנים שמחה.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע:ספרינג וואלי יצ"ו

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

קען איינער ברענגען די ניגון פון ר' יו"ט עהרליך פון
דער רבי איז שוין דא ?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם !!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן !!!!!

מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

איינער קען ברענגען די ווערטער אין די אודיאו פון יונתן שווארטצעס ניגון: ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ אין שאקלט אים צו מיטן קאפ
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אמור יאמר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:10 pm
איינער קען ברענגען די ווערטער אין די אודיאו פון יונתן שווארטצעס ניגון: ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ אין שאקלט אים צו מיטן קאפ
איר מיינט אוודאי פון ר' יוסף משה כהנא

נאט אייך:
000001.jpg
000001.jpg (114.72 KiB) געזען 1005 מאל
000002.jpg
000002.jpg (47.03 KiB) געזען 1005 מאל
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שמחה ונחת האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:26 pm
אמור יאמר האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 12:10 pm
איינער קען ברענגען די ווערטער אין די אודיאו פון יונתן שווארטצעס ניגון: ר' אייזיק צושמייכלט זיך א טראפ אין שאקלט אים צו מיטן קאפ
איר מיינט אוודאי פון ר' יוסף משה כהנא

נאט אייך:

000001.jpg
000002.jpg
אייזיק פיש כאפער
יוסף משה כהנא - לחיים ברידער

אין א שיינעם זומער טאג, די זון עס שיינט,
שפאצירט זיך א גביר, זייער עלעגאנט.
לעבן וואסער זעהט ער, ווי ער זיצט זיך אנגעלאנט,
דער פיש-כאפער ר' אייזיק מיט א ספר אין די האנט.

שלום עליכם ר' אייזיק! וואס הערט זיך עפעס נייעס?
עליכם השלום, פארקנייטשט די משניות.
געווען א פיינע טאג, ברוך השם,
זעצט אייך אוועק, א בענקל געם.

דער גביר טוט זיך אראפזעצן,
באטראכט די פיש און די נעצן.
אזוי קוקענדיג באמערקט ער,
די פאס פון די פיש איז האלב לער.

זאגט ער: איך וויל מיך נישט מישן,
נאר פארוואס כאפט איר נישט נאך פישן?
ווען איר ארבעט נאך אביסל צייט,
וואלט איך דאך מער געלט געהאט.

איי איי איי, אייזיק!
וואס ארבעטסטו נישט פלייסיג.
ר' אייזיק, צושמייכלט זיך א טראפ,
און שאקעלט איהם צו מיטן קאפ.

געט איהם דער גביר דאס ענין צו פארשטיין,
איך וועל דיר ערקלערן וואס איך מיין.
וועסט האבען מער געלט, קויפן נאך פעסער,
דער פרנסה וועט ווערן, גרעסער און גרעסער.

זיך אנזאמלען א גרויס רכוש,
עפענען א געשעפט פון פיש.
דינגען העלפער דארט צו שטיין,
נישט דארפן ארבעטן אליין.

וועסט אסאך מער געלט פארדינען,
קויפן בעסערע נעצן און מאשינען.
ר' אייזיק, צושמייכלט זיך א טראפ,
און שאקעלט איהם צו מיטן קאפ.

רעגט זיך דער גביר, מיט אייך עס גייט נישט,
וואס זענט איר אזא בטלן? איר פארשטייט נישט.
מיט די געלט וועט איר קויפן שיפעלעך אסאך,
פארקויפן מער פיש און ווערן רייך.

ס'וועט אין גאנצן געגענט זיך פארשפרייטן,
איין געשעפט נאכן צווייטן,
ביז די פיש פון דעם גאנצן לאנד,
וועט דורך גיין אייער האנט.

די טייך ווי די פיש שווימען,
אפדינגען, אלע רעכטן באקומען.
הכנסות אן ארבעטן שווער,
וועסט ווערן א מיליאנער.

איי איי איי, אייזיק!
אזא פלאן ערשט קלאסיק.
ר' אייזיק, צושמייכלט זיך א טראפ,
און שאקעלט איהם צו מיטן קאפ.

