זאלצן פלייש

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

זאלצן פלייש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווייסט איינער וויאזוי מען זאלצט פלייש?

דאס איז איינס פון די תורות וואס זענען כמעט נשתכח געווארן בזמנינו זה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

חלילה צו זאגען נשתכחו תורות פלייש זאלצען, אונז האבען דאך א אלטע הבטחה כי לא תשכח וכו',
הלכות מליחה איז א גרויסע סוגיא, ביטע זא אביסעל מער מפרט.
אבער דער מקור ושורש חיוב המליחה איז בעצם אריכות גדול אויב דאס איז מן התורה,

דער פרי מגדים אין זיין פתיחה (עיקר א') זאגט אז עס איז תלוי אין א מחלוקות אויב "דם שבשלו ומלחו" איז מותר מן התורה, עי"ש ובדרכי תשובה (סי' ס"ט סק"א).
אין ערוגות הבושם (לבעל שם אריה - פתיחה הל' מליחה אות ד') שרייבט אז דער ענין פון מליחה איז געוועהן בקבלה איש מפי איש הלכה למשה מסיני "והלכתא גמירי לה דמלילחה פועלת להוציא כל הדם ומתרת הבשר לאכילה", עי"ש. דער ערוך השולחן (ריש סי' ס"ט) שרייבט עס מער פראקטיש "הדם מובלע בבשר התקנה איך להוציא מהבשר קבלו חז"ל וכו' דטבע המלח הוא להמשיך הדם אליו ולהפליטו וכו' דכך ברא הקב"ה להיות טבע המלח וכו' עי"ש.

יעצט דער קבלה איז מיט זאלץ כמות שהיא, אבער זאלץ וואס איז נשתנה מברייתו, דא איז די שאלה בהלכ ה אויב עס העלפט ארויס צונעמען די דם, עי' שו"ת תירוש ותיצור סי' רי"ח.
וה"ה לגבי צוקער, ואכמ"ל.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

עופות האמיר שוין עטליכע מאל גוט באזאלצן... כ'קען איבערגעבן בס'ד סיי וועכע אינפארמאציע די ברויכסט בנושא.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווייס פון איינצלנע משפחות אין וויליאמסבורג וואס זאלצן נאך אליינס
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

אליין אליין, אדער ביי קאהן'ס
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

כהיום יום ווייס איך נישט, אבער זיי פלעגן פארמאגן דעם זאלץ טישל אין שטוב
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

קרעמער; גראדע ווייס איך פון וועם דו רעדסט, און יא טייל פון זיי מאכן עס נאך אינדערהיים שלא לשנות ממסורת אבות.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

כד הוינא טליא
פלעגט מיין מאמע זאלצן אויף א בעט (אן די מאטראץ שטייט זיך) וואס איז גלאפן אזאנע אייזענעס אויף די לענג און די ברייט
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קרעמער האט געשריבן: כהיום יום ווייס איך נישט, אבער זיי פלעגן פארמאגן דעם זאלץ טישל אין שטוב

ביודעי ומכירא קאמינא יא עס זענען נאך דא אידן וואס זאלצן אינדערהיים
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קרעמער האט געשריבן: כהיום יום ווייס איך נישט, אבער זיי פלעגן פארמאגן דעם זאלץ טישל אין שטוב

זאלץ ברעטעל, אזוי פלעגט מען עס רופען, אריין אין שפראך
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שוועמל: יעדעס שטיק פלייש וואס דו עסט איז געווארן געזאלצן כדת ודין (האפענטליך..).

וואס איז דיין פראגע?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ביי מיינע עלטערען האט מען אסאך אליינס געזאלצען סיי עופות און סיי בשר בהמה.
פאר פסח פלעגט מיין מאמע ע"ה אליינס זאלצען די עופות אויף א זאלץ ברעטעל אוויא פלאי האט דערמאנט.
די כפרות עופות פלעגט זי אפילו אליינס פליקען און דערנאך זאלצען.

מיין טאטע ע"ה האט בשעתו געארבעט און א שפלייש פראסעסינג פעקטערי וויא מען פלעגט פראדאצירען פארשידענע דעלי פליישען.
ער פלעגט דורכען יאהר קויפען פון דארט פלייש אזוי וויא עס איז נאר אראף געקומען פונעם טראק, אהיים ברענגען, און מיין מאמע ע"ה האט עס געזאלצען.
the SCY is the limit
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

געבראטען לעבער אויך?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס פאר א שאלה...סיי עופות און סיי בהמה.
איך געדענק נישט מיין מאמע ע"ה זאל אמאל קויפען געבראטענע לעבער און געשעפט...
זי פלעגט זיך אליינס מאכען טשאפט לעבער.

די לעצטע 15 יאהר האט זי בכלל אויף געהערט ברענגען לעבער און שטוב אלטס געזינט.

