איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עבד אברהם
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד אברהם »

האט איינער מער INFO אויף דעם ניגון

https://drive.google.com/file/d/1VJ7fES ... sp=sharing
אוועטאר
נישט מיר
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:15 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר »

שלא עשני גוי פון ר' יום טוב ערליך
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט מיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:43 am
שלא עשני גוי פון ר' יום טוב ערליך
רבי אהרן הגדול מקארלין זצ"ל זאגט אזוי,
אז א איד איז נישט פול מיט שמחה וואס ער איז נישט קיין גוי,
איז א סימן אז ער איז נישט דאנקבאר דעם באשעפער וואס ער איז א איד.
און דער חשבון וואס מען איז נישט קיין בעל מדריגה, א חסיד, דאס איז גאווה
וואס עפעס א חסיד? א איד קען אויך זיך פרייען שטארק אזוי
נאר פון דעם וואס מען קען מאכן די ברכה...

א.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
אט די ברכה טוט מען מאכן אלע טאג אזוי.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
יעדן טאג דארף מען זיך פרייען זייער פיל אזוי.
טאטע געטרייער,
דו ביסט דאך ביי אונז טייער,
שווער צו געפונען,
ווי אזוי דיר אפצודינען.
נישט דא קיין געדאנקען,
כדי דיר צו דאנקען,
וואס צום פאלק פון אידן,
טוען מיר באלאנגען.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
אבינו בשמים,
דיין פאלק אט דעם געטרייעם,
דארפסטו שוין אויסלייזן,
און משיח’ן קומען הייסן.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
שוין צוויי טויזנט יארן,
א תל פון אונז געווארן,
און דיר נישט פארראטן,
די טייערע סאלדאטן.
מען האלט אין איין יאגן,
מען האלט אין איין שלאגן,
און מיר טוען רואיג, אלע צרות איבערטראגן.
אפילו וועסט יאגן,
אפילו וועסט טרייבן,
מיר וועלן נישט אוועקגיין,
מיר וועלן ביי דיר בלייבן.

ב.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
נאר מיט דעם אליין צופרידן זענען מיר אזוי.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
אפילו וועסט קיין שכר נישט געבן,
איז אויך גוט אזוי.
דער טלית, די תפילין,
די זיסע געפילן,
דער חומש, דער סידור,
דאס זיין צווישן גוטע ברודער.
די הייליגע תורה,
די שוהל, די מנורה,
די מדות,
די חסידות,
דאס לערנען זיי בתמידות.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
מיט’ן טלית קטן,
איז דאך אלעס געראטן,
די יארמולקע פון אויבן,
קען מען קיינמאל נישט צורויבן.
אוי, אוי, אוי, אוי,
די צניעות'דיגע קליידער,
באשיצן דאך כסדר,
דעם צוגרייטן און פירן,
די קינדערלעך אין חדר.
די מזוזה ווידער,
איז דער בעסטער היטער,
דערמאנען זיך וואס שטייט דארט,
מוז מען טאן א שטארקן ציטער.
דאס אלעס אינאיינעם,
איז נישט דא ביי קיינעם,
נאר ביי דעם אידן, דעם ערליכן און ריינעם.

ג.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
מיר דארפן נישט האבן מער,
דאס איז גענוג אזוי.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
דאס אליין עס טוט אונז טרייסטן,
און עס שטארקט אזוי.
עס קומט ראש חודש,
און דער שבת קודש,
מנורות,
מיט תורות,
און מאכלים, גוטע פירות.
דער טעם פון עולם הבא,
ליגט אויף יעדן חלק,
מען זאגט לכבוד שבת,
ווערט עס תיכף הייליג.
אוי, אוי, אוי, איי, איי,
די ימים נוראים,
מחילת חטאים,
די תשובה קען דאך מאכן, צדיקים גרויסע פון רשעים.
אוי, אוי, אוי, אוי, אוי, אוי,
די סוכה'לע די קליינע,
די מינים פיהר די שיינע,
מען פרייט זיך מיט’ן בורא,
מען פרייט זיך מיט זיין תורה.
א יאר פון הרוגות, א יאר פון היזקות,
מיר נעמען עס מיט ליבשאפט און מיר בעטן זיי נישט ברוגז,
מיר זענען שולדיג,
נישט קיין גערעכטע,
דו ביסט דער גוטער,
מיר זענען די שלעכטע.