פון כעס ער צולאכט זיך,
איך זענט ערענסט, אדער איר מאכט זיך?
איך רעד דא צו א וואנט,
אדער מיר עס דאכט זיך?

אז מ'ווערט א מיליאנער, הייבט מען אן אינוועסטן,
די געלט איז מען משקיע אין שענסטן און אין בעסטן.
מען קויפט הייזער גאנצע בנינים,
דיאמאנטען, פארשידענע ענינים,
שטחים, איינס נאך איינס,
די רווחים קומען אליינס.

אינדערפרי נאר א בליק כאפן,
צו אלעס טוט פיין קלאפן.
די איבריגע צייט זיך נישט באמיען,
לעבן וואסער זיך אפריען.

וועסט זיך צו דעם צוגעוויינען,
וועסטו זעהן, דיין טובה טו איך מיינען.
לייג צו שכל, א טראפ,
און שאקל שוין נישט אזוי פול מיטן קאפ.

זאגט איהם ר' אייזיק איך הער וואס דו רעדסט,
נאר טאקע פונקט דאס טו איך יעצט.
אפאר שעה געארבעט און זיך נישט געפלאגט,
אינגאנצן אייער פלאן, וואס איר האט געזאגט.

איך טו מיך נישט באמיען,
איך האב צייט זיך אפצורוען.
נעבן וואסער אנגעלאנט,
מיט א ספר אין די האנט.

איך רוע מיך נאך אפ אסאך בעסער,
אן שיפעלעך און אן פעסער.
אונז זיצן מיר דא ביידע גלייך,
אן אפדינגען די טייך.

איך זיץ דא רואיג אויפן גראז,
"בנאות דשא ירביצני",
מיין געטרייע פאסטוך איז באלעבאס,
"על מי מנוחות ינהלני".

לחיים ברידער,
לאמיר זינגען ווידער,
"ה' רועי לא אחסר".
לחיים אידען,
לאמיר זיין צופרידן,
לחיים לחיים.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10849
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אקעי כ'האב עס געטראפן..
שכח נאכמאל @קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:11 pm
eller האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 12:58 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:13 am
eller האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:10 am
איך זוך די ניגון דער כח פון תפילה פון דאכט זיך יקיר ברוין'ס ערשטע סידי חזקו ואמצו
שכח
https://www.dropbox.com/scl/fi/jckt1ga6 ... 62lh8&dl=0
האסט אפשר אויך די טעקסט דערפון ?
איך נישט, אפשר א צווייטער האט.