די ערשטע פאר יאהר נאך מיין חתונה האב איך אויך נאר געגעסן לעבער געבראטען ביי מיר און שטוב.
היינט איז שוין דא די ק"י פלייש געשעפט אויף 53 און נו יוטריכט. זיי טוהען א גוטען דשאב בראטען לעבער:wink:, אבער איך קויף שוין היינט נישט קיין לעבער, אחוץ ווען עס איז דא געסט.
מיר ביידע האבען געהעכערטע קאלעסטעראול
the SCY is the limit
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

קרעמער האט געשריבן: איך ווייס פון איינצלנע משפחות אין וויליאמסבורג וואס זאלצן נאך אליינס

איך ווייס פון איינצלנע משפחות אין מאנטריאל וואס זאלצן נאך אליינס
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

דאכט זיך אז עס איז ערגענץ געווען אנ ארטיקעל מיט בילדער פון זאלצען ביי איינעם פריוואט אין שטוב
כ'געדענק ביי מיין מאמע ע"ה ווי זי האט אפגעברענט בהמה-לעבער
עס איבעלט מיר נאר טראכטענדיג פון דעם
איך האב נישט ליב קיין בהמה לעבער נאר אויב עס איז געהאקט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לאז געמאכט האט געשריבן: עופות האמיר שוין עטליכע מאל גוט באזאלצן... כ'קען איבערגעבן בס'ד סיי וועכע אינפארמאציע די ברויכסט בנושא.

יא פון דעם רעד איך, די פראצעדור וויאזוי עס גייט צו זאלצן דאס פלייש, ווי אויך אין פראקטיק.

אודאי איז עס נישט נשתכח געווארן ח"ו, איך מיין נאר די נקודה אז אמאל האט דאס יעדע אידענע געטון ביי זיך אין שטוב מיט אגאנצע געטועכץ מיט א זאלץ ברעט וכדומה, וואס איז היינט ממש א מיעוט שאינו מצוי.


קרעמער,
דוכט זיך די רבנישע משפחת לייטנער שיחי' זאלצן אליין אינדערהיים.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

סקווירא רבי פין פלעטבוש זאלצט אליינס ביי זיי אינדערהיים (די רעבעצין איז די מנהלת אין בנות יעקב פאפא)
אשת ובנות להבחל"ח הגאון רבי מנשה קליין אבד"ק אונגוואר זאלצען אויך אליינס.
kidney donor
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 10, 2012 7:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kidney donor »

איך זאלץ אליין מיין פלייש






















פשוט ווייל מיין רעבעצן לייגט נישט געניג זאלץ ווען זי קאכט
פארוואס זאלסטו האלטן דיין צווייטע ניר, ווען דו קענסט מחיה זיין א צווייטען איד דערמיט? (קרעדיט סטיוו שמידט)
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע:באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מיין שווער זז"ג איז א שוחט און ער שחט זיינע אייגענע עופות, און ס'טוט זיך א באזאלצאכטס און געבראטאכטס אז מ'שפירט עס פאר א שטיק צייט...
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קינדי: לייגט נישט צופיל זאלץ, דו האסט נישט א איבריגע ניר פאר רעפלעסמענט...
--
צוריק צום נושא. (כ'וועל שרייבן כפי זכרוני, שוין לאאאנג נישט געזאלצן).

1. מען וואשט אפ די פלייש מיט א שלויך. (הדחה)
2. מען לייגט די פלייש אין א ביטל פאר א האלבע שעה.
3. מען וואשט אביסל ארום אינם ביטל, דערנאך וואשט מען אפ נאכמאל מיטן שלויך.
4. מען זאלצט די פלייש גוט פון אלע זייטן. (טייל עפענען אויף די טשיקעלעך, טייל דייקא נישט..) און מען לאזט דאס שטיין א שעה. טייל מחמירים פראבירן צו לייגן יעדעס שטיקל עקסטער (נישט איינס אויף די צווייטע).
5. מען וואשט עס גוט אפ. דערנאך גייט עס צוריק אינם ביטל, און ארויסנעמענדיג וואשט מען עס אפ נאכאמאל.
דערנאך
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וואס איז ביטל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע:vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

א וואנע
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע:געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

scy4851 האט געשריבן: וואס פאר א שאלה...סיי עופות און סיי בהמה.
איך געדענק נישט מיין מאמע ע"ה זאל אמאל קויפען געבראטענע לעבער און געשעפט...
זי פלעגט זיך אליינס מאכען טשאפט לעבער.

די לעצטע 15 יאהר האט זי בכלל אויף געהערט ברענגען לעבער און שטוב אלטס געזינט.

די ערשטע פאר יאהר נאך מיין חתונה האב איך אויך נאר געגעסן לעבער געבראטען ביי מיר און שטוב.
היינט איז שוין דא די ק"י פלייש געשעפט אויף 53 און נו יוטריכט. זיי טוהען א גוטען דשאב בראטען לעבער:wink:, אבער איך קויף שוין היינט נישט קיין לעבער, אחוץ ווען עס איז דא געסט.
מיר ביידע האבען געהעכערטע קאלעסטעראול

א רחמנות אויף אייך עס איז דאך דאס געזונסטע מאכל
ביי ביי.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע:בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

יש דורשין לעבער לשבח ויש דורשין אותו לגנאי
אבער כבוד איז אלעמאהל גוט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”