ד.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי,
עס איז אבער שווער זיך האלטן, יארן לאנג אזוי.
עס איז אלעס איינס פאר מיר,
עס איז אלעס איינס פאר אייך,
אויב דער באשעפער וויל א פאלק,
מוז ער אויסלייזן גלייך.
שלא עשני גוי,
שלא עשני גוי.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:49 am

א גרויסען שכח!!
פון ווי האסטו דאס פארשאפט?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט מיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 1:43 pm
א גרויסען שכח!!
פון ווי האסטו דאס פארשאפט?
די הקדמה ווערטער האב איך אפגעטייפט שנעל, און דער ליד האב איך קאפירט פון דער PDF פון לוי פאלקאוויטש'ס "א עהרליכע ליד" אלבום וואס האט דער ניגון.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

https://drive.google.com/file/d/1mZ0G-T ... sp=sharing
אידישע געזאנגען טרעק 4 יונתן שווארץ
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

תגובה דורך רעים »

latter האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 am

יוסף משה כהנא - דאס אידישע געזאנג 1 ג-4_compressed.jpg
יוסף משה כהנא - דאס אידישע געזאנג 1 ג-4_compressed.jpg (346.89 KiB) געזען 2293 מאל
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2461
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

רעים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:39 pm
latter האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 am
https://drive.google.com/file/d/1mZ0G-T ... sp=sharing
אידישע געזאנגען טרעק 4 יונתן שווארץ
יוסף משה כהנא - דאס אידישע געזאנג 1 ג-4_compressed.jpg
איז פאבליק אנליין אלע י. מ. כ. סידיס? אדער האסט עס גענומען פון די סידי?
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

latter האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 7:40 pm
רעים האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:39 pm
latter האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:03 am
https://drive.google.com/file/d/1mZ0G-T ... sp=sharing
אידישע געזאנגען טרעק 4 יונתן שווארץ
יוסף משה כהנא - דאס אידישע געזאנג 1 ג-4_compressed.jpg
איז פאבליק אנליין אלע י. מ. כ. סידיס? אדער האסט עס גענומען פון די סידי?
די רעדטס פון די PDF פון די סידי'ס...
https://drive.google.com/drive/folders/ ... WxmQiCxcRy
די סידי'ס פארקויפט מען נאך מיינאיך....
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
אוועטאר
נצר מגזע אדמורים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2020 9:54 am

Re: איש חסיד - משה גאלדמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נצר מגזע אדמורים »

אורייתא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 2:17 am
איך זיך די ווערטער פון איש חסיד די אידישע ניגון אויף מלווה מלכה פון משה גאלדמאן.
שכוח למפרעה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איש חסיד - משה גאלדמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נצר מגזע אדמורים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:22 am
אורייתא האט געשריבן: זונטאג פעברואר 02, 2020 2:17 am
איך זיך די ווערטער פון איש חסיד די אידישע ניגון אויף מלווה מלכה פון משה גאלדמאן.
שכוח למפרעה
איש חסיד ליד

ארים און אפגעריסן - איז א איד א פרומער געווען
קיין קליידער און גאר קיין ביסן - פינף קינדער ביי אים.
געט זיין אשת חיל אן עצה - צייט איינצובייגן די פלייצע
גיי אינעם מארק - זוך דארטן שטארק - אהיימצוברענגן א רעפטעלע ברויט.
בטחון נעם מיט - ווייל דו ווייסט דאך גוט - נאר דאס העלפט דעם מענטש אין זיין נויט

זאגט ער, דער עולם וועט שפאסן - אן קליידער ווי קען מען גיין
אויב וויל מען האנדלען אין די גאסן - מוז מען צו לייטן זיין
איז זי ארויס צו די שכנים - פארשאפט אים אן אנצוג א שיינעם
ער איז ארויס - מיט א קרעכץ פון זיין הויז - די גמרא פארמאכט מיט א קוש
ווען אין טאש ער האט - בטחון אין ג-ט - אין בייטל אבער קיין געלט נישט

און אלע קינדער צוזאמען - מתפלל געווען מיט די מאמען
געבעטן האבן זיי מיט געוויין - הונגעריג און קאלט מער נישט צו זיין
ביים שוועל האט געמוטיגט דער מוטער - אין הימל איז א פאטער א גוטער
מ'דארף דאך נישט מער - ווי אן אמת'ער טרער - ווען אויפן הארצן איז ביטער

וויבאלד נאר ער גייט אויף די וועגן - ענטפאנגט אים אליהו פון אקעגן
און זאגט אים שלום! ליבער פריינט - דו וועסט געהאלפן ווערן היינט
איך האב דיר א שליחות פון אויבן - דו וועסט מיר אלס א קנעכט פארקויפן
איך קען יעדער פאך - טויג צו יעדער זאך - לויט מיין באזונדערן אופן

דער חסיד האלט אין איין קלעמען - ווי קען מען פארקויפן א רבי'ן
איש חסיד טראגט אים דערפאר - אונטערן ארעם ווי א האר
שרייען האט ער זיך געשטעלט - איך האב א קנעכט איינס אין דער וועלט.
וואס נאר איר וועט ווילן - וועט ער אייך ערפילן - אליהו התשבי שטייט און קוועלט

א שר באטראכט אליהו - מיטן ברייטן גארטל דארט
א מבין געווען אויפן נביא - אן אוצר באצאלט אויפן ארט
דער הער ער פרעגט קיין שאלות - איך ווייס אז דו קענסט אלעס.
בוי פאר מיר אויס - א הערליכער הויז - גלייך דערנאך ביסטו פריי
אליהו זאגט פיין - איך קען באשטיין - איך וועל דיר דינען געטריי

אליהו מיט ארבייטערס אינאיינעם - געארבעט ביז זייער שפעט
הגלעדי געבליבן איז אן קיינעם - האט ער זיך געשטעלט מיט געבעט
איך בין דא פאר דיין עהרע געקומען - דער שר האט מיר אלס קנעכט גענומען
שיק דא אפיר - מלאכים פאר מיר - זיי זאלן מיר העלפן שוין
צו ווערן באפרייט - פון די מענטשהייט - און צוריק אויבן דארט וואו איך וואוין

געקומען אויף די ערדישע גאסן - מלאכים פון הימל אין מאסן
אינאיינעם האבן זיי געמאכט - א פאלאץ א שיינקייט א פראכט
אינדערפרי איז דער האר אויפגעשטאנען - געזען וואס ביי אים איז פארהאנען
האט ער געגלייבט קוים - געמיינט ס'איז א טרוים - נישט געוואוסט דאס פאלאץ פון וואנען

אליהו האט געבעטן מיט רעכט - ער וויל מער נישט זיין קיין קנעכטי=
און פאר אלע אין די אויגן - איז ער ארויף געפלויגן
און ווי א העל ווייסע רויך - שוועבט דארט דער נביא אין דער הויך
דער ג-טליכער מאן - מיט דעם הימלישען פלאן - אליהו הנביא

ווען א נייע וואך האלט ביים קומען - און די זארגן שרייען און ברומען
עפן אויף א זמירות'ל א סידור - צו זינגען איש חסיד ווידער
די מלאכים וועלן קומען צו רייטן - אויפן מארק וועלן זיי דיר באגלייטן
ווייל מ'דארף דאך נישט מער - ווי בטחון מיט א טרער - צו לעבן אין גליק און אין פריידן

chrome_Gq3JCeKejq.jpg
chrome_Gq3JCeKejq.jpg (123.24 KiB) געזען 1969 מאל
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

האט איינער די וועטרע פון די ניגון אל תירא - בכל צער וצער?
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סאדיגורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 4:17 pm

מאטי אילאוויטש - מחשבות - בכל צער

אל תירא כי עמך אני (ישעיהו מ"א - י')
מיין טייער קינד, וואו דו ביסט נאר וואו
אמר הקב"ה:

בכל צער וצער שיש לישראל, אני עמהם.
(תנא דבי אליהו, אליהו רבא, פרק יח)

אויפ'ן הארץ אזויפיל ווייען
מיין קינד איך הער דיך שרייען
ווייל איך שטיי נעבן דיר און איך וויין,
דו זאלסט קיינמאל נישט מיינען
אז נאר דו טוסט וויינען
ניין, מיין קינד, ביסט קיינמאל נישט אליין.

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 4:36 pm

יישר כח.
האסטו אויך די ניגון זעלבסט?

סאדיגורה האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 5:05 pm

https://www.dropbox.com/scl/fi/ubpagt2k ... 35ooz&dl=0
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10849
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אזוי ווי איך לערן לעצטענס אויס מיינע קינדער אידישע שבתדיגע ניגונים דעריבער גיי איך בעטן אפאר ניגונים די טעקט דערפון.. אויב מען קען מיר עס ביטע שיקן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.
איך זוך די טעקסט פון די ווערטער פון די ל"ט מלאכות פון די ערשטע לחיים טעיפס.

א גרויסן דאנק

--
פון די טעיפ הייליגער שבת פון לחיים

https://lchaim.co.il/products/%D7%94%D7 ... 7%91%D7%AA
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3674
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע:צווישן גראז און ביימער

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

בערך די ווערטער, איך דענק נישט די גאנצע

שקעה חמה שקעה נפשי, בתהום רעינות רב כים 
כי נלאיתי במלחמתי, אם הבשר ודם

ימים באים ימים עוברים, מבלי קחת מבלי תת
אם לזאת קראת לחיים, אמר נא קלי מה זה מת

איך איכל לחית ככה, מבלי להיבן את כל זאת
האם לשכוח ולשמח,....

