בלאט 1פון 8

טאל העכערונג איבער ניו יארקער בריקן

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 11:22 pm
דורך טהור-עיניים
די פארט אויטאריטי, וועלכע טוט פארוואלטן אויף עטליכע בריקן אין אונזער אומגעגענט (דער מערסט באנוצטער דורך אחב"י איז לכאורה דער דשארדש וואשינגטאן בריק), האט לעצטענס באשטעטיגט א טאלל העכערונג איבער זייערע בריקן. פאר די וואס צאלן קעש וועט דאס זיין גאר א שטארקער פליק, גאנצע פיר טאללער, עס וועט ארויפגיין פון אכט צו צוועלעף דאללער. און דאס איז אין א צייט ווען די עקאנאמיע הינקעט און פרנסות זענען אין דרערד. דער ציבור אין ניו יארק איז זייער בייז, אבער די פארט אויטאריטי צוקראצט זיך גאנץ ווייניג פון דעם.

אצינד איז געווען די ניו יארקער טריפל עי AAA און האבן געפאדערט פון די טראנספארטאציע דעפארטמענט אין וואשינגטאן, אז זיי זאלן אפשטעלן דעם העכערונג (וועלכע דארף שוין אריינגיין אין קראפט היינט אדער מארגן ביינאכט) מיט די טענה אז דאס איז נישט לעגאל. זיי ווארענען אויך אז אויב מען וועט עס נישט אפשטעלן וועלן זיי גיין אין געריכט.

מיט ארום דרייסיג יאר צוריק זענען זיי שוין איינמאל געגאנגען אין געריכט קעגן דעם פארט אויטאריטי פארן העכערן טאללס, און זייער טענה דאן איז געווען, אז מען העכערט טאללס אויף די בריקן, צו דען א לאך ביי די פעטה באנען, און דאס איז נישט אויסגעהאלטן ווייל מען מעג פון די טאללס נאר אויסהאלטן די בריקן. אבער דעמאלס האט די פארט אויטאריטי אראפגעשטעלט אין געריכט פילע ארגונמענטן פארוואס די צוויי זענען דוקא יא פארבונדען. דער געריכט האט דעמאלס אנגענומען די טענה, און דער טאלל העכערונג איז באשטעטיגט געווארן דורכן געריכט.

יעצט זאגט די טריפל עי, אז יענע געריכט, טוט אבער גאר שטארק פעסטשטעלן, אז דער יעצטיגער העכעררונג איז טאקע נישט אויסגעהאלטן. ווייל דער יעצטיגער העכערונג קומט צו דעקן דעם לאך וואס די פארט אויטאריטי האט מיטן בויען דעם נייעם ווארלד טרעיד סענטער (לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם גניבה וואס זיי האבן עס צוגע'גנב'עט פון לערי סילווערסטין. גיבט אים צוריק די גניבה וועט איר נישט האבן א פראבלעם מיטן געלט). ווייל זיי קענען נישט טרעפן גענוג טענענטס פאר די געביידע זייערן, און אז מען סיינט נישט קיין ליעסעס האט מען נישט קיין געלט צו בויען. האבן זיי מחליט געווען צו העכערן די טאללס איבער די בריקן (הערט א מעשה? איך האב גע'גנב'עט א שטח, און איך האב אבער נישט קיין געלט צו בויען דארט מיין נייעם פאלאץ, גיי איך יעצט בא'גנב'ענען ס'גאנצע שטאט אויף צו קענען בויען מיין נייעם בנין), און דאס איז דאך זיכער נישט פארבונדן מיט די בריקן, און דעריבער האבן זיי נישט קיין רעכט צו מאכן דעם טאלל העכערונג.

עמער זעהן וואס גייט ווערן מיט דעם

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 11:44 pm
דורך פליגל
פארן מיטן טאפאן-זי איז שוין ביליגער?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 11:55 pm
דורך farshlufen
פשוט גערעדט, א הייוועי רויבעריי!

ביידע גאווערנערס פארדינען דערפאר א פינק סליפ.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:07 am
דורך טהור-עיניים
פליגל האט געשריבן: פארן מיטן טאפאן-זי איז שוין ביליגער?


יא, כרגע איז עס ביליגער. און דאס איז נאך גארנישט. דער יעצטיגער טאלל הייק איז נאר צייטווייליג, ווייל ווען מען האט דאס באשטעטיגט האט מען שוין באשטעטיגט נאך עטליכע נאכפאלגענדיגע טאלל הייקס, אזוי אז אין 2015 גייט קאסטן פופצן טאללער אריבער צו פארן דעם וואשינגטאן בריק. טייערער ווי דער ווערעזאנא!!!