ווי גרויס, איז די סגולה
פון אידישע קינדער'ס, כח התפלה
לאמיר אינאיינעם אויסשרייען, שמע קולינו
דו קענסט דאך יעדעם, באפרייען פון זיין קלעם
אונזערע תפלות, צום כסא הכבוד נעם
פתח שערי שמים לתפלתינו
עס שטייט אין מדרש, הערטס נאר אויס
ווען נח איז, פון די תיבה ארויס
האט ער צום בורא, אט די קשיא געשטעלט
רבונו של עולם, עס טוט מיר לייד
ווי אזוי האסטו נישט, רחמנות געהאט
געלאזט חרוב, ווערן דיין שיינע וועלט
דער בורא ענטפערט, נח נח
דו האסט דאך, געהאט דעם כח
ווי ביסטו, ביז יעצט געווען
האסט דאך קלאר, געהערט ווי איך זאג
אז דו ביסט איין צדיק, וואס איך פארמאג
איין תפלה פון דיר, און עס וואלט נישט געשעהן
ווי גרויס, איז די סגולה, פון אידישע קינדער'ס, כח התפלה
לאמיר אינאיינעם אויסשרייען, שמע קולינו
דו קענסט דאך יעדעם, באפרייען פון זיין קלעם, אונזערע תפלות, צום כסא הכבוד נעם
פתח שערי שמים לתפלתינו
אהוי, נאך לענינינו - משה רבינו
טענה'ט מיט'ן חי וקים
טאטע זעה - איך בין א כבד פה
ווי קען איך גיין רעדן, צו פרעה אין מצרים
וואס ענטפערט דער בורא - האב נישט קיין מורא
נעם דיין ברידער, אהרן מיט דיר
ער וועט דיר ארויסהעלפן, ביי יעדן ריר
אהוי, דער רמב"ן פרעגט א פליאה - ס'איז דאך גלוי וידוע
מען דארף דאס, קיינעם נישט דערציילען
מיר ווייסן דאך גוט - אז אין איין מינוט
וואלט אים דער בורא, געקענט אויסהיילן
זיין תירוץ דערויף - אז סוף כל סוף
האט משה רבינו, נישט געבעטן אויף דעם
איז ער געבליבן, מיט זיין פראבלעם
ווי גרויס, איז די סגולה, פון אידישע קינדער'ס, כח התפלה
לאמיר אינאיינעם אויסשרייען, שמע קולינו
דו קענסט דאך יעדעם, באפרייען פון זיין קלעם, אונזערע תפלות, צום כסא הכבוד נעם
פתח שערי שמים לתפלתינו
נאך אן ענין, איז כדאי צו דערמאנען
מיר געפונען, אין פרשת ואתחנן
משה רבינו, בעט תפלות אן א צאל
פינף הונדערט, און פופצן תפלות
געבעטן ביים עילת, כל העילות
צו קענען אריינגיין, קיין ארץ ישראל
יעדע בקשה, יעדע זאץ
האט אין הימל, א מקום א פלאץ
ס'ווערט נתקבל, מיט אזא מתיקות
ווען ער בעט נאך, איין תפלה
וואלט ער געפועלט ביים רבונא, דעלמא כולא
אזוי שטייט, אין מגלה עמוקות
ווי גרויס, איז די סגולה, פון אידישע קינדער'ס, כח התפלה
לאמיר אינאיינעם אויסשרייען, שמע קולינו
דו קענסט דאך יעדעם, באפרייען פון זיין קלעם, אונזערע תפלות, צום כסא הכבוד נעם
פתח שערי שמים לתפלתינו
אהוי, אידעלעך טייערע - די כוחות אייערע
שאצט נישט, אונטער חלילה
ס'איז קיינמאל צו שפעט נישט - כאטש מ'בעט און מ'זעט נישט
עס איז אלעס א חשבון, פונם נורא עלילה
ווייל כביכול דער בורא - האט ליב די סחורה
ווען אידן בעטן, אן אויפהער
איך בעט און בעט, אפילו עס קומט אן שווער
אהוי, וואס איז חשוב נאך מער - ווען עס פאלט א טרער
ווייל שערי דמעות, לא ננעלו
לאמיר בעטן מיט טרערן - אן אויפהערן
בעד עמך, רחמים שאלו
תפלות וואס פלאמען - ביז אלע צוזאמען
וועלן מיר פון גלות, ארויסגיין
על ידי ביאת משיח צדקינו אמן
ווי גרויס, איז די סגולה, פון אידישע קינדער'ס, כח התפלה
לאמיר אינאיינעם אויסשרייען, שמע קולינו
דו קענסט דאך יעדעם, באפרייען פון זיין קלעם, אונזערע תפלות, צום כסא הכבוד נעם
פתח שערי שמים לתפלתינו
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

יוסף משה כהנא האט א ניגון משה'לעס גמרא אויף די אלבום דאס אידישע הארץ
אויב איינער קען מיר שאפן די ווערטער למצוה גדולה יחשב
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ים רויבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:59 pm
יוסף משה כהנא האט א ניגון משה'לעס גמרא אויף די אלבום דאס אידישע הארץ
אויב איינער קען מיר שאפן די ווערטער למצוה גדולה יחשב
viewtopic.php?p=2467077#p2467077
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

איך זיך די אידישע ווערטער אויף די ניגון אנא עבדא דקודשא בריך הוא
אויפ'ן טעיפ לחיים אידן - דאכט זיך מיר דיי ניגון ווערט גערופן "אידעלע"
איך זיך די טעקסט פון די ניגון
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

ים רויבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:38 pm
איך זיך די אידישע ווערטער אויף די ניגון אנא עבדא דקודשא בריך הוא
אויפ'ן טעיפ לחיים אידן - דאכט זיך מיר דיי ניגון ווערט גערופן "אידעלע"
איך זיך די טעקסט פון די ניגון
דא האסטו די PDF פון די גאנצע לחיים אידן אלבום
https://drive.google.com/file/d/10vwCg0 ... sp=sharing
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

ש'כח אבער איך האב געבעטן פאר "טעקסט"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

במקום שאין איש וכו' האב מיר עס אליינס אראפ געשריבן

שמע ישראל ד' אלוקינו ד' אחד
נעשה ונשמע אמרו כאחד
ומי כעמך ישראל גוי אחד
קוב"ה ואורייתא וישראל חד

פזמון: אידעלע האב קיין מורא
ווייל דו ביסט נישט אליינס
דער איד מיט די תורה
מיט'ן באשעפער זענען איינס

ווי א איד שטייט
דער באשעפער אים באגלייט
ווען נאר ער שרייט
דער בורא אים פארשטייט

אונזער טאטע איז ער
מיר דארפן גארנישט מער
א קינד אפילו נאר קלערט
דער טאטע אלעס הערט

טאטע איך בין דיינס
אני לדודי
כביכול דו ביסט דאך מיינס
ודודי לי

איך האב קיינמאל נישט קיין שרעק
אפילו איך פאל אין טיפן גרוב
א טאטע ווארפט קיינעם נישט אוועק
ער האט יעדעס קינד די זעלבע ליב

אורייתא וישראל
וקודשא בריך היא חד
געקניפט און געבינדן אויף אמאל
לעולמי עד

פזמון: אידעלע האב קיין מורא
ווייל דו ביסט נישט אליינס
דער איד מיט די תורה
מיט'ן באשעפער זענען איינס

דער באשעפער א חתן אויסגעקליבן
און א כתובה געשריבן
די תורה מלמעלה
אונז געשענקט פאר א כלה
די תורה צו זיין משיג
הארווען זיי זייער פלייסיג
האסט א פאלק ערשט קלאסיק
פאר דיין טאכטער זייער פאסיג

אפילו מען יאגט און מען פלאגט
אין דעם גלות ארויף און אראפ
מיט די תורה צוזאמען ער בלייבט
ער לאזט זיין כלה נישט אפ

דער זיסע גמרא ניגון
האט אונז אלעמאל באגלייט
נישטא קיין גרעסערע פארגעניגן
ווי ווען א שווערע תוס' מען פארשטייט

די שונאים האבן פארגאסן בלוט
אויף די תורה צו לייגן א יד
איינער אויפ'ן צווייטן היט
אורייתא וישראל חד

פזמון: אידעלע האב קיין מורא
ווייל דו ביסט נישט אליינס
דער איד מיט די תורה
מיט'ן באשעפער זענען איינס

ווי מען האט דעם איד געפירט
פון זיין אמונה זיך נישט גערירט
אין דעם גרעסטן און ערגסטן בראך
חבוקה ודבוקה בך

אזא וועג א לאנגן
מיט צרות אן א שיעור
אזויפיל יאר דורך געגאנגן
און זיי זיצען און ווארטן נאר אויף דיר

האסט דאך צוגעזאגט און געשוואוירן
ואל יאבד קיינמאל
ס'ווערט נישט ווערן פארלוירן
האומרים שמע ישראל
מען מעג יאגן מען מעג טרייבן
אין דעם גלות הנורא
וועלן מיר צוזאמען בלייבן
מיט דיר און מיט די תורה

אפילו ס'ביטער און שלעכט
בידך אפקיד רוחי
בלייב איך דיין איינציגע קנעכט
עבדא דקודשא בריך הוא

מיר ווערן נישט נתפעל
שלא אחד בלבד
ווייל אורייתא וישראל
וקודשא בריך הוא חד

פזמון: אידעלע האב קיין מורא
ווייל דו ביסט נישט אליינס
דער איד מיט די תורה
מיט'ן באשעפער זענען איינס

שמע ישראל ד' אלוקינו ד' אחד
נעשה ונשמע אמרו כאחד
ומי כעמך ישראל גוי אחד
קוב"ה ואורייתא וישראל חד
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

סדא אפגעטייפט די ווערטער ביים שפיל פון בוני עולם המשך יבוא (די משל מיט די פלעי)