החייני קלי עד למחור, אלי איכל לפתר את החלום
שקעה חמה שקעה נפשי, ימים באים פנה יום
אין לך דבר העומד בפני הרצון, עס איז נישט דא קיין זאך און די וועלט, וואס קען דיר אפהאלטן פון האבן א רצון.

אלט מאנרא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:41 pm

גענישטערט און געפינען און האט איטליכע ניסחאות
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A9%D7% ... 7%9E%D7%94

דא האט ער א פירוש אויף די ווערטער
https://www.nli.org.il/he/piyut/Piyut1s ... 005171/NLI
• שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי בִּתְהוֹם יְגוֹנָהּ הָרַב כָּיָם – הדובר מקביל בין תמונת השמש השוקעת בים ותמונת נפשו השוקעת ביגונה וכאבה.
• כִּי עוֹמְדָה לִפֹּל הִיא בְּמִלְחַמְתָּהּ אֶת הַבָּשָׂר וְאֶת הַדָּם – סיבת היגון מאפיינת את עולמן של חלק מ'ישיבות המוסר' בליטא של המאות ה- 19-20: נפש האדם נתונה במלחמה מתמדת עם הגוף, בשר ודם, בדרך להתעלות, ומשוכנעת בכל עת כי היא עומדת להפסיד במלחמתה זו. המתח בין גוף ונפש אינו חידוש של ישיבות המוסר, והעיסוק בו עובר כמסורת רבת שנים בספרות המדרש, בפיוט, ובספרות המחשבה.
• יָמַי עוֹבְרִים... אִם לָזֹאת קָרָאתָ 'חַיִּים'... – חיי עוברים עלי בלא כל משמעות; איני מקבל דבר ואיני נותן דבר. האמנם חיים הם אלו?
• כִּי לֹא אֵדַע אֵיכָה אוּכַל כֹּה לִחְיוֹת, הַאִם לִשְׁכֹּחַ כֹּל וּשְׂמֹחַ... – הדובר מבקש מהאל רחמים וסיוע בהכרעה, האם עליו לחיות מתוך מודעות לסבל שבקיום האנושי, או מתוך שכחה שלו; ברוח דברי קהלת (א, יח): כִּי בְּרֹב חָכְמָה רָב כָּעַס וְיוֹסִיף דַּעַת יוֹסִיף מַכְאוֹב.
• הַחֲיֵינִי, אֵלִי, נָא לְמָחָר, אוּלַי אֶפְתֹּר אֶת הַחֲלוֹם – אם אני איני מצליח לחיות כעת, אנא החייני אלוהי בכוחך, כדי שאנסה שוב מחר לפתור את חלום חיי.
• שָׁקְעָה חַמָּה... עָבִים בָּאִים... לַיְלָה עוֹלֶה מִן הַתְּהוֹם... – השיר מסתיים בתמונה בה נפתח, אך הפעם המוקד הוא בטבע בלבד – בחמה השוקעת, בעננים המתקרבים, בלילה העולה – ללא אזכור נשמת הדובר, שכבר נמה את שנתה ומקווה לחיים חדשים למחרת.

ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

אלט מאנרא האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 3:33 pm

קענסט ברענגען די ניגון?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:57 pm

פון אביש בראדט:
https://www.dropbox.com/scl/fi/4hqhlgko ... rjmne&dl=0
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:05 pm
ראובן איש מהעם האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:57 pm

קענסט ברענגען די ניגון?
פון אביש בראדט:
https://www.dropbox.com/scl/fi/4hqhlgko ... rjmne&dl=0
WOW! שנעל און געשיקט!
א ריזיג'ן ייש"כ @קנאפער ידען !
לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

די ווערטער פאר די ניגון וויליאמסבורג פון ר' יו"ט ערליך ז"ל האט איינער ?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4968
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 11:40 pm
די ווערטער פאר די ניגון וויליאמסבורג פון ר' יו"ט ערליך ז"ל האט איינער ?
IMG_20231112_014827_338.jpg
IMG_20231112_014827_338.jpg (144.92 KiB) געזען 313 מאל
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 11:40 pm
די ווערטער פאר די ניגון וויליאמסבורג פון ר' יו"ט ערליך ז"ל האט איינער ?
viewtopic.php?p=1738174#p1738174
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
לאמיר גיין ווייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

האסטו וועסטו האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 1:49 am
לאמיר גיין ווייטער האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 11, 2023 11:40 pm
די ווערטער פאר די ניגון וויליאמסבורג פון ר' יו"ט ערליך ז"ל האט איינער ?
IMG_20231112_014827_338.jpg
ש'כח
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”