(און נעמענדיג אין באטראכט אז דעמאלס וועט לכאורה א גאלאן געז קאסטן לפחות פינף זעקס דאללער, וועט קאסטן ארום צווישן פערציג און פופציג טאללער א ברוקלין - ראקלענד ראונד טריפ!!!)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:51 am
דורך פליגל
העל מיר גיין מיטן טאפאן זי, זאל די פארט אוטאריטי רייטן אויף א צווייטן, אויפן מעידזשאר דיגאן קען מען אריבערגיין צום עף.די.אר אומזיסט מיט איינע פון די בריקעלעך.

פארשלאפן; "הייוועי ראבערי" תרתי משמע.

כ'דענק אז באסעס פלעגן צאלן ווייניגער ווי קארס, היצטערט עלן זיי דאס אבצאלן...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:07 am
דורך ריק פערי
איך וויל שוין לאנג וויסן וויאזוי דאס ארבעט , ד.ה. ווער זיצט אויפן ציבור? ווער מאכט אפ אז מ'גייט העכערן, נידערן (?), וכו' וכו', מ'קען זיי בכלל ארויסזעהן פון דארט? אדער די איינוואוינערס הענט זענען געבינדן? ס'דא וואלן פארדעם? אדער פשוט ליידן און שווייגן?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:15 am
דורך דער קוטשער
די ערשטע גאווערמענט רויבעריי? די סטעיט'ס לערנען זיך פון די פעדערל גאווערמענט,
אדער בעסער געזאגט גייען אין זייערע פיסטריט.

גאנץ לעצטענ'ס האט די פעדערל (אדער פערדערל) גאווערמענט איינגעפירט א מעדזשער גזילה, וואס קומט פאר לפני כל העם והעדה, אין גארנישט.

די אבאמאקעיר, ווייסט ארויס זיין פרצוף יעדן טאג מער פון א טאג פריער, ווען נאך געזעצן קומען אריין אין קראפט, און ווער ס'איז אונטער זייערע פלייצעס ווערן באגאזעל'ט אינמיט'ן העלן טאג.

איך פארפאר דא פונעם שמועס, ווען מ'האט וועין צייט דארף מען מרחיב זיין דערין.

איך באציה זיך צו דעם וואס זיי שניידן פרייזן פאר דאקטוירעם און פארמעסיס יעדן טאג, און לעצטענ'ס האבן אלע פארמעסיס באקומען א בריוו אז געוויסע נייע געשניטענע פרייזן וואס גייט הערשט יעצט אריין אין קראפט, וועלן זיי אבער אויך צוריק רעכענען די נייע געשניטענע פרייז שוין פון אפריל...
יא, אזוי ווי איר הערט, זיי וועלן צוריקנעמען ווי גנבים געלט וואס זיי האבן שוין באצאלט, ווייל... איך בין די גאווערמענט, און איך קען טאן וואס איך וויל.

דאס זעלבע איז מיט'ן פאסט אפיס, און מיט וואס נישט.
-
נישט געשריבן אין ריכטיגן פלאץ, פארפאלן, שיק עס.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:23 am
דורך שנאפס
וואלט געווען א גוטע עצה איינער זאל שרייבן וועלכע בריקלעך איז גוט צו נוצן ביים אריבערגיין פונעם עף די אר צום מעידזשאר דיגען און צוריק

די טאלל און בלוט פרעשער העכערונג גייט אריין אין קראפט היינט דרייע אויפדערנאכט

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:31 am
דורך שנאפס
די העכערונג פון אכט צו צוועלף דאלאר וועט זיין אויף די דזשארדזש וואשינגטאן, גאטהעלס, און באיאן בריקן, און האללאנק און לינקאלן טונעלן

אי זי פעסס וועט ארויפגיין געוואנדן לויט די ראש אוער שעות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:56 am
דורך טהור-עיניים
קוטשער, אזוי ווי דו זאגסט.

יעדע זאך וואס איך קען נישט נעמען פון דיר אן פארלעצן דיינע רעכטן, איז גניבה. פינטל. און דער מציאות אז אפאר קארופטירטע פארשוינען - וועלכע, אינאיינעם טראגן זיי דעם שיינעם נאמען רעגירונג - האבן עס אריינגעשריבן אין געזעץ ביכער און עס לעגאליזירט, מאכט עס נאך נישט אויס גניבה. עס איז דא לעגאלע גניבה, און עס איז דא אומלעגאלע גניבה.

אבער דא רעגט עס אויף נאך מער, איינס ווייל עס איז ממש הימל שרייענד, ווען מענטשן האבן נישט צום לעבן, און מען רייסט פון זיי אן רחמנות, אבער נאך ערגער איז, אז זיי טוען עס ניטאמאל פאר די בריקן, זיי טוען עס פשוט צו בויען א ריעל עסטעיט פראיעקט וועלכע זיי האבן צוגע'גנב'עט פון א צווייטן (לעגאלערהייט שטייצעך), און יעצט ראבעווען זיי געלט פון אומשולדיגע אויטא דרייווער דאס צו פינאנצירן. פארוואס? ווייל זיי קענען.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 2:04 am
דורך שוועמל
בין איך די איינציגסטע וואס פריידט זיך זייער שטארק מיט דעם טאלל העכערונג?

אט איז א אינטערעסאנטע גמרא אין ע"ז,
לעתיד לבוא מביא הקב"ה ספר תורה ומניחו בחיקו ואומר למי שעסק בה יבוא ויטול שכרו. מיד מתקבצין ובאין... נכנסה לפניו מלכות רומי תחילה... אומרים לפניו: רבונו של עולם, הרבה שווקים תקנינו, הרבה מרחצאות עשינו, הרבה כסף וזהב הרבינו, והכל לא עשינו אלא בשביל ישראל כדי שיתעסקו בתורה. אומר להם הקב"ה: שוטים שבעולם כל מה שעשיתם לצורך עצמכם עשיתם... מיד יצאו בפחי נפש. יצאת מלכות רומי ונכנסה מלכות פרס אחריה.... אומרים לפניו: רבונו של עולם, הרבה גשרים גשרנו, הרבה כרכים כבשנו, הרבה מלחמות עשינו, וכולם לא עשינו אלא בשביל ישראל כדי שיתעסקו בתורה. אומר להם הקב"ה: כל מה שעשיתם לצורך עצמכם עשיתם. וכן לכל אומה ואומה" (עבודה זרה ב, ב).

אט די טאלל העכערונג טוט נאר באשטעטיגן דעם "לצורך עצמכם עשיתם".

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 8:08 am
דורך פליגל
שוועמל האט געשריבן: בין איך די איינציגסטע וואס פריידט זיך זייער שטארק מיט דעם טאלל העכערונג?
.


מסתבר אזוי

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 8:59 am
דורך מי יודע
והיוקר יאמיר במלא מובן המלה

טאפן זי איז לכאורה נאך היינט אויך 8 דאלער ווי איינער האט דא ערווענט, נו אויב פארט מען פון קרית יואל קיין ומסב"ג מיטן טאפן זי איז עס צופיל לענגער?
און ווידער בנוגע איזי פעס, לויט ווי איך זע דא איז די פרייז געוואנדן לויט ראש אוער'ס, אפשר קען איינער דא ביטע שרייבן די זמנים ווען ס'איז ביליגער און ווען ס'איז טייערער, ס'איז מיר נוגע אויף די קומענדיגע טעג

יישר כח

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 10:16 am
דורך ריק פערי
ביים טאפען זי איז דא מיילן טרעפיק און די ראש האוער שעות מעגליך מער פון די וואשינגטאן בריזש, פלאס אז די וועג איז היבש לענגער.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 11:56 am
דורך join us
דא האט איר א וועג פון ק"י קיין וומסב"ג ווי אזוי אויס קראסען די רויבערס עס נעמט בערך 10-15 מינוט לענגער אבער מען סעיפט זיך $10 בערך

די וועג איז דורך'ן בערן מאונטענס ברידזש וואס קאסט $1 אריבער צופארן

http://maps.google.com/maps?f=d&source= ... 2,3&num=10

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:29 pm
דורך אור
וויפיל העט קאסטן קאר -פאל ??

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:36 pm
דורך צייטליך
טהור. דאכצעך אז די נאכט דריי אזייגער זענען שוין די געהעכערטע פרייזן אריין אין קראפט, אלזא איז עס מער נישט קיין פראגע. די טאאל איז געהעכערט! ווארט נאר ווארט אויף די נייע טאאל בודקעלעך ביים וויליאמסבורג, מאנהעטן און ברוקלין בריק.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:43 pm
דורך קונצען
join us האט געשריבן: דא האט איר א וועג פון ק"י קיין וומסב"ג ווי אזוי אויס קראסען די רויבערס עס נעמט בערך 10-15 מינוט לענגער אבער מען סעיפט זיך $10 בערך

די וועג איז דורך'ן בערן מאונטענס ברידזש וואס קאסט $1 אריבער צופארן

http://maps.google.com/maps?f=d&source= ... 2,3&num=10


ישר כח איך האב מיר עס ארויס געפרינט ביידע וועגן פאר די נעקסטע רייזע צי די בערג אי"ה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 12:45 pm
דורך שנאפס
x2_84ba691.jpg

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:30 pm
דורך קונצען
טהור-עיניים האט געשריבן: ......, אזוי אז אין 2015 גייט קאסטן פופצן טאללער אריבער צו פארן דעם וואשינגטאן בריק. טייערער ווי דער ווערעזאנא!!!

(און נעמענדיג אין באטראכט אז דעמאלס וועט לכאורה א גאלאן געז קאסטן לפחות פינף זעקס דאללער, וועט קאסטן ארום צווישן פערציג און פופציג טאללער א ברוקלין - ראקלענד ראונד טריפ!!!)

מקור : א אלטע תגובה פון דער קוטשער

לויט דעם בילד קענט איר פארשטיין די פרייז וואס מיר וועלען מיזן באצאלן א פאר יאר ארום

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:48 pm
דורך פאטאקי08
קונצען האט געשריבן:
join us האט געשריבן: דא האט איר א וועג פון ק"י קיין וומסב"ג ווי אזוי אויס קראסען די רויבערס עס נעמט בערך 10-15 מינוט לענגער אבער מען סעיפט זיך $10 בערך

די וועג איז דורך'ן בערן מאונטענס ברידזש וואס קאסט $1 אריבער צופארן

http://maps.google.com/maps?f=d&source= ... 2,3&num=10


ישר כח איך האב מיר עס ארויס געפרינט ביידע וועגן פאר די נעקסטע רייזע צי די בערג אי"ה

זייער א געדרייטע ראוד סלוינט נישט אפילו מען פארדינט 20 דאללער

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:55 pm
דורך פלוני
טאפן-זי איז פינף =5 דאלאר, און פאר איינעם וואס פארט 18 מאל א חודש איז עס 2 פער טריפ, און מ'צאלט נאר אויף איין זייט. אויף איז דא א קאר-פול בענעפיט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 1:56 pm
דורך join us
פאטאקי08 האט געשריבן:
קונצען האט געשריבן:
join us האט געשריבן: דא האט איר א וועג פון ק"י קיין וומסב"ג ווי אזוי אויס קראסען די רויבערס עס נעמט בערך 10-15 מינוט לענגער אבער מען סעיפט זיך $10 בערך

די וועג איז דורך'ן בערן מאונטענס ברידזש וואס קאסט $1 אריבער צופארן

http://maps.google.com/maps?f=d&source= ... 2,3&num=10


ישר כח איך האב מיר עס ארויס געפרינט ביידע וועגן פאר די נעקסטע רייזע צי די בערג אי"ה

זייער א געדרייטע ראוד סלוינט נישט אפילו מען פארדינט 20 דאללער


איך פאר אסאך אויף דעם געדרייטע ראוד מען געוויינט זיך צו דערצו נאך עטליכע מאל פארן

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 2:40 pm
דורך מי יודע
פלוני האט געשריבן: טאפן-זי איז פינף =5 דאלאר, און פאר איינעם וואס פארט 18 מאל א חודש איז עס 2 פער טריפ, און מ'צאלט נאר אויף איין זייט. אויף איז דא א קאר-פול בענעפיט.

טאפען זי איז די זעלבע קאר פאול ווי וואשינגטאן? איך מיין צו זאגן אז איך האב אויפגעסיינט פאר וואשינטאן קאר פול איז עס אויטאמאטיש דארט אויך?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 2:43 pm
דורך מי יודע
פאטאקי08 האט געשריבן:
קונצען האט געשריבן:
join us האט געשריבן: דא האט איר א וועג פון ק"י קיין וומסב"ג ווי אזוי אויס קראסען די רויבערס עס נעמט בערך 10-15 מינוט לענגער אבער מען סעיפט זיך $10 בערך

די וועג איז דורך'ן בערן מאונטענס ברידזש וואס קאסט $1 אריבער צופארן

http://maps.google.com/maps?f=d&source= ... 2,3&num=10


ישר כח איך האב מיר עס ארויס געפרינט ביידע וועגן פאר די נעקסטע רייזע צי די בערג אי"ה

זייער א געדרייטע ראוד סלוינט נישט אפילו מען פארדינט 20 דאללער


איך האב נישט מורא פון געדרייט, מיין שאלה איז אויב נעמט עס טאקע נישט מער ווי 10 מינוט לענגער
און ווי אזוי איז די טרעפיק דארט? וויפיל איז די ספיד?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: