דאטשע האט געשריבן: האט 'יציב פתגם' מיר שוין צוגעשטעלט נאך א בילד מיט א גרעסערן האריזאנט, דאס איז דער בילד פונעם צבי לצדיק זי"ע ווי ער שפאצירט אויף דעם גאס, וואס דארט זעהט מען א טירל אריינגעבויעט אינעם שטיינערנעם וואנט. ער איז משער דערביי, אז לכאורה נאכדעם וואס די קארן זענען אריינגעקומען אין באנוץ, האט דער אייגענטומער געמוזט אויפברעכן די טירל און עס פארברייטערן צו געבן פלאץ פארן קאר צו פארקן.
הרב דאטשע, די ליין וואס כ'האב דא אנגעצייכנט ווייזט אז דאס איז נישט די זעלבע וואנט, עס איז א וואנט וואס ס'איז געבויעט געווארן צוויי חלקים איינע אויף די צווייטע, איז אפשר קען מען אייך מכבד זיין צו אריבער פארן אויף נאך א שפאציר קיין מארינבאד, מיט דיין (פערד) [מייזל] און וואגן, און זוך אויף א וואנט מיט א ליין אינדערמיט...
- אטעטשמענטס
-
- 44.jpg (727.13 KiB) געזען 6243 מאל