דאהי אויף אין אייוועלט איז בלויז דא די פאראגררף

אשריכם אידן היינט ביינאכט,
צען מיליאן דערגרייכט,
פאר די פארפעלקער שרייען מיר אזוי,

אויף די קומענדיגע סצענע ווארטס געשפאנט,
מיט א קינד אין די האנט,
די מעשה איז נישט פארטיג המשך יבוא
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

אך זיך די ווערטער פון די ניגון "הלואי" פון "לחיים טאטע"
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ים רויבער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:29 pm
אך זיך די ווערטער פון די ניגון "הלואי" פון "לחיים טאטע"
דער פעלזן האקער, ער איז א גבור שטארק,
שווערע שטיינער, האקט ער ארויס פון בארג,
וויי טוט די הענט-איהם, די זון ברענט-איהם, אוהו,
שווייס עס רינט-איהם, די מידקייט געווינט-איהם, אהוי.
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
אין חלום ער זעט-זיך, ווי ער בעט-זיך, הלוואי,
הלוואי בין איך א מלך, װאס איך וויל באפעל-איך, הלוואי,
אלע אונטערטעניג, ווייל איך בין קעניג. אהיי.

אין מלכות'דיגע בגדים, מיט שרים ועבדים, אהוי,
מיטן קרוין באצירט, האט זיך דער קײסער שפאנצירט,
אין פעלד אן קיין שאטן, די זון טוט בראטן, אהיי,
ס'איז הייס פחדים, טוט אויס די בגדים, אהיי.
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
הלוואי די זון בין-איך, יעדן געווין-איך, הלוואי,
שטארק און מעכטיג, גרויס און לעכטיג, הלוואי,
השמש בגבורתו, אין נסתר מחמתו. אהיי.

די זון זי צוהיצט-זיך, אין ים מ'שיצט-זיך, באלד,
מ'אנטלויפט פון די היימער, צווישן די ביימער, אין וואלד,
די זון דרייט זיך און פרייט זיך, אונטער איהם גרייט-זיך, אהא,
דער וואלקן באפאלט-איר, אינגאנצן באהאלט-איר, אהא.
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
הלוואי בין איך א וואלקן, אויף מיר אין חולקין, הלוואי,
די זון ליגט באהאלטן, קוים אפאר שפאלטן, אהיי,
איך עפן נאר א ווינקל, ס'זאל נישט זיין טונקל, אהא.

דער וואלקן עס געפעלט-איהם, קיינער פארשטעלט-איהם, אהיי,
ארויף מיטן נאז, ביז ער באקומט א בלאז,
דער ווינט דער גבור, ער גייט איהם אריבער, אהיי,
דעם וואלקן דעם דיקן, מיט א בלאז פאר-רוקן. אהיי
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
הלוואי א ווינט וער איך, יעדן איבערקער-איך, הלוואי,
בלעטלעך פון ביימער, דעכער פּון היימער, אהיי,
פייערס פארשפרייט-איך, פליגערס באגלייט-איך, אהיי.

דער ווינט דער בייזער, בודזשעוועט ארום מיט שרעק,
דעם קרוין פון קייסער, א בלאז, ס'פליט אוועק,
פלוצלונג פארשטייט נישט, בלאזט און ס'גייט נישט, אהיי,
א בארג פון שטיינער, עס רירן קען קיינער, אהיי.
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
הלוואי בין איך א בארג, מעכטיג און שטארק, הלוואי,
קיינער איהם רירט-נישט, דעם ווינט ער שפירט-נישט, הלוואי,
ער האט דעם כח, שפיציג און הויעך, הלוואי.

דער בארג פון אויבן, קוקט אויף יעדן אראפ,
שטארק און דערהויבן, אפילו דער ווינט לאזט איהם אפ,
פלוצלונג מ'קנאקט איהם, דער פעלז-האקער האקט-איהם, אהא,
דעם בארג איך צושמעטער, מיין גבורה זעהן וועט-ער, אהא.
הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי - הלוואי,
הלוואי בין איך א קנאקער, א פעלזן האקער, הלוואי,
פון אלעמען פעסטער, דער שטערקסטער און דער גרעסטער, אהא,
פון שמחה ער באלעקט זיך, פון חלום ער דערוועקט זיך. הלוואי!!